בלאט 1 פון 1
חנוכה געימס און גרעבעגס איידיעס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 5:39 pm
דורך kliger
last year chanuka we found on the internet a site to make a custom bingo game which we played with all names of the family and it was very successful now im looking for something new any ideas?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 7:33 pm
דורך שמעקעדיג
ווער האט עפעס געשמאקע גוטע געימס פאר א היימישע חנוכה פארטי, זאל זיך ביטע לאזן הערן
נשלח: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:39 pm
דורך פויער
ביטע פארמאכן דעם אשכול בעפאר איך גיי אויסשרייען: הצלה ביי די מענער!
ומעשה שהיה כך היא, איך ווייס נישט אין וועמענס שלחן ערוך אדער רול בוק ווערט געברענגט דעם פארדארבענעם מנהג הנקרא גרעב בעג, אבער דאס האט מיר שוין בארויבט אין מיין לעבן שעות טייערע צייט, בערזלעך געלט, און פלעשער טיילענאל...
שוין פון שלשים היום קודם החג הייבט זיך אן די הכנה דרבות, וואס קען מען קויפן פאר גיטי? און וואס פאר שלומיס אסתי? וואס עט זיך זלאטי פארשעמען? און איז דעיס נישט צו טייער פאר ברכי?! אזוי איז מען פארנומען טעג און וואכן אויפן טעלעפאן און אין די געשעפטן, קומט חנוכה ווערט עס פייער היציג, די געשעפטן ווערן אנגעלייגט, וואק איך אריין אין א געשעפט באפאלט מען מיך גראד: "האלאו, פארוואסערע עידזש זוכסטו?! און צום סוף איז מען קיינמאל נישט צופרידן און קיינמאל געלונגט עס נישט און סתם זיך אנגעפלאגט פאר גארנישט!
מ'דארף אויסראטן דעם מנהג, צוריקגיין צו די אלטע צייטן צו די פעטע דאנאטס מיט טרענס פעט, און געפרעגלטע לאקטעלעך און דריידל קוויטל שפיל. און א פרייליכן חנוכה!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:36 am
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט פון גרעב בעגס צו זאגן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:51 am
דורך petergrifin
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט פון גרעב בעגס צו זאגן.
אין איך װײס יא
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 11:43 am
דורך למדן
עס איז דא זייער א איידעלע שפיל וואס מ' קען שפילן חנוכה ס' הייסט קוויטלעך, כ' האב עס שוין געשפילט מיט אפאר משפחות וואס האבן עס נאך קיינמאל נישט געשפילט ס' נעמט איין ראונד עס זיך אויסצולערנען, פאר די וואס האבן מורא (אייביג) אז ס' קעגן די הלכה קענען שפילן מיט קליין געלט אדער צוריקגעבן ס' געלד
נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 4:12 pm
דורך געוואלדיג
כידוע דער קדושת לוי שרייבט אז אויף יעדע קארטל איז שורה א קליפה
Re: חנוכה געימס און גרעבעגס איידיעס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 10:20 pm
דורך גר ותושב
און די connection איז דא אפאר געימס פון דריידלעך איך האב פרובירט עס ארויף צו לייגען עס איז איבער א Mb איז ווער עס אינטערסירט זאל עס אליינס קוקן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 1:15 am
דורך יהושע חיים
געוואלדיג האט געשריבן:כידוע דער קדושת לוי שרייבט אז אויף יעדע קארטל איז שורה א קליפה
אויף קארטן האט ער עס געזאגט קוויטלך איז עפעס אנדערש (מען פלעגט עס רופן צאנזער קארטן)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 4:32 pm
דורך kliger
עפעס נייע איידיעס היי יאר ?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 11:32 pm
דורך בת קול
מען טיילט אויס צעטלעך מיט נעמען פון באטייליגטע. מען שרייבט א קאמפלימענט פאר די מענטש וואס עס שטייט זיין נאמען. מען זאגט איינס צוויי דריי, און יעדער שטעלט זיך אויף צוזאמען איבערגעבן די קאמפלימענט צעטל פארן מענטש.
די דזשאוק?
אויף יעדע צעטל שרייב זיידי/ באבי, איז נאר זיי באקומען א הויפן קאמפלימענט.
מען קען שפילן די זעלבע מיט טאטