בלאט 1 פון 2
לייוו פון ארמארי - כ״א כסלו תשע״ג
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:07 pm
דורך [NAMELESS]
איך וואלט געוואלט דארט זיין, אבער ליידער קען איך נישט. ווי, פרעגסטו? אין איינע פון די צוויי ארמארי׳ס. עניוועי, אויב איינער איז דארט - אין עני ארמארי - ביטע באריכט דא וואס ס׳טיצעך. מיט פיקטשער׳ס אויך.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:29 pm
דורך שמעקעדיג
קע"ה
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:35 pm
דורך [NAMELESS]
שקויעך שמעקי. קראונהייטס אדער ווילי?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:39 pm
דורך שמעקעדיג
קרוינהייטס ביי רז"ל.
איך בין נישט דארט (ביי קיין איינע) אבער די בילד האב איך פריער ערהאלטן פון א גוטן פריינד.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
טענק יא. יעצט דארף מען שאפן א בילד פון ווילי (און פון די מסיבה אינדרויסן ביי די בעריקעיד׳ס......)
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 10:55 pm
דורך משולם שטיינפעלד
דייקא א בילד אדער א רעפארט איז גענוג?
אין ווילי פאנגט יעצט אן אדמור מהרא זיין צענטראלע דרשה
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:56 am
דורך טעפל
נו? קיינער האט נישט קיין פיקטשער'ס???
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 10:29 am
דורך אבי גערעדט
וויליאמסבורג
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 11:27 am
דורך היסטאריקער
שמעקעדיג האט געשריבן:קרוינהייטס ביי רז"ל.
איך בין נישט דארט (ביי קיין איינע) אבער די בילד האב איך פריער ערהאלטן פון א גוטן פריינד.
איך דענק אז דאס איז וומב״ג
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 11:31 am
דורך נפתלי
היסטאריקער האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:קרוינהייטס ביי רז"ל.
איך בין נישט דארט (ביי קיין איינע) אבער די בילד האב איך פריער ערהאלטן פון א גוטן פריינד.
איך דענק אז דאס איז וומב״ג
פאריאר געווען
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 1:07 pm
דורך אבי גערעדט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 1:10 pm
דורך אבי גערעדט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 1:37 pm
דורך שרייבער
שוין ווייטער האט זיך דער אהרן געעפענט דאס מויל, ווער האט אים געבעטן רעדן פון גיוס בני ישיבות, ס'האלט אינמיטן א פראסעס, קיינעם פאלט נישט ביי צו רעדן דערפון נאר אים! פארענטפער די ים האט זיך געשפאלטן און שווייג!!!!!!!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 1:41 pm
דורך קפנדריא
שרייבער האט געשריבן:שוין ווייטער האט זיך דער אהרן געעפענט דאס מויל, ווער האט אים געבעטן רעדן פון גיוס בני ישיבות, ס'האלט אינמיטן א פראסעס, קיינעם פאלט נישט ביי צו רעדן דערפון נאר אים! פארענטפער די ים האט זיך געשפאלטן און שווייג!!!!!!!
איך מעג וויסן וואס קוועטשט דיך?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 2:45 pm
דורך שרייבער
איך זע ווער ס'פארשטייט פארשטייט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:55 pm
דורך signout
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:58 pm
דורך פיינע קאווע
שרייבער האט געשריבן:שוין ווייטער האט זיך דער אהרן געעפענט דאס מויל, ווער האט אים געבעטן רעדן פון גיוס בני ישיבות, ס'האלט אינמיטן א פראסעס, קיינעם פאלט נישט ביי צו רעדן דערפון נאר אים! פארענטפער די ים האט זיך געשפאלטן און שווייג!!!!!!!
געפרעגט?
עס פרעגן אים אלע ערליכע רבנים וראשי ישיבות מכל קצוי תבל, די גרעסטע פוסקים און גאונים בזמנינו קומען זיך מיט אים אדורך רעדן אין יעדען ענין הנוגע ליהדות החרדית טאג נאך טאג זינט די תשמ יארן ווען ער איז גאב"ד אין קרית יואל עד היום
נישט געפרעגט? אט אזא אינג ווי דו וואס די גמרא זאגט אויף דיר כל המבזה תלמיד חכם אין רפואה למכתו
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:43 pm
דורך זר זהב
שרייבער האט געשריבן:שוין ווייטער האט זיך דער אהרן געעפענט דאס מויל, ווער האט אים געבעטן רעדן פון גיוס בני ישיבות, ס'האלט אינמיטן א פראסעס, קיינעם פאלט נישט ביי צו רעדן דערפון נאר אים! פארענטפער די ים האט זיך געשפאלטן און שווייג!!!!!!!
איך וויל סתם ווייזן די דאבל סטענדערט וואס הערשט דא אין שטיבעל! ווען איך זאל שרייבן אהרן אן א
ר' באקום איך אין אישי קאלטס און געבראטענס פון די הנהלה. אויב ביזטע אבער א חסיד מהר"א מעגסטע שרייבן וויזוי דו ווילסט. און דו זאגסט מיר נאך אז די הנהלה דא איז נישט ארויניש געשטימט?! (סארק.)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:55 pm
דורך זר זהב
איך זעה גוט? דארט איז דא ארענדזש דזשוס און לימאנעיד? ס'זייער גוט. איך מיין אז ס'די ערשטע מאל וואס איך זעה אזאנס. ס'נישטא וואס צו רעדן די ארוינים שטעלן בעסער אהער די גשמיות'דיגע חלקים פון מסיבות און שמחות.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 9:05 pm
דורך אוי טאטי
קרוינהייטס ארמארי
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:15 am
דורך הדד בן בדד
לדעתי העניה איז דער קרוינהייטס ארמארי א פיהל בעסערער זאל פאר אזא מסיבה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 4:25 am
דורך טעפל
הדד בן בדד האט געשריבן:לדעתי העניה איז דער קרוינהייטס ארמארי א פיהל בעסערער זאל פאר אזא מסיבה.
אבער דארט האט די רעבעזיכרוינעלעבראכע נישט געטאנצען בך בטחו!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 11:47 am
דורך קפנדריא
פרעג איך אייך, איז נישט געווען א מצוה צו צוטיילן סאטמאר אין צווייען? וואו וואלטן די אלע אריינגעפאסט אין איין זאל? קע"ה.