וויפיל שטערן׳ס זענען באשאפן געווארן?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

וויפיל שטערן׳ס זענען באשאפן געווארן?

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס שטייט אין פסוק (בראשית א', ט"ז) "ויעש אלקים את שני המארת הגדלים וגו' ואת הכוכבים". דער באשעפער האט באשאפן די זין מיט די לבנה און די שטערן. ברענגט רש"י א מדרש אז וויבאלד דער באשעפער האט פארמינערט די לבנה האט ער פארמערט אירע הערשאפטן, מיט די שטערן. זייער אסאך שטערן זענען דא אין די הימלן און ווען מען וויל זאגן א משל אויף א זאך אז עס איז אהן א שיעור זאגט מען אז עס איז אזוי ווי די שטערן פון הימל.

 

     מיר טרעפן אין פסוק ווען דער באשעפער האט צוגעזאגט פאר אברהם אז ער וועט האבן קינדער האט ער אים געהייסן קוקן אויפ’ן שטערן און ער האט אים געזאגט, "הבט נא השמימה וספר הכוכבים אם תוכל לספר אתם ויאמר לו כה יהיה זרעך" (בראשית ט"ו, ה').

 

     יעדע שטערן איז מורא'דיג גרויס. געוויסע שטערן זענען אפילו גרעסער פון דער זון, נאר וויבאלד זיי זענען מיליאנער מייל ווייטער פון דער זון זעהן זיי אויס קלענער. יעדער שטערן איז ממש א וועלט פאר זיך. די שטערן זענען איינגעטיילט אין גרופעס וואס ווערט אנגערופען "מזלות" (constellations ). יעדער שטערן רוקט זיך און דרייט זיך אין זיין רינג. גארנישט בלייבט שטיין אויף איין פלאץ. עס קען זיך אמאל מאכן אז איין שטערן זאל קראכן אין א צווייטע און דאס מאכט אן א געוואלדיגע אויפרייס. שטיקער פון דער צוקראכטער שטערן קענען פליען אין די לופטן אסאך יארן און אמאל קען פאלן שטיקער אויף דער ערד און עס קען אנמאכן חורבנות ר"ל. על פי רוב פאלן זיי אריין אין די וואסער וואס זענען צוויי דריטל פון די וועלט. 

 

     עס זענען געשריבן געווארן אסאך ספרים דורך חכמים וועגן די חכמה פון די מזלות וואס זענען זייער אינטערעסאנט און עס זענען געווען חכמים וואס האבן אוועקגעגעבן זייער לעבן צו הארעווען און קענען די געוואלדיגע נפלאות פון דער הייליגער בורא.

 

     וויפיל שטערן זענען דא אין הימעל? דאס איז א שאלה וואס אסאך חכמי אומות העולם האבן פרובירט אויסצורעכענען אבער אהן ערפאלג. אונזערע הייליגע חכמים וואס קיין שום זאך איז געווען פארהוילן פון זיי, האבן יא געוואוסט וויפיל שטערן עס זענען דא אין די הימלען. פון א מאמר חז"ל אין מסכת ברכות זעהן מיר א חשבון וויפיל שטערן עס זענען דא. די גמרא שטעלט זיך אויף א פסוק אין נביא ישעיה.    

                                                                         

     עס שטייט אין פסוק (ישעיה מ"ט, י"ד) "ותאמר ציון עזבני ה' וה' שכחני".  כלל ישראל זאגט אין גלות, דער באשעפער האט מיך פארלאזט אין גלות און דער באשעפער האט אין מיר פארגעסן. פרעגט די גמרא אין מסכת ברכות דף ל"ב ע"ב "היינו עזובה היינו שכוחה", וואס איז דער דאפעלטע לשון, ביידע מיינען דאך די זעלבע זאך? ענטפערט די גמרא "אמר ריש לקיש אמרה כנסת ישראל לפני הקב"ה, רבש"ע! אדם נושא אשה על אשתו ראשונה זוכר מעשה הראשונה, אתה עזבתני ושכחתני".

 

     זאגט ריש לקיש אז די כונה פון דער דאפעלטע לשון איז, כנסת ישראל זאגט פארן רבש"ע, "עזבני ה'" דו האסט אונז טאקע איבערגעלאזט ווייל מיר האבן געזינדיגט אבער דו האסט נישט געדארפט אינגאנצן פארגעסן פון כלל ישראל, אזוי ווי ווען א מענטש האט חתונה מיט א צווייטע פרוי, כאטש ער לאזט איבער די ערשטע פארגעסט ער נישט פון איהר.

 

      זאגט ריש לקיש ווייטער, "אמר לה הקב"ה, בתי, י"ב מזלות בראתי ברקיע ועל כל מזל ומזל בראתי לו שלשים חיל ועל כל חיל וחיל בראתי לו שלשים לגיון ועל כל לגיון ולגיון בראתי לו שלשים רהטון ועל כל רהטון ורהטון בראתי לו שלשים קרטון ועל כל קרטון וקרטון בראתי לו שלשים גסטרא ועל כל גסטרא וגסטרא תליתי בו שלש מאות וששים וחמשה אלפי רבוא כוכבים כנגד ימות החמה וכולן לא בראתי אלא בשבילך ואת אמרת עזבתני ושכחני"!!

 

     דער באשעפער ענטפערט צו כנסת ישראל, מיין טאכטער, צוועלף מזלות האב איך באשאפן אין הימעל (א מזל איז א גרויסע גרופע פון שטערן וואס יעדע גרופע האט אסאך קליינע גרופעס אין זיך) און פאר יעדע מזל האב איך באשאפן דרייסיג "חיל", דאס מיינט אין יעדע איינעם פון די צוועלף מזלות איז דא דרייסיג חיל. קומט אויס אז עס זענען דא אלעס צוזאמען 360 חיל.                                                                         

                                                                                                   

   פאר יעדן חיל האב איך באשאפן דרייסיג לגיון, קומט אויס אז עס זענען דא 10,800 (צען טויזענט, אכט הונדערט) לגיון.

 

                                                                                                 360

                                                                                                 x30

                                                                                             10,800

     פאר יעדן לגיון האב איך באשאפן דרייסיג רהטון, קומט אויס אז עס זענען דא 324,000 (דריי הונדערט פיר און צוואנציג טויזענט) רהטון.                    

                                                                                                   10,800              

                                                                                                   x30     

                                                                                                  324,000

                                                                                                                                        

     פאר יעדן רהטון האב איך באשאפן דרייסיג קראטון, קומט אויס אז עס זענען דא 9,720,000 (ניין מיליאן, זיבן הונדערט צוואנציג טויזענט) קרטון.                                                                      

 

                                                                                                    324,000

                                                                                                    x30

                                                                                                9,720,000

 

     פאר יעדן קרטון האב איך באשאפן דרייסיג גיסטרא, קומט אויס אז עס זענען דא 291,600,000 (צוויי הונדערט איין און ניינציג מיליאן, זעקס הונדערט טויזענט) גסטרא.                                               

                                                                                              9,720,000

                                                                                              30X

                                                                                             291,600,000

 

     אויף יעדן גסטרא האב איך אנגעהאנגען דריי הונדערט פינף און זעכציג טויזענט מאל צען טויזענט שטערן אנטקעגן די דריי הונדערט פינף און זעכציג ימות החמה. דריי הונדערט פינף און זעכציג טויזענט מאל צען טויזענט איז 3,650,000,000 (דריי ביליאן, זעקס הונדערט פופציג מיליאן). אזוי פיל שטערן זענען דא אין איין גיסטרא און עס זענען דא 291,600,000 גיסטרא, דארף מען מאכן דער חשבון,                                                                                  3,650,000,000

           x291,600,000                                                                                                             

                                                                                        1,064,340,000,000,000,000

 

       דאס איז איין QUINTILLION פיר און זעכציג QUADRILLION דריי הונדערט און פערציג TRILLION שטערן.        

 

     פירט אויס דער הייליגער באשעפער, דאס אלעס האב איך באשאפן נאר וועגן די אידן און דו זאגסט אז איך האב דיר פארלאזט און פארגעסן?!

 

     דער מהרש"א זאגט אז ביי אלע גרופעס כאפט ער אן דער מספר פון דרייסיג ווייל זיי זענען אנטקעגן די דרייסיג טעג פון דער חודש. יעדן טאג פון דער חודש איז ממונה איינער פון זיי. ער כאפט אן זיבן מיני הערשאפטן וואס איינס איז העכער פון דער צווייטע. א-מזל ב-חיל ג-לגיון ד-רהטון ה-קרטון ו-גסטרא ז-כוכבים, אנטקעגן די זיבן כוכבי לכת וואס זענען דא אין די זיבען הימלען איינס העכער דער צווייטע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס איז אן אלטע חשבון וואס איך האב מיר פארשריבן, און איך האב געטראכט אז די עולם דא קען אפשר הנאה האבן דערפון
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כדי בעסער פארשטיין ווי אזוי יעדע גרופע ווערט גרעסער און גרעסער, איז פשוט צוליב דעם וואס די רינג ארום דעם וועלט ווערט גרעסער אלץ ווייטער מ'גייט.
געהערט לעצטע וואך אויף הידברות ראדיא 97.5
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דוכט זיך מיר אז אין זמיר כהן'ס בוך "המהפך" האב איך געזען שטיין אז די מספר איז זייער נאענט צו די נומער פון שטערנס וואס נאסא שאצט אז עס זענען דא אין די אוניווערס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איך געדענק ליינען אז די שטערען וואס מען קען זעהן מיטען נאקעטען אויג, איז בערך פיפציג ביליאן.

