בלאט 1 פון 1
חלום: נייע היימישע ישוב אין עקוואדאר דרום אמעריקא,
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 3:58 am
דורך משולם טענענבוים
כ'האב א חבר א משגיח כשרות, פארט ער אסאך קיין עקוואדאר, זאגט ער מיר אזוי, געז קאסט דארט 1.48 א גאלאן, די וועטער איז א גאנץ יאר איינגענעם, די שקיעה איז א גאנץ יאר בערך 6:15,
האמער באשלאסען אז וואס דארף מיר זיצען דא, ברוקלין איז פין די טייערסטע פלעצער צי וואוינען אפילו אין אמעריקא, אין בכלל אזו ווי יענער האט געזאגט וואס זעמער שולדיג אז די שיף האט דא געאנקערט,
עקוואדאר איז א שטיל רואיג לאנד,לעבען דעם פאציפישען ים, שיינע בערג, אין גוטע וועטער, איז אפשער איז צייט צי מאכען דארט א ישוב, מען דארף צען אידען מען בויעט א מקוה אין שוין, ס'א פארטיגע קהילה, אמאל איז אויך אזוי געווען ס'געווען צען אידען אין א דערפעל ס'געווען א מקוה, מ'נעמט אויף א רב מיט א שוחט, אין א חזן, אין פארטיג אמעריקא גייט שוין סייווי אונטער, ס'איז באנקראט אין ס'גייט שוין מסתם נישט זיין וואס עס איז געווען, איז געגאנגען ווער ס'גרייט צי גיין זאל שרייבען דא, איינמאל מען האט צען אידען קעמען זיך נעמען טוהן צי די זאך,
בילדער פין עקוואדאר,
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 8:58 am
דורך outspoken
און וואס פונקטליך איז די פלאן, מ'זאל דארט איבערלאזן די ווייבער און קינדער, און 20 מענער זאלען וואוינען אין א פיצלע דירה אין ברוקלין, און אהיים שיקען די געלט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:21 am
דורך מומחה
וויפיל מאסקיטאס דרייען זיך דארט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:30 am
דורך ניו יארק
מומחה האט געשריבן:וויפיל מאסקיטאס דרייען זיך דארט?
בערך 50% פון וויפיל די האסט אין דיין באנגעלאו...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:38 am
דורך משולם טענענבוים
קודם פארוואס זאל מען דארט נישט קענען מאכען קיין פרנסה,
אין א חוץ פין דעם איז ביליגער צי לעבען דארט, ווייניגער הייצונג מיט עיר קאנדישען , מוסדות וועט נישט קאסטען אזוי סאך (ווייל ס'נישטא), געז איז ביליגער, פאר עסען וועט מן האבען א פארעם, וואס נאך דארף מען,
אין א חוץ פין דעם קען דער באשעפער אויך דארט געבען פרנסה, נאך דערצי ווען אין אמעריקע איז עקאנאמיע אויף די וועג אראפ אין אין דרום איז מייניך די עקאנאמיע אויף די וועג ארויף, עכ"פ מ'קען דארט מאכען פרנסה,
פארשטייט זיך אז טאמער איינער האט דא א גלונגענע ביזנעס זאל ער בלייבען אבער טאמער איינער ארבעט דא ווי א עבד יעדען טאג פין ניין ביז זעקס אין צאלט רענט די הויזען, אין אין נאך אלעם האט ער גארנישט, דאן האט ער גארנישט פארלוירען דא,
פיין , איז וועם קומט ?,
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:42 am
דורך משולם טענענבוים
יעצט טראכט איך פרנסה איז פשוט,
איינער א רב,
איינער א שוחט,
איינער א חזן,
איינער א מקוה איד,
צוויי פארמער'ס,
איינער א גראסערי מאן,
איינער א דריי גוד סטאר,
איינער א מלמד,
איינער גייט נאך געלט,
איינער חאפט פיש,
אין אזוי ווייטער,
דער באשעפער קען געבען פרנסה אן אמעריקא, אין ביי דע וועי ס'דא רייכע אידישע קהילות אין דרום אמעריקא,
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:43 am
דורך קפנדריא
און די מערסטע אפעלירנד איז די פאקטן אז רויבעריי און קריים איז דארט א געהעריגע פרנסה, און די יוסטיץ סיסטעם איז בערך אזוי שטארק ווי אין באליוויע.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 11:12 am
דורך משולם טענענבוים
משא"כ אין אמעריקע איז דא א יוסטיץ סיסטעם, עיין ערך רובאשקין, אין אזוי ווייטער,
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:21 pm
דורך נפתלי
משולם טענענבוים האט געשריבן:משא"כ אין אמעריקע איז דא א יוסטיץ סיסטעם, עיין ערך רובאשקין, אין אזוי ווייטער,
וויאזוי יענער זאגט,
די חילוק פון קאמוניזם און דעמאקראטיע איז אז אין א קאמוניסטיש לאנד טוט די רעגירונג וואס זיי ווילן און די מענטשן האבן נישט קיין רעכט אריינצורעדן, אין א דעמאקראטיש לאנד האבן די מענטשן יא רעכט אריינצורעדן און די רעגירונג טוט סייווי וואס זיי ווילן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 1:13 pm
דורך יידל
די שאלה איז, וואס גייט אן די קאמוניסטן צו די מענטשן רעדן אריין צו נישט, די רעגירונג טוט דאך סיי ווי וואס זיי ווילן?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 1:16 pm
דורך יידל
און מיינסט אז איבעראל אין עקוואדאר זעט אויס די זעלבע? קוק וויאזוי 13טע עוועניו זעט דארט אויס
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 1:56 pm
דורך געפילטע פיש
שוין דא דארט א אידישע קהילה, קענסט שוין אהינמופן.
וויקיפידיע האט געשריבן:The "Jewish Community of Ecuador" (Comunidad Judía del Ecuador) has its seat in Quito and has approximately 300 members. Nevertheless, this number is declining because young people leave the country towards the United States of America or Israel.[69] The Community has a Jewish Center with a synagogue, a country club and a cemetery. It supports the "Albert Einstein School", where Jewish history, religion and Hebrew classes are offered. Since 2004, there has also been a Chabad house in Quito.[70]
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 4:22 pm
דורך zurich
נעה ביג טיים א חלום וועט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטן אפשר פארט מען קיין אינדיע?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 2:01 am
דורך הדד בן בדד
לאמיר רעדן תכלית, וואס זענען די גרעסערע שטעט דארט (ווי עס איז דא אן עירפארט, שפיטאל, עפעס ביזנעסער וכדומה) און וויפיל קאסטן דארט הייזער?
די קהילה וואס איינער האט געברענגט דא פון וויקיפעידיע, איז שייך דאס איבערצונעמען?