בלאט 1 פון 2

אי לאו האי יומא, כמה זר'לעך איכא בשוקא

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 2:22 pm
דורך זר זהב
ס'דערנעטערט זיך שוין דער הייליגער טאג, דער גרויסער טאג, דער פארכטיגער טאג, דער טאג וואס האט טראנספארמירט דעם טמא'נעם אמעריקע; דעם ארץ אוכלת יושביה צו א מקום וואו ארגינעלע אידישקייט וועט בליען און וואקסן!

דער טאג אויף וואס איך קען זאגן מיט'ן פולן צוטרוי: אי לאו האי יומא, כמה זר'ס איכא בשוקא!

אי לאו האי יומא, האי יומא דקא גרים וואלט געווען ידי זר'ים שלטו בנו!!

אהה... כ"א כסליו, א טאג וואס רופט ארויס פרייד, שמחה דקדושה ביי יעדן - לאו דוקא סאטמאר - ערליכן איד אומעטום. איז דארף מען דאנקען ה' יתברך פאר די ניסם וואס ער האט געטון מיט מיר און מיט מיינע עלטערן און מיט מיינע אור עלטערן וואס האבן ב"ה אויך איבערגעלעבט די מלחמה און זיי האבן זיך מדבק געווען אין דעם איש אלוק', דאנקע ג-ט אשר לא השבית לנו גואל. ער האט אונז איבערגעלאזאט אן איש על העדה, איש אשר רוח אלוק' בו. (איש בגימט' סאטמאר)

אין דעם הייליגן יו"ט כ"א כסליו וועל איך נישט שרייבן דא בכלל, אנגעהויבן פון דינסטיג נאכט 72 ר"ת. איך פיר זיך אזוי ווי חוה"מ. און די בני בית טוט אויך נישט קיין מלאכה שאף הם היה באותו הנס.

בדרך התורה נלך, באש ובמים!!

בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו.

אוי יוי בך בטחו אבותינו, בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו.

אוי חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 2:31 pm
דורך שמעקעדיג
אריין אין צימעס!!!!!!!! לץ איינער.
קוקסט שוין באלד אויס ווי ע.כ. וואס האט געטאנצן שמח"ת חסדי ה'........

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 2:40 pm
דורך זר זהב
שמעקי, בעליוו מי איך מיין יעדע ווארט ערנסט! נאר מיט 2 לינקס האב איך זיך ערלויבט אביסעלע פרייליך צו מאכן. ווען נישט די 2 לינקס וואלט איך עס געשטעלט אינעם קאווע פארום.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:07 pm
דורך קאווע טרינקער
און די בני בית טוט אויך נישט קיין מלאכה שאף הם היה באותו הנס.

זי איז אן אייניקל פון יוסף אשכנזי?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:08 pm
דורך זר זהב
ניין, זי איז אן אייניקעל פון רבינו יואל'ס פשרה'לאזע אידישקייט דא אין אמעריקע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:10 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:ניין, זי איז אן אייניקעל פון רבינו יואל'ס פשרה'לאזע אידישקייט דא אין אמעריקע.

דהיינו מגייט אין קארט פשרה'לאז. סיי די תורה לאזט נישט סיי די תורה לאזט יא. מ'גייט!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:18 pm
דורך זר זהב
זר זהב האט געשריבן:ניין, זי איז אן אייניקעל פון רבינו יואל'ס פשרה'לאזע אידישקייט דא אין אמעריקע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:20 pm
דורך קאווע טרינקער
"משום האי יומא כמה זר'לעך איכא בשוקא".

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:21 pm
דורך זר זהב
זר'לעך אפשר. א 'זר זהב' איז נאר דא איינס! משום האי יומא!!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:42 pm
דורך יידל
זר ביסט גוט. :לייק

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:43 pm
דורך זר זהב
יידל האט געשריבן:זר ביסט גוט. :לייק

איך האב געוויסט העסט ליעב האבן די לינקס...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:48 pm
דורך משכיל
סא ברענג ארויס אלע זאכען וואס וואלט נישט געווען אי לאו האי יומא .......י

למשל וו"ב - קרויס

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:50 pm
דורך זר זהב
אי לאו האי יומא, וואלסטו אפשר געווען א גר. היינט ביזטע א משכיל... איז דאס נישט קיהל?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:51 pm
דורך משכיל
איך מיין אז די ביסט דשעליס !י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:52 pm
דורך זר זהב
דאס איז אלטע נייעס... א גאנצער אשכול האביך געעפענט איבער מיין דזשעלעסי

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:58 pm
דורך משכיל
בכל אופן טענו בחיטין והודו לזכר קדשו, מה ענין שמיטה אצל וכו' וואס האט צו טועהן דער רבי זי"ע צו מיין סאטוס אין כלל ישראל ?י

דאס איז זיכער אז ווי לאנג איך האב נישט באגעגענט די סאטמארער בין איך געווען מורא'דיג מורא'דיג תמימות'דיג, ווען איך האב זיך אבער בעקענט מיט זיי איז אין מיר אריין דער רוח פון השכלה, איך האב נישט געקענט פארדייען זייערע ביגליגע היפאקריטיע,י

פליז מאך מיך נישט רעדעוודיג, איך קען דא שרייבען גאנצע מגילות

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:00 pm
דורך זר זהב
שרייב מגילות, דא איז געמאכט צו שרייבן. שווייגן וועסטע אין די אשכול

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:06 pm
דורך משכיל
דרך אגב איך האב א שוועסטער א פסיכילאג, א חסידישע, זאגט זי מיר, אז איר זוהן זאגט איהר, מאמי וואס איך פארביר איז שוין דא איינער וואס טוט עס בעסער פון מיר, איך אויך פיל א ביסעל אימפאטענט וואס איך פרוביר האט עס שוין איינער געזאגט און געטראכט. אשפ"ג

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:08 pm
דורך sunbar
בד"וו: פארוואס רופסטו אן יעדער סאטמארער א זר??

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:19 pm
דורך געפילטע פיש
זו התורה שנמסרה ביד זר'ים. אוי נא לנו כי חטאנו...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 6:00 pm
דורך [NAMELESS]
זר'עלע, אזוי האט דיין חינוך אויסגעזעהן???..........

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 6:02 pm
דורך זר זהב
דאס אינישט געווען אין מיינע צייטן. אבער גראדע זעה איך גארנישט ראנג דערמיט, ס'בלויזע פאקטואלע היסטאריע. (אנדערש ווי אנדערע בלעטער וואס איך האב געזען דא געברענגט פון אנדערע חסידות'ר אויף זייערע לעבעדיגע רבי'ס וואס איז פשוט שוואנצעריש.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 6:05 pm
דורך זר זהב
אופס!! קיינער האט מיר נישט דערמאנט אז ס'איז שוין 72 ר"ת!!

זייטס מיר געזונט, סי יע אין 24 שעה.