למען דעת- מאמר ב'
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 2:21 pm
צו די טייערע ליינער און חברים דא,
איך האב זייער הנאה פון די פלאץ דא, און איך זיך שוין לאנג א פלאץ ווי איך קען מיטטיילן מיינע ידיעות להנאת הקוראים. און איך האב זייער הנאה פון די קאמענטארן און פון די ווארעמע אויפנאמע. איך וואלט אבער געוואלט בעטן אז מ'זאל זיך פראבירן נוהג זיין בכבוד צו מאמרי חז"ל וראשונים.
אין די חלק וועלן מיר דן זיין בנוגע:
פארוואס לייגט מען ארום די קליין קינד ביי א פדיון הבן, קנאבל?? און פון וואו איז מקור אז עסן קנאבעל פון א פדיון הבן, ווערט גערעכנט ווי 84 תעניות?
אין ספר פדיון הבן כהלכתן שטייט אז די סיבה פארוואס מ'לייגט קנאבל ארום די קליין קינד ביי א פדיון הבן, אז צוליב דעם וואס יעדער וויל האבן א חלק אין די סעודה פון א פדיון הבן וואס עס שטייט גאר גרויסע זאכן אויף דעם. אויף אזוי ווייט אז עס איז באקאנט אז איינער וואס עסט פון א סעודת פדיון הבן, אז כאילו ער האט געפאסט 84 תעניתים. און יעדער וויל אויך מזכה זיין די בני בית מיט די גרויסע סעודה. לייגט מען קנאבל וואס דאס איז א שארפע זאך, וואס מען קען עס צולייגן אלץ א SPICE, און אזוי אויך קאסט עס נישט קיין סאך געלט, און אין יעדע קנאבל איז דא עטליכע שטיקלעך, אזוי אז מען קען עס צוטיילן פאר עטליכע מענטשן
אין ספר טעמי המנהגים שטייט, אז אזוי ווי עס ווערט שוין געברענגט אויף הרה"ק מבעלז זי"ע אז ווען ער פלעגט גיין צו א חולה, פלעגט ער לייגן קנאבל, ווייל דאס שיקט אוועק די אלע חיצונים. און אזוי אויך איז אמאל געווען די מנהג צו לייגן קנאבל תשעה באב אין בית החיים, פאר די זעלבע סיבה. זמילא ביי א קליין קינד, טוט מען די זעלבע כדי אוועקצושיקן די אלע חיצונים
אין ספר חכמת חיים ווערט דערציילט: עס איז אנגענומען ביי די אנשי ירושלים פון די פאריגע דורות, אז עס שטייט אין ספרין אז ווערט עס עסט פון א סעודת פדיון הבן, ווערט עס גערעכנט כאילו ער האט געפאסט פ"ד (84) תעניות. און פון די שטאמט די מנהג צו כאפן א שטיקל חלה פון די גרוי סע חלה אויף די וואס די כהן האט געמאכט אן המוציא. און עס איז אזוי אריין די מנהג, אז מענטדן שטיפן זיך איינער דעם אנדערן אבי צו כאפן אפאר ברעקעלעך פון די חלה.
דער שדי חמד דערציילט: אין יאר תרנ"ט ווען איך בין געווען אין ירושלים האט מען מיר איינגעליידנט צו א פדיון הבן, אבער איך בין נישט געגאנגן, האט מען מיר דערציילט אז א סעודת פדיון הבן איז אזוי ווי פ"ד תעניות. אבער איך האב נישט געטראפן אזא זאך, און איך מיין אז עס איז נאר אזא שיינע שמועס צווישן די מענטשן.
ווען עס איז ארויסגעקומען די ספר שדי חמד, און די בני ירושלים האבן געזעהן ווי אזוי די שדה חמד, וועלכע קיין שום ראשון אדער אחרון איז אים נישט געווען פרעמד. האבן זיי זיך זייער געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז שוין יארן לאנג וואס אזא מנהג איז אין ירושלים, און עס האט אינגאנצן נישט קיין מקור? ביי איינע פון די פדיון הבן'ס אין יענע צייט, האט אויסגעבראכן א גרויסע וויכוח איבער די ווערטער פון די שדה חמד. ביז איינער האט זיך אויפגעשטעלט און זיך אנגערופן "מיר האבן דאך די גרויסע גאון רבי יוסף חיים זוננפעלד צווישן אונז, אדרבה לאמיר אים פרעגן, און לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגן". האט ירושלמ'דיגע רב זי"ע רבי יוסף חיים זוננפעלד גע'ענטפערט אז גערעכט טאקע אז עס שטייט נישט אין ערגעץ ביז היינט, אבער א רמז איז יא דא. ווייל די ווערטער אין די תורה פון פדיון הבן שטייט "אדם בבניך תפדה", די ווערטער איז ר"ת אם דבר מה בפדיון הבן נהנית (אויב דו האסט עפעס הנאה געהאט פון א פדיון הבן), יחשב כאילו תענית פ"ד התענית (ווערט עס גערעכנט ווי די 84 תעניות האסטו געפאסט). און ער אויך צוגעלייגט אז עס איז דא נאך א זאך וועלכע ווערט פארעכנט ווי 84 תעניות, דאס איז לערנען א דף גמרא (דף איז 84). אבער אויף די סגולה טאנצט שוין קיינער נישט ארויף...
אין ספר אילנא דחיי ווערט אראפגעברענגט אז רבי מדרכי פון נעשכיז זי"ע האט יא געהאלטן פון די עסן פון עפעס פון א פדיון הבן ווערט גערעכנט ווי 84 תעניות, און ער האט אויך געהאט א ראי' דערצו. אין ספר טעמי המנהגים ווערט אראפגעברענגט מפי השמועה אז רבי פנחס פון קאריץ זי"ע פלעגט אויך אזוי זאגן.
אין ספר אוצר פדיון הבן ברענגט אראפ פון די אוסטרובצא גאון זי"ע, אז דאס וואס מ'זאגט אז עס ווערט גערכענט כאילו מ'האט געפאסט 84 תעניות. דאס מיינט די כאילו איז מכפר אויף אלע אנדערע כאילו. דאס מיינט, למשל חז"ל זאגן אז איינער וואס רעגט זיך איז כאילו ער האט געדינט עבודה זרה, אויף די כאילו העלפט די כאילו פאסטן...