בלאט 1 פון 4

ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 1:56 pm
דורך [NAMELESS]
לרגל היום הגדול כ"א כסליו, די טאג וואס ווי באוואוסט אי לאו האי יומא כמה זר זהב איכא בשוקא. די טאג וואס ווען נישט די טאג וואלטן קיינער פון אונז נישט געשריבן אויף קאווע שטיבל, ווארום מיר וואלטן געלערנט אין ישיבה יוניווערסיטי און מיר וואלטן אלע געווען לויערס, דאקטוירים, מוצצים בכלי אדער וואל-סטריט באנקירער, די היינטיגע טאג איז כדי צו שרייבן מעניני הנס, ווי כידוע אז די תשב"ר עסן טשאקלעד וועיפערס און מאלן א פיקטשער פון א טרעין, להביע חסדיו ית' שנתגלגלו ע"י מסילת הברזל.

דער רבי איז ניצול געווארן דורך ד"ר ישראל קאסטנער ז"ל וועלכער האט געראטעוועט דעם רבין ז"ל. יא, שטייטזיך אז אלעס נאר אדאנק די חלום וואס שלמה יאנקל געלבמאן... איימסארי וואס ד"ר פישער האט גע'חלומ'ט אז זיין מאמע קומט אים אין חלום, אבער פארט, חלומות אין א זייט געלייגט, שלמה יאנקל אין א זייט געלייגט, ד"ר קאסטנער האט געראטעוועט דעם רבי'ן.

אין ארץ ישראל איז שפעטער פארגעקומען א גרויסער מהומה ווען אונגארישע אידן האבן פארפירט אז קאסטנער האט געראטעוועט די עליטע, די הויפט ציונים, דעם רבי'ן, די רביצין, רבי יוסף אשכנזי, און נאך מיליאנערן ; און נישט פרובירט צו ראטעווען אויף א גרעסערן פארנעם דעם כלל ישראל פון אונגארן. די קאנטערווערסיע האט זיך קיינמאל נישט געענדיגט, ווארום איין שופט האט גע'טענה'ט אז "קאסטנער מכר נשמתו לשטן" אן אנדערער שופט האט געהאלטן אז ער האט גוט געהאנדלט, און היסטאריקער זענען נאך עד היום מחולק צו ער האט געטון גוט, צו ער האט געמיינט גוט און צו ער וואלט אנדערש געדארפט האנדלען.

בכל אופן, סאטמאר האט זיך געטון זייערס, גע'בך בטחו'ט אין גרויסן, און זאלן די ציונים זיך רייסן צו קאסטנער האט גוט געטון צו נישט.

למעשה האט מען קיינמאל נישט דערמאנט דעם בעל הנס קאסטנער, עס איז געווען א חתונה מיט א חתן אן קיין שושבינים......

ביז ב"ה תשע"ג האט מען זיך געכאפט ביים קאפ אז עס איז צייט צו טון למעשה, מכיר טוב זיין פאר קאסטנערן. אבער וויאזוי גיין משבח זיין קאסטנער? נע, פאסט נישט. און נישט בלויז פאסט נישט נאר טראכט וואס דער מו"צ ביד"צ קהל יטב לב וועט שרייבן אונטערן פען נאמען ב' טויב אויב דער וויליאמסבורג ארמארי רבי וועט זאגן א גוט ווארט אויף קאסטנער, און דער גרויסער היסטאריקער טעלער וועט שרייבן אויפן קראונהייטס ארמארי רבי אויב ער זאגט א גוט ווארט, אלזא זענען ביידע געפאלן אויף א געניאלע המצאה: מען וועט אטאקירן ביבי'ן!