אויף די גמרא איז שווער א קשיא, אלע שטערען האט דער אויבערשטער באשאפען פאר אונז, אבער וואס האבען אונז פין די שטערען?
ועוד קשה, גאר אסאך מאהל קומט אויס אז אין די גמרא רעכענט מען זיך נישט מיט די זאכען וואס זענען נישט זעהבאר פארען נאקעטען אויג, צ.ב.ש. די שבעה כוכבי לכת וואס עס איז דא מער, תולעים, וכו', פארוואס דא ווען די גמרא גיבט אהן א מספר, איז עס יא אינקלאדינג שטערען וואס מען קען נישט זעהן?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווענדט זיך ווי דו שטייסט. אין מדבר יהודה ביינאכט מיט א קלארע הימעל קען מען זעהן פול פול מער
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

אין פסוק,  בראשית ט"ו פסוק ה' שטייט:  ויוצא אותו החוצה ויאמר הבט נא השמימה וספור הכוכבים אם תוכל לספר אתם ויאמר לו כה יהיה זרעך. פרעגט די ר"ן מזעעט דאך יא אז עס ידוע, מ'ווייסט די מספר הככבים? צייכנט די רלב"ג צו און זיין ספר על התורה ס'מיינט נישט אז מ'ווייסט נישט, עס קען זיין מ'ווייסט יא נאר וואס דען? אברהם האט זיכער נישט געוויסט און גאט רעדט דאך דא צו אים!  איי אז דער זיידע אברהם האט משיג געווען כל התורה כולו ברוח הקודש האט ער דאך זיכער געוויסט פון די דערמאנטע גמרא?  שוין.

און די סיריעס אף פאסטס פון מרן ישראל פ' מארק שאפירא אויף רב קוק און די כתבים וואס איז לעצטענס געדריקט געווארן ווערט אראפ געברענגט א רלב"ג פון מלחמת השם וואס איז נישט געדריקט געווארן און איז נאך נאר אין כתב יד. נישט דא קיין שטערענס וואס מ'קען נישט זעען, זאגט די רלב"ג און ער קריגט זיך אויפן מורה נבוכים וואס האט פארשטאנען אז עס איז דא מער שטערענס וואס די פליישיגע אויגן זעעט. און איז חוזר זיין פשט דארט מלחמת השם. מיט די ווערטער וואס איך האב צוגעצייכענט אויבן פון זיין פירוש על התורה.

זאג די רלב"ג ווערטער וואס ווען לעיקוואד זאל עס דא אראפ ברענגען אן די מקור וואלט מען אים פארמאכט די אקאונט.  וויאזוי איז טאקע מעגליך אז חכמינו ז"ל אין די אויבן דערמאנטע גמרא אין ברכות האבן גערעכנט אזוינע נומבערס פון שטערינס? עס איז נישט ימלט אז חכמינו ז"ל האבן נישט געוויסט די מציאות.   זיי האבן עס ראנג! און ער צייכנט צו אפאר מראה מקומות ווי מ'זעט אז חז"ל האבן אנגענומען די וועלטליכע ידועות, צו די עקסטענט וואס מ'האט געגלייבט אין יענע יארן און זיך טועה געווען מיטן מציאות.

אוודאי היינט ווייסט מען אז די נומבערס פון שטערענס זענען נישט משיג צו זיין ווער רעדט נאך פון זיי ציילען.

פ' שפירא לייגט צו אגבדיג אז היינט גלייבען סייענטיסט אז עס איז דא מער שטערענס,  א שם הכולל,  ווי זאמד ביי די ביעטש!  ככוכבי השמים וכעפר הארץ!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פערינא האט געשריבן:זאג די רלב"ג ווערטער וואס ווען לעיקוואד זאל עס דא אראפ ברענגען אן די מקור וואלט מען אים פארמאכט די אקאונט.  וויאזוי איז טאקע מעגליך אז חכמינו ז"ל אין די אויבן דערמאנטע גמרא אין ברכות האבן גערעכנט אזוינע נומבערס פון שטערינס? עס איז נישט ימלט אז חכמינו ז"ל האבן נישט געוויסט די מציאות.   זיי האבן עס ראנג! און ער צייכנט צו אפאר מראה מקומות ווי מ'זעט אז חז"ל האבן אנגענומען די וועלטליכע ידועות, צו די עקסטענט וואס מ'האט געגלייבט אין יענע יארן און זיך טועה געווען מיטן מציאות.

אוודאי היינט ווייסט מען אז די נומבערס פון שטערענס זענען נישט משיג צו זיין ווער רעדט נאך פון זיי ציילען.



דא שטייט די שטארקע חילוק צווישן מיר און דיר (און אדרבה, זאג מיר אז איך בין זיך טועה). איך ליג שטארק אין היסטאריע און אין מדע (וויפיל מיין קליינע מוח פארשטייט). אבער איך האב א כלל פון אייזן, יעדע מאמר חז"ל און מאמר הראשונים זענען אסאך שטערקער פון סיי וועלכע פראפעסער אדער שטודיע. שטודיע'ס טוישן זיך יעדע תקופה, א מאמר חז"ל נישט. נישט אלעס פארשטיי איך, און נישט אלעס בין איך משיג. אבער אלס א שטאלצער מאמן באמונה שלימה בתורה שבכתב ובתורה שבע"פ גלייב איך אז יעדע ווארט איז אמת. און איך קען אריין גיין מיט דיר אין א שטארקע און לאנגע וויכוח, (קודם זאלסטו ליינען א ביכל מיט'ן נאמען המהפך, ) אבער עס וועט זיין א שאד, וועסט מיר נישט קענען אפ פרעגן א מאמר חז"ל ודברי הראשונים. איי דיין קשיא וועט זיין מורא'דיג? וועל איך ענטפערן פשוט: איך פארשטיי נישט ווי אזוית אבער איך גלייב אז זיי זענען גערעכט אן קיין הסבר.

אסאך פון די "אויפגעקלערטע" קוראים וועלן נישט ליבהאבן מיין כלל.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

איך זאג נישט אייגענס. איך שרייב נאך א רלב"ג. זעע עטעטשט.

געדענק, ווילאנג די האלטסט דיך אבזשעקטיוו וועט מען דיר אויפנעמען מיט צושפרייטע ארעמעס ווען די רייסט אונטער יוסף בן גריון.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20121202-WA0002.jpg
IMG-20121202-WA0002.jpg (60.72 KiB) געזען געווארן 990 מאל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב נישט גערעדט פון דעם רלב"ג, איך האב גערעדט פון מיין כלל אז חז"ל איז אייביג גערעכט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און אגב, וועגן דיין קשיא וועגן אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו אז מ'קען נישט ציילן די שטערנס און איך ברענג יא א חשבון. די תירוץ איז זייער פשוט:

ווען אברהם איבינו איז געשטאנען יענע ביינאכט און געזעהן דעם הימעל, האט ער נישט געקענט און עס איז נישט במציאת אז ער זאל קענען ציילן אלע שטערן אין הימל, אפילו ער האט יא געוואוסט דעם פינקטליכע חשבון, נאר מ'קען עס נישט ציילן איינס צוויי דריי פיר וכו'. די זעלבע מיט כלל ישראל, אפילו מ'וועט וויסן ווי סאך אידן עס איז דא, מ'וועט עס איז נישט קענען ציילן.

עס איז דא אין לשה"ק צוויי אויסדרוקן: מונה און חשבון.

מונה איז ווען מ'רעכנט עס אויס (ווי למשל וויפיל שטערן עס איז דא, וויפיל זאמד, ווי גרויס א זאך איז- מונה מספר לכוכבים)- וואס דאס קען מען יא טוהן ביי שטערנס
חשבון (די זעלבע איז אויך יספר- אשר לא יספר מרוב) איז ווען מ'ציילט אזוי ווי מ'ציילט הונדערטערס- איינס ביי איינס. וואס דאס קען מען נישט טוהן ביי שטערנס.

דאס איז פשט פון ביידע- די פסוק מיט'ן מאמר חז"ל. און ביידע שטימען להפליא. דער אייבערשטער רעדט פון חשבון, און איך רעדט פון מונה
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ממי שאמרו, דעם שמועס צו חז"ל האבן זיך יא אדער נישט טועה געווען בעניני המדע איז שוין געווארן איבערגעקייעט דא אפאר מאל. עס איז אפילו דא א גאנצער אשכול איבער דעם ענין viewtopic.php?f=13&t=489
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יידל האט געשריבן:ממי שאמרו, דעם שמועס צו חז"ל האבן זיך יא אדער נישט טועה געווען בעניני המדע איז שוין געווארן איבערגעקייעט דא אפאר מאל. עס איז אפילו דא א גאנצער אשכול איבער דעם ענין http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=489


ייש"כ פאר'ן מיר אויפמערקזאם מאכן. איך האב טאקע נישט געוואלט אריין גיין אין די טעמע דא אינעם אשכול, איך האב טאקע געוואלט בלייבן איבער'ן נושא פון שטערן און זייער צאהל
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

ס'איז נישט מיין קשיא. די ר"ן פרעגט. די האסט מכוון געווען צו די ווערטער פון רלב"ג. דאס איז זיין תירוץ. אברהם האט נישט געהאט די נאמבער אין ס'איז נישט גרינג פאר אים צוציילען.

יעדעס מאל מ'רעדט די ווינדער פון די וועלט, ספעציעל פון די שטערענס דערקוטשעט עס מיר. שטעלט אייך פאר אז די ביזט א גורו אין אינדיע און די פארקויפסט דיך אלץ א גאט,  גייסט צום ים, נעמסט אפיר א הערינג פון צווישען די ביליאנע הערינג סקולס,  לייגסט אים אריין און א פיש טענק, גיסט עס א נאמען, לאמיר זאגען פערינעלע, און די שרייבסט אים א בריוו.

הער דיך צו פערינעלא, די גאנצע וואסער, די ווארעמע און די קאלטע, די אייזבערג און די וואסער פאלס, טייכען און ים, פרישע און זאלציגע וואסער, אלע פיש, סטאר פיש,  שארקס, פויגלען,  סיעלס,  בערן, נארט ענד סאוט פאול,  אלע וואסערן און אלע פיש,  פארשטייט זיך אלע הערינג אויף די וועלט,  אלעס האב איך באשעפען כדאי דיך צו פאנגען,  זאלסט לעבן צוויי יאר און האבן קינדער,  ביליאנע אייניקליך, און כ'האב אויסגעלערענט פאר די דאלפין א ספעציעלע טריק וויאזוי דיך צו פאנגען,  כדאי זיי זאלן ווערן זאט פון דיינע אייניקלעך אזוי וועלן די קילער וועילס האבן בעסערע עסען,  מילא ווען איינע פון די קילער וועלס וועלן שטארבען און די וואסער וועט אים אויסשפייען וועט די בער האבן וואס צו עסען מילא וועט קענען שפייזען זיינע קאבס,  מילא וועט זיינע קאבס האבן שטארקע קינדער מילא וועט זייער פויר זיין ווארעם וועט מיינע אייניקליך האבן ווארעמע קאוטס.. די הערינג וואלט דיך אנגעקוקט פארטאמט א שאקל מיטן וויידעל און ווייטער געגאנגען מיט זיין רוטיען.. און אז א נארמאלע בר דעת שטייט דערנעבען וועט ער טראכטען, קענסט יא? לאמיר זעען, באשאף א ווארימע קאוט, נישט 4 אקינוס מיט א גאנצע איקאו סיסטעם.

טראכט אריין,  אונז יידעלעך זענען מיר סך וויניגער ווי די איין איינציג הערינג ביי די גורו, און די גרויסע וועלט און די מעכטיגע יוניווערס זען מיר א קלענערע פראצאנט ווי א הערינג אין די אושען, די שומרי תורה זענען קוים קוים א קליינע פרעצענט פוו די יידען. אלעס,  די גאנצע יקום שטייט וועגן אונז, פאר אונז, אויף אונזער זכות.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פערינא, ביזט נישט דער ערשטער וואס סטראגעלט צו אינטערנעלייזן דעם "בשבילי נברא העולם"...

דיר ארויסצוהעלפן וואלט איך דיר געראטן צו קוקן דעם ווידעא וואס הציץ ונפגע האט ארויפגעשטעלט דא viewtopic.php?p=64261#p64261, קודם זאלסט פארשטיין דעם חביב אדם שנברא בצלם. דערנאך וועלן מיר גיין ווייטער צום חביבין ישראל...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט