בלאט 1 פון 1
george washington bridge ארויף צו $13
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:36 pm
דורך outspoken
אנגעהויבען פון היינט איז די טאלל אריבערצופארען george washington bridge ארויף צו $13 וואס איז די צווייטע העכערונג, וואס די PORT AUTHORITY האט פאר א יאר געשטימט אז יעדעס יאר וועט די טאלל ארויפגיין ביז DEC. 2015 און דאן וועט עס קאסטען $15 פארשטייט זיך אז זיי קענען אלץ שטימען פאר נאך העכערונגען. (איך ווייס נישט וואס איז געווארן מיט הרב ווייסהויז'ס LAWSUIT ? קוקט אויס אז ער איז פארנומען מיט פארקויפען די ברסלב'ער ספרים אין די נייע שטעטעל...)
פאר א אינגערמאן וואס דארף פארן צו א חתונה קיין מאנסי/מאנרא קומט דאס אויס זייער טייער, איז דא אן עצה צו פארן מיט די Tappan Zee Bridge וואס קאסט $5 דערנאך איז דא נאך א טאלל Yonkers Toll Barrier וואס קאסט 1.25 דערנאך נעמט מען די Willis Avenue Bridge, אדער די 3rd Avenue Bridge צו די FDR, נישט נעמען די Robert F. Kennedy Bridge ווייל עס קאסט 6.50 .
פאר די וואס ווילן זיך שפארן די Yonkers Toll Barrier וואס קאסט 1.25, קענען אריינגיין נאך די Tappan Zee Bridge צו exit 7A Saw Mill River Parkway S מ'פארט 10.6 מייל דערנאך האלט מען זיך לינקס צום Mosholu Pkwy און נאך 1 מייל גייט מען צירוק צום I-87 S/Deegan Expy exit toward Triboro Bridge (ס'נעמט 5 מינוט לענגער אבער ס'איז די זעלבע מיילעדזש)
ארויסצוגיין פון שטאט זאל מען גיין מיט די george washington bridge ווייל עס קאסט נישט קיין געלט, און מ'זאל נעמען GASOLINE אין NEW JERSEY ווייל עס איז ביליגער.
ד׳ ישמר צאתך ובואך מעתה ועד עולם.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:37 pm
דורך זר זהב
אלע ברידזשן זענען ארויף. אוטעבארא גאטלעסס ETC
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:42 pm
דורך outspoken
זר זהב האט געשריבן:אלע ברידזשן זענען ארויף. אוטעבארא גאטלעסס ETC
גערכעט, כמעט אלע, נישט די Tappan Zee Bridge ביזדערווייל (זיי ווילן אז ס'זאל ארויפגיין ביז$14 )
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:06 pm
דורך היסטאריקער
איך פארשטיי נישט די חוצפה, זיי זאגן אז זיי דארפן די געלט צוליבן ווידעראויפבוי פון טווין טאוערס, צווישן אנדערע זאכן
וואספארא שווארץ יאר דארף איך באצאלן זייערע ביזנעס אינוועסטמענטס, מילא טרעינס וכדומה, אבער דאס? סארא חוצפּה
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:11 pm
דורך זר זהב
מארגן כ"א כסליו וועט מען אויך אויף דעם טאנצן חסדי ה' אז דער רבי איז אנגעקומען קיין ניו יארק און נישט אין ווייאמינג.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:12 pm
דורך outspoken
דאס איז ווייסהויז'ס טענה אין זיין LAWSUIT, אבער אינטערסאנט אז די אלע ארגאנעזאציעס וואס טוען פארן ארימע פאלקס האבן גארנישט געטון דערוועגן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:16 pm
דורך outspoken
די בעל ברך משה ז''ל פלעגט אלטס זאגען, אשאד די שיפן זענען נישט אנגעקומען קיין פלארידא.
זיין שיף איז יא אנגעקומען אין פלארידא צום גדלי' תש''ז, א טאג נאכן רבינ'ס ז''ל אנקומען קיין נ''י.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 2:52 pm
דורך לאדיך אפ
outspoken האט געשריבן:דאס איז ווייסמאנס טענה אין זיין LAWSUIT, אבער אינטערסאנט אז די אלע ארגאנעזאציעס וואס טוען פארן ארימע פאלקס האבן גארנישט געטון דערוועגן.
מיינסט צו זאגן ווייסהויז?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 2:56 pm
דורך outspoken
לאדיך אפ האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:דאס איז ווייסמאנס טענה אין זיין LAWSUIT, אבער אינטערסאנט אז די אלע ארגאנעזאציעס וואס טוען פארן ארימע פאלקס האבן גארנישט געטון דערוועגן.
מיינסט צו זאגן ווייסהויז?
גערעכט איך וועל עס פארעכטען BTW איז ער א קרוב צום בעל המפטיר ווייסהויז?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 3:26 pm
דורך היסטאריקער
זיין זון
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 4:24 pm
דורך פרענטש וואנילע
וויי געוואלד! איך מוז דרינגענד וויסען ווער ס'איז דער אנדרייער פון די טאול העכערונג! ס'שוין נישט ס'ערשטע מאהל וואס דאס גייט אין מיין שלום בית אריין, ווען אימער איך פאר דורך דעם טאול בוט קיין נעוו יארק, דזשארזש וואשינגטאן אדער ווערעזאנאו, און מיין זוגתי החשובה באשיינט דעם צווייטען אויבען אן צו רעכטס אויף מזרח פון דעם לעקסוס, און זי מערקט וועלכען פרייז מ'גייט דא צאלען, נעמט'זע געפערליך ברומען אויף וואס איך צאל "שוין ווייטער" אזוי טייער פאר טאול, שוין ווייטער נעמסטו דעם טייערסטען וועג, דעם טייערסטען סוט קויפסטו, דעם טייערסטען אתרוג, טייערסטע קאר, טייערסטע גאזאלין, און יעצט זוכסטו אויף דעם טייערסען טאול! איך פרואוו צומאהל איר צעמישען מיט א שיינע סי די צום הערען, אדער געב כ'איר צו לייענען א שיין ביכעל באלד פארען נאנט טרעטען צום טאול בוט לערבב את הנשים, אבער ווען ס'געלונגט נישט און זי זעהט די געפערליכע גראבע בוכשטאבען וויפיהל דאס קאסט, איז דאס אנ'ערענסטער שלום בית סומאטאכע, ווי זעה'ך מיך ארויס דערפון?..
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 4:25 pm
דורך זר זהב
זי קויפט זיך נישט די טייערסטע קליידער/שיך/שייטל?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 4:31 pm
דורך פרענטש וואנילע
זר זהב האט געשריבן:זי קויפט זיך נישט די טייערסטע קליידער/שיך/שייטל?
נ'וואדע, אבער דאן דארף'ך זיך אנפולען א מויל מיט אראנדזש דזשוס..
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 4:36 pm
דורך זר זהב
און מסתם האט זי דאן טענות אז די קויפסט די טייערע גאלדען פלוי OJ אנשטאט לעיקוואוד
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 4:48 pm
דורך פרענטש וואנילע
זר זהב האט געשריבן:און מסתם האט זי דאן טענות אז די קויפסט די טייערע גאלדען פלוי OJ אנשטאט לעיקוואוד
לול..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 6:40 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:מארגן כ"א כסליו וועט מען אויך אויף דעם טאנצן חסדי ה' אז דער רבי איז אנגעקומען קיין ניו יארק און נישט אין ווייאמינג.

אונז אידן האבן אייביג דערשמעקט און זיך באזעצט אינעם צענטער. סמוך ונראה צו געלט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 6:41 pm
דורך זר זהב
אין ווייאמינג דארף מען נישט קיין געלט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 6:53 pm
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ outspoken
מ'זעהט בחוש ווי אידן געבן זיך אן עצה.....
אלע וואס צאלן יא זענען בהכרח גוים, וואס זעהן נישט קיין אנדערע וועג
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 7:31 pm
דורך outspoken
קאווע טרינקער האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:מארגן כ"א כסליו וועט מען אויך אויף דעם טאנצן חסדי ה' אז דער רבי איז אנגעקומען קיין ניו יארק און נישט אין ווייאמינג.

אונז אידן האבן אייביג דערשמעקט און זיך באזעצט אינעם צענטער. סמוך ונראה צו געלט
על זה דוה ליבינו, מ'זיצט אין שכינות פון WALL ST וואס דארט איז די מח פון די וועלט'ס פיינענשיעלס, עס ווארפט זיך דארט געלט ווי מיסט, און ס'כמעט נישטא א חסידישע איד וואס זאל הנאה האבן דערפון.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:32 am
דורך אוהב דעת
אוודאי האב איך הנאה! זיי קומען אלע אריין אין מיין געשעפט אין מנהעטען און קויפען שיינע טייערע העמעדער אין קאפלינגס , איך מאך ב״ה זייער שיין פרנסה דורך זיי....
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 9:01 am
דורך outspoken
אוהב דעת האט געשריבן:אוודאי האב איך הנאה! זיי קומען אלע אריין אין מיין געשעפט אין מנהעטען און קויפען שיינע טייערע העמעדער אין קאפלינגס , איך מאך ב״ה זייער שיין פרנסה דורך זיי....
Some people drink at the fountain of MONEY -others just gargle
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 9:43 am
דורך מ גפני
פרענטש וואנילע האט געשריבן:וויי געוואלד! איך מוז דרינגענד וויסען ווער ס'איז דער אנדרייער פון די טאול העכערונג! ס'שוין נישט ס'ערשטע מאהל וואס דאס גייט אין מיין שלום בית אריין, ווען אימער איך פאר דורך דעם טאול בוט קיין נעוו יארק, דזשארזש וואשינגטאן אדער ווערעזאנאו, און מיין זוגתי החשובה באשיינט דעם צווייטען אויבען אן צו רעכטס אויף מזרח פון דעם לעקסוס, און זי מערקט וועלכען פרייז מ'גייט דא צאלען, נעמט'זע געפערליך ברומען אויף וואס איך צאל "שוין ווייטער" אזוי טייער פאר טאול, שוין ווייטער נעמסטו דעם טייערסטען וועג, דעם טייערסטען סוט קויפסטו, דעם טייערסטען אתרוג, טייערסטע קאר, טייערסטע גאזאלין, און יעצט זוכסטו אויף דעם טייערסען טאול! איך פרואוו צומאהל איר צעמישען מיט א שיינע סי די צום הערען, אדער געב כ'איר צו לייענען א שיין ביכעל באלד פארען נאנט טרעטען צום טאול בוט לערבב את הנשים, אבער ווען ס'געלונגט נישט און זי זעהט די געפערליכע גראבע בוכשטאבען וויפיהל דאס קאסט, איז דאס אנ'ערענסטער שלום בית סומאטאכע, ווי זעה'ך מיך ארויס דערפון?..
באשטעל EZ PASS וועט זי נישט וויסן וויפיל דו צאלסט