וואס וועט מען אטאקירן ביבי'ן? אה, נישט קיין דאגה, דער וויליאמסבורג ארמארי וועט אטאקירן ביבי אלס "מחוצף" ווייל ער האט שטילערהייט געשטיצט מיט ראמני און געלייגט אין א סכנה אלע אידן. ער איז דאך גערעכט, קוק נאר אן וויאזוי די דעילי ניוס, די נוא יארק פאסט און די עמי האקן אויף די אידן צוליב עפעס א נארישע בלבול פון עפעס א כזונה יעשה את אחותנו וועמענס טאטע גייט שטריימל בעקישע, א גאנצע כאדאראם וועגן א קליין מיידל, און זיי מאלן אפ עפעס א עסקן-מחנך-קנאקער ווי א לידער, ווען אין פאקט איז ער בלויז א ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, הרבני החסיד המרומם און בכלל נישט קיין הגה"צ המפורסם....... און דאס איז שוין אלעס מיט אובאמא אלס פרעזידענט ווען יאסי געשטעטנער איז צעקלאפט, שטעלט ענק שוין פאר ווען ראמני וואלט געווען פרעזידענט, ווי שטארק די מידיע וואלט באשמוצט און יאסי וואלט דאך געווען טרעזשורי סעקרעטערי און קיינער וואלט נישט צוריקדערלאנגט די מידיא אין זיבעטן ריפ.... שוין איך פארפאר, בקיצור, די גאנצע אנטיסעמיטיזם שרייט דער וויליאמסבורג ארמארי רבי איז וועגן דעם מחוצף ביבי נתניהו.

דער קרוינהייטס ארמארי רבי האט אויך נישט טומן געווען ידיו בצלחת, ער האט אריינגעשמיסן נתניהו פארן ארעסטירן דעם שר התורה שמידעל, דער שליח פון חפץ חיים און חזון איש צו די קברים, און נישט סתם ארעסטירט, נאר מיט רשעות, ווען א גויטע פאליציאנט שטייט דערנעבן און איז מכשיל שמידעל מיט ראיות אסורות, און נישט בלויז דאס, נאר נאכדעם האבן זיי אים נאכגעהאלטן אין טורמע פאר א גוטע צוויי דריי שעה, כמעט דריי פראצענט אזוי לאנג ווי אברהמי זופניק מיט יאסעלע פליט, רחמנא ליצלן שומו שמים, מען וואלט געדארפט רייסן קריעה און טרונקען לימאן דזשוס פאר אזא זאך.

על כל פנים, האבן די גדולי חכמי ישראל ומנהיגי היהדות החרדית הצרופה אשר לא כרעו לבעל, געפערליך פארפירט קעגן נתניהו'ן, אבער וואס האט דאס מיט קאסטנער?

אה, דאס האט א הסבר:

קאסטנערס אן אייניקל, מירב מיכאלי לויפט יעצט צום כנסת המינים אויף די עבודה פארטיי, זי איז א גרויסע רשע'נטע, א שרעקליכע פעמיניסטקע, זי האלט אז פרויען זאלן געהעריג קענען גיין אויף באסעס און נאך אזעלכע לינקע איידיעס, אבער, פארט זי איז אן אייניקל פונעם בעל הנס, און עס קומט זיך הכרת הטוב עד דרא בתראה, דאי לאו האי יומא, וכו', און זי איז אין די צד שכנגד פון ביבי, איז א פאסיגע צייט צו מכיר טובה זיין דעם זיידן ז"ל און דערלאנגען דעם יעצטיגן ראש הכופרים און אזוי ארום דערלאנגען א זיג פאר קאסטנערס אייניקל, און אזוי וועט זי ווארשיינליך געווינען און אפשר מאכן א רעגירונג אינאיינעם מיט אמנון יצחק.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 2:04 pm
דורך sunbar
ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 2:13 pm
דורך עסן עסט'זיך
קופערניקוס די ביסטו א פיינער לץ

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 2:27 pm
דורך בן תמליון
איבער סיי וואס איר שרייבט זענט איר מהנה דעם ציבור. וואיל איז אייער חלק.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 2:30 pm
דורך איחוד פעלד
sunbar האט געשריבן:ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

עס איז געפארען פין אונגארען.
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 3:19 pm
דורך signout
האסט א גיטע סענס אוו האמער אבער ביזט א סעלף העיטינג זשו

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 3:22 pm
דורך [NAMELESS]
signout האט געשריבן:האסט א גיטע סענס אוו האמער אבער ביזט א סעלף העיטינג זשו

סעלף היומערינג דזשו

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 3:37 pm
דורך sunbar
איחוד פעלד האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

עס איז געפארען פין אונגארען.
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.


מען האט געוואלט ארויסשמאגלען רבי ישעי'לע?

אגב די בעלזא רב זי'ע איז אנגעקומען קיין אר'י ח אדער ט שבט תש'ד. די באן איז געפארן כסלו תש'ה....

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 3:53 pm
דורך איחוד פעלד
איך מיין אז ער האט שוין נישט געלעבט דעמאלס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:02 pm
דורך עסן עסט'זיך
signout האט געשריבן:האסט א גיטע סענס אוו האמער אבער ביזט א סעלף העיטינג זשו



ווי זעסטו דא סעלף העיטינג? ווי זעסטו העיט בכלל, אביסעלע טרייבן ליצנות איז העיט? כמיין אז די ביסטו א סעלף פחדנות'דיגער איד, מיט א פחד און חשד פון רדיפה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:34 pm
דורך זר זהב
sunbar האט געשריבן:ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

משה גבאי

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:44 pm
דורך עוד מישהו
ר' ישעי'לע טשעחויבער איז נפטר געווארן תש"ג אין באכניע געטא, גאליציע.

קאסטנער איז געשאסן געווארן אין תל אביב פאר זיין הויז, די מערדער זענען קיינמאל נישט געכאפט געווארן.

הרב קופערניקוס זייער שיין ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון טאג :lol:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:52 pm
דורך יידל
signout האט געשריבן:האסט א גיטע סענס אוו האמער אבער ביזט א סעלף העיטינג זשו

זאג, דו ווייסט בכלל וואס סעלף העיטינג דזשו מיינט? עס זעט נישט אויס אזוי. אז דו ווייסט יא, ביטע קלער מיר אויף וויאזוי קופערניקוס איז סעלף העיטניג.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:23 pm
דורך Starbucks
מוה״ר קופערניקוס, ביזט א דשיניעס!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:23 pm
דורך איך אויך
Starbucks האט געשריבן:מוה״ר קופערניקוס, ביזט א דשיניעס!

איך כאפ נאכנישט אלע פשעטלך און ווערטער-שפילן, אבער כ'וועל עס איבערשלאפן און האפענטליך מארגן קליגער ווערן. בכל אופן א שכויעך פאר די שמייכלעראציע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:07 am
דורך [NAMELESS]
Starbucks האט געשריבן:מוה״ר קופערניקוס, ביזט א דשיניעס!

Thank you its a big honor!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:10 am
דורך לעמאן דזשוס
קופערניקעס, אין אזא זמן וואס החשך יכסה ארץ, ווען די רשעי עמינו, די מכם ובכם, די ממך ומנך האבן זיך באוואיגן צו פארמעסטן וכולי קומטסטו און מיט דיין הומאריסטישן פעדער שלעפסטו ארויף אומווילנדיגע שמייכלען אויף יידן׳ס בעקעלעך.....

