איך בין מאלעסטעט געווארן
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:53 am
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
איך בין מאלעסטעט געווארן
יא! איך בין מאלעסטעט געווארן אין מיינע אינגע יארן.
עס איז נישט גרינג צו רעדן דערפון, איך האב שוין אפאר מאהל אויסגעמעקט און נאך אמאל געשריבן, נאר אזוי ווי עס איז דא אן איבערקערניש יעצט, שפיר איך פאר וויכטיג דאס צו שרייבן.
איך בין געבוירן געווארן אלס א סאטמארע חסיד, און מיינע קינדער און אייניקלעך וועלן אי"ה אויך אויסגעוואקסן סאטמארע חסידים.
יעדע סאטמארע חסיד ווייסט אז שמחת תורה איז א חיוב דאורייתא צו קומען צום רבי'ן, און איך האב אויך ליב געהאט צו קומען צו זעהן דעם רבי בעל ברך משה'ס הייליגע צורה בשעת ווען ער טאנצט די לעכטיגע הקפות, און ווי אזוי ער פלעגט צודרוקן די ספר תורה צו זיין הארץ מיט אזא חביבות. אשרי עין ראתה זאת.
איך בין געווען א תמימות'דיגע בחור, און איך פלעג אריינקומען מיט מיין טאטע יעדעס יאר בלי שום יוצא מן הכלל. עס איז געווען איין יאר ביי מיטל-נאכט יום טוב, און איך האב געטאנצן מיט איינע פון די עיני העדה. איך האב געשפירט פאר א מורא'דיגע זכיה אז איך קען טאנצן מיט אים און אנכאפן זיינע הענט.
עס איז שוין געווארן שפעט און איך האב אנגעהויבן מיד צו ווערן, האב איך זיך אנטשולדיגט אז איך וויל שוין צוריק גיין צו מיין אכסניה. זאגט ער מיר אז עס איז שוין זייער שפעט און איך זאל נישט אהיימגיין אליינס, ווייל עס איז א גרויסע סכנה, און ער גייט מיר אהיימבאגלייטן.
איך בין ממש געפלויגן אין די לופטן, איך האב געקענט באשטיין צו גיין מיט אים ביז אינדערפרי. א קלייניגקייט? איך קליינער בחור'ל ווערט אהיימבאגלייט אדורך אזא חשוב'ן פארשוין?
אויפן וועג זאגט ער מיר, אז ער דארף איין רגע ארויסגיין און איך זאל נישט בלייבן אליינס אויפן גאס, און ער איז אריין מיט מיר אין איינע פון די סאטמארע בתי מדרשים וואס ער האט געהאט די נאמבער פונעם שלאס.
אזוי אריינקומענדיג פרעגט ער מיר, זאג נאר, דיין טאטע האט דיר ליב? מיין טאטע זאל זיין געזונט איז נאך פונעם פריערדיגן דור און ער איז נישט געווען צוגעוואוינט צו ווייזן זיינע געפילן לטוב ולרע. האב איך אים ברוב אוילתי געזאגט; אז אסאך מאהל טראכט איך אז איך בין בכלל אדאפטירט און נישט אן עכטע קינד.
זאגט ער מיר; ער ווייסט נישט צו שעצן דיין חכמה און שיינקייט, קום, איך וועל דיר ווייזן. און ער האט מיר ארומגענומען און אנגעהויבן גלעטן, אזוי האט מיר געוויזן זיין "ליבשאפט" ביז עס האט זיך געענדיגט מיט זייער א נישט איינגענעמע ענדונג.
א גאנצע וועג אהיים האב איך געשפירט קאלט און ווארעם, איך האב זיך געשפירט ווי פורים נאכמיטאג. ווי נאר איך בין אנגעקומען אהיים האב איך צוריסן מיין אונטערוועש און אריינגעווארפן אין מיסט קאסטן. איך בין אריין אין ביה"כ און ביטערליך געוויינט, איך האב געריבן מיין פיס און אלעס ארום מיט סטילל וואל, כדי אראפצווישן אלע עבירות און חטאים וואס איך האב נאר עובר געווען, ביז עס איז געווארן אינגאנצן צוריבן. איך האב נישט געקענט שלאפן, איך האב זיך געשפירט ווי דער נידעריגסטע מענטש אין די וועלט. איך האב זיך געבעטן ביי אלע שדים און רוחות אז איך זאל נישט אויפשטיין, איך האב נישט געליינט קריאת שמע אפשר אזוי וועל איך נישט אויפשטיין, איך זיך געשפירט ליידיג און איך בין זיך אליינס שולדיג ווייל דאס איז געווען א נסיון פונעם אייבערשטן און איך האב עס נישט געקענט באשטיין. און דער אייבערשטער האט מיר עס צוגעשיקט אז ער דארף מיר נישט וכו' וכו'.
אינדערפרי האב איך בשום אין אופן נישט געוואלט גיין אין שוהל, נאר מיין טאטע האט מיר ממש ווי געצווינגען צו גיין. איך האב נישט געוואלט גיין אין מקווה כדי מ׳זאל נישט זעהן מיינע צוריבענע פיס. איך האב געשפירט אז יעדער ווייזט זיין פינגער אויף מיר אז איך בין דער גרעסטער חוטא, און איך האב קאליע געמאכט יענעם "חשוב'ן" פארשוין. איך האב נישט געוואלט קוקן דעם רבין אין פנים אריין ווייל איך האב נישט געוואלט אז ער זאל שפירן די טומאה וואס שפראצט ארויס פון מיר.
פון מיינע בחור'ישע יארן נאכדעם האב איך נישט חשק צו רעדן דא ברבים, ואתכם הסליחה. ביז יום חופתי האט מיין טאטע, און קיינער נישט געוואוסט דערפון.
נאך מיין חתונה האב איך זיך זייער געשעמט צו דערציילן פאר מיין ווייב מיין געשיכטע, מיין חתן מדריך האט מיר א גאנצע צייט געפרעגט צו עפעס האט אמאל פאסירט מיט מיר, זעהענדיג אסאך מאדנע סימנים, איך האב געלייקענט אלע יארן. ווען מיינע קינדער האבן אנגעהויבן אונטער צו וואקסן בין איך פשוט געווארן פערענויד און זיי נישט געלאזט אטעמען אליינס, אזוי זענען אדורך געגאנגען א שיינע תקופה, פול מיט שלום בית פראבלעמען און קינדער וואס ווילן נישט דעם טאטן אינדערהיים. ביז איך האב איין נאכט אויסגעבראכן און פארציילט פאר מיין ווייב די גאנצע געשיכטע. איך בין געגאנגען אויף הילף און איך האב זיך געלאזט קאסטן ממון ודמים פאר דעם.
היינט איז מיר נישט מעגליך צו ארויסקומען אויפן גאס און שרייען, יא! דאס בין איך און יענער און יענער האט מיר מאלעסטעט. איך דארף שידוכים טוהן מיט מיינע קינדער, און דארף מיין דזשאב, איך וויל מיינע קינדער אין די מוסדות, און איך וויל נישט פארלירן מיינע חברים.
ברודער טייערע, ווען עטץ זעהטס איינעם לויפן מיט א מעסער אויפן גאס, רופסטו אים צו די דין תורה אדער דו ריפסט 911? נישט קיין חילוק ווי לאנג און ווייס זיין בארד איז!!!!
ביז היינט האב איך די שולד געפילן אז ווייל איך שטעל יענעם נישט אפ, בין איך זיכער אז יענער טוט עס ווייטער. איך שפיר ווי די אומשולדיגע נשמות ליגן אויף מיינע האנט. צו איז דאס נארמאל?? ווי איז די אחריות פון איין איד אויפן צווייטן?
האסט שוין אמאל געזעהן א מענטש זאל זיין פארקילט נאר מיט איין סניז? ווען א מענטש איז פארקילט קען ער נישט שולט זיין אויף זיין סניזן. ווען א מענטש איז קראנק אויף די זאכן וועט ער איז זיך נישט שטעלן ביי איינס, ער קען זיך פשוט נישט איינהאלטן.
קיין רב וועט נישט ארויסקומען קעגן א צווייטע רב אדער מו"ץ, עס איז נישט דא קיין עצה ליידער נאר פאליציי. אדרבה! האסט אן אנדערע עצה? זאג עס! זאגן סתם אז מ'טאר נישט איז נישט קיין קונץ.
ווילסט ענדערש אז ער זאל זיך דרייען און באטאפן דיינע קינדער? ווי אזוי שלאפן ענק רואיג ביינאכט וויסענדיג אז אזעלכע משחיתים דרייען זיך אין די גאסן און דו גייסט קיינמאל נישט וויסן נאר לאחר המעשה ה"י ווייל יעדער האט מורא ארויסצוקומען????
לוי אראן איז אויך א איד, האט דא איינער רחמנות אויף אים אז ער זיצט אין תפיסה? טענה'ט דא איינער אז א איד טאר נישט זיצן אין תפיסה? וואלט איינער זיך איינגעהאלטן א סעקונדע צו רופן די פאליציי אויף אים ווען ער ווייסט ווען ווער ער איז??????
איך זאג נישט אז וועבערמאן האט עס יא געטוהן אדער נישט, איך ווייס נישט. אבער די קאנצעפט אז מ'טאר נישט גיין צו די פאליציי איז מופרך און רשעות שאין כדוגמתו.

- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
איך האב נישט אפגעליינט דיין גאנצע תגובה. נאר באמערקט דיין לוי ארון שורה. "רציחה" איז נישט עפעס וואס א אידישער מוח קען פראסעסען, קיינער "און ממש קיינער" וועט טאקע דערפאר נישט שוינען אויב א מערדער במו ידים גייט שימלען אין תפיסה. משא"כ ווען ס'קומט צו "סע*ס איז דאס עפעס וואס יעדער קען 'רילעיטען' דערצו, ס'לויפט אין אלע רעליגיעס אלע ראסן אלע ספישיס, איבעראל. בקיצור .. איך זאג נישט אז ס'גערעכט אינגאנצן. אבער פארשטענדליך איז עס יא. און ווען אימער אדער ווער אימער ס'פארגלייכט די קעיס צו א רציחה קעיס פארלירט דאס גאנצע לעגיטימיטעט. נישט אז דו האסט ווייניג געליטן. איך רעד נישט פון דיר אדער פון קלעצקי, כ'רעד פונעם קרימינאל און זיינע מעשים. ס'קיין פארגלייך ווי אויבן געשריבן. ודו"ק
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
זר, דו האסט נאך ב"ה די מענטעל קעפעביליטס צו פונאנדערשיידן צווישן א פארגלייך (וואס ממי שאמרו האט נישט געמאכט) און א משל וואס דינט מסביר צו זיין.
און אגב, מ'רעדט נישט דא פון סע*ס, מ'רעדט פון רעיפ. טרעף מיר איין רעליגיע אדער ראסע וועלכע "רילעיט" צו רעיפ, און צייג מיר וועלכע אידישע מוח קען דאס פראסעסן.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
זר זהב האט געשריבן:יידל, ביזט קלוגער פון דעם (און פון מיר!) דו ווייסט גאנץ גוט וואס איך מיין. איך בין זיכער אז ווען איך צאל דיר ווען מסביר צו זיין מיין געדאנק וואלסטו עס פיין געקענט ארויסברענגען. איז וואס זיך סתם טענה'ן?
א דאנק!
אז דו צאלטס מיר קען איך טון אסאך זאכן. עס מיינט נאכנישט אז עס איז גערעכט. עניוועי, כ'פארשטיי זייער גוט פון ווי דו קומסט, כ'האלט אבער אז דו מאכסט א מיסטעיק. וואס האבן מיר זיך צו טענה'ן?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
קען זיין איך מאך א מיסטעיק, אבער אויב וועסטע מאכן אן אנקעטע ביים היימישן ציבור אין אלע היימישע געגענטער וועסטו זעהן אז כמעט יעדער איז מיט מיר. קיינער כמעט וועטיר נישט זאגן אז ארון לוי דארף ארויסקומען, און קיינער כמעט וועט זאגן אז וו"ב דארף זיצן לייף. (און טאקע דאס איז דער ריזען פארוואס עטליכע דא האלטן אנדערש, נו פיר אויס.... ס'איז קיהל צו זיין אנדערש פונעם רוב! טינקען אוט אוו די באקס. -- וועל, איך בין שוין דורך יענע סטעידזש.)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:39 am
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
ממי_שאמרו
My heart bleeds for you!
I bet that while you wrote it and your crying buckets as well?
You are brave for writing it!
you are Brave for being so strong even under such terrible circumstances

--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
און ביי די וועי, זר זהב, דאס אז יעדער איז מיט דיר מאכט דיך נאך נישט גערעכט. http://www.nizkor.org/features/fallacie ... arity.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
זר זהב האט געשריבן:קען זיין איך מאך א מיסטעיק, אבער אויב וועסטע מאכן אן אנקעטע ביים היימישן ציבור אין אלע היימישע געגענטער וועסטו זעהן אז כמעט יעדער איז מיט מיר. קיינער כמעט וועטיר נישט זאגן אז ארון לוי דארף ארויסקומען, און קיינער כמעט וועט זאגן אז וו"ב דארף זיצן לייף. (און טאקע דאס איז דער ריזען פארוואס עטליכע דא האלטן אנדערש, נו פיר אויס.... ס'איז קיהל צו זיין אנדערש פונעם רוב! טינקען אוט אוו די באקס. -- וועל, איך בין שוין דורך יענע סטעידזש.)
ווער אין די וועלט האט דא גערעדט פון וועבערמאן? איך ווייס אפילו נישט צו ער האט עס געטוהן צו נישט. איך רעדט פון די געדאנק אז מ'טאר אין קיין שום פאל גיין צו די פאליציי.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 22, 2012 10:39 am
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
how are people so cold and not crying with our friend
ממי_שאמרו
How can we sit so idle and not feel for him??
ממי_שאמרו
How can we sit so idle and not feel for him??
--
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
טי מיר א טובה, געב א לייק
-
אויב איר קויפט אויף עמעזאן דאן ביטע בוקמארק די לינק אין מאכט זיכער נאר צי קויפן אויף עמעזאן דירעך די לינק
http://bit.ly/kavehShtib
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
ממי שאמרו, איך האב דיר געלייקט פינעף מאל, אבער וואס זאל איך טון אז די קנעפל ארבעט נישט מער ווי איינמאל.
איך האב הנאה פון דיין בראווקייט, און זאלסט וויסן אז איך פרינט ארויס דיין מעשה, און אלע ענליכע פון מאחורי, און איך גיי מאכן זיכער אז מיין בחור זאל עס ליינען, עס לוינט זיך ממה נפשך, ווער ספארשטייט פארשטייט און ווער נישט נישט.
יעצט, אין מיין שמאלן געדאנק, עגרי איך מיט זר זהב ער האט א שטארקע פוינט.

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש האט געשריבן:
יעצט, אין מיין שמאלן געדאנק, עגרי איך מיט זר זהב ער האט א שטארקע פוינט.
למען השם, אז וואס????
זיי מעגן זיך דרייען פראנק און פריי אין די גאסן נעבן אונזערע קינדער??? (איך רעדט "נישט" פון וועבערמאן).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.