הפלא׳דיג וויזוי דו האסט צוזאמגעשטעלט די סך הכל פון די יידישע נייעס אין די לעצטע וואך

אז מען רעדט שוין וועל איך נאכברענגן וואס כאב געהערט פון מיין רבי׳ן הרב רקפת וואס זאגט נאך פון אן אלטן דאקיומענטערי וואס איז ארויסגעקומען יארן צוריק איבער די ״קאסטנער סאמאטוכע״ ווי עס ווערט ערקלערט די אמת׳ע (ליגנט׳ע) סיבה פארוואס ער האט ארויפגעשטעלט דעם סטמר׳ן רב אויפ׳ן באן וואס איז לכאורה שטארק אומפארשטענדליך נעמענדיג אין באטראכט זיין שארפן שטעלונג קעגן קאסטנער וחביריו הציונים. זאגט ער אז די סיבה איז, ווייל ער האט געוואלט עס זאל בלייבן נאכ׳ן קריג פון אלע סארטן שטרעמונגען פון ס׳פאלק פון די רעכסטן ביזן גאר אנטי, פונעם פרומסטן ביזן גרעסטן פוקר ווייל דאן איז דאס פאלק א דבר השלם....

מיט דעם האביך אויך פארשטאנען פארוואס ער האט אויך איבערגעלאזט דארטן הרה״צ מאודווארי ווארום, מען ברויך דאס אויך צו זעהן נאכ׳ן קריג.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:16 am
דורך משה געציל
נישט פארגעסן אז אי לאו האי יומא וואלט דער אהרן מרגליות געקענט רעדן פאר פרויען אין וויליאמסבורג פונקט ווי דר. הערצאג פון יוניידעט טאלמידיקעל עקעדאמי, אזוי אויך וואלט מען לכאורה זיך נישט ארום געדרייט דעם טיש נאך א שעבע בראכעס מורמלענדיג סאמייאח תיסאמאח... בגנעדםמקעדן...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:39 am
דורך [NAMELESS]
משה געציל האט געשריבן:נישט פארגעסן אז אי לאו האי יומא וואלט דער אהרן מרגליות געקענט רעדן פאר פרויען אין וויליאמסבורג פונקט ווי דר. הערצאג פון יוניידעט טאלמידיקעל עקעדאמי, אזוי אויך וואלט מען לכאורה זיך נישט ארום געדרייט דעם טיש נאך א שעבע בראכעס מורמלענדיג סאמייאח תיסאמאח... בגנעדםמקעדן...
.
What's the story with ahron margolis?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:45 am
דורך משה געציל
קופערניקוס האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:נישט פארגעסן אז אי לאו האי יומא וואלט דער אהרן מרגליות געקענט רעדן פאר פרויען אין וויליאמסבורג פונקט ווי דר. הערצאג פון יוניידעט טאלמידיקעל עקעדאמי, אזוי אויך וואלט מען לכאורה זיך נישט ארום געדרייט דעם טיש נאך א שעבע בראכעס מורמלענדיג סאמייאח תיסאמאח... בגנעדםמקעדן...
.
What's the story with ahron margolis?

Thats his story
He spoke yesterday in willi and hisachdes "eiser"izet it.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 5:20 am
דורך טעפל
איחוד פעלד האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

עס איז געפארען פין אונגארען.
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.

פויגל, ווער ס'קען נאר אביסל די היסטאריע ווייסט אז פויגל איז געקומען ווערען א גבאי פון אנטווערפען וואו ער האט געוואוינט שוין אין ארץ ישראל, די סיפור גייט דארט אז ר' ישעילע האט געוואלט מיט נעמען זיין זוהן און ס'איז נישט געווען קיין פלאץ נאר פאר איינעם האט ער געזאגט אז ער וועט ענדערש בלייבן דארט.

קופערניקס געוואלדיג, אזא פשעטל, ביסט דאך א גאון הגאונים!!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 11:15 am
דורך קאווע טרינקער
בד"וו, אגב.
אויף קול מבשר, איז אינטערוויוא 770 (חב"ד) מיט עמרם אבערלענדער (פאפא) בענין כ"א כסלו (סאטמאר)
עושה שלום במרומיו.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 11:18 am
דורך outspoken
ווי גייט דאס ווארט, סאטמאר 550 (בעדפארד) פאפא 660 (בעדפארד) חב"ד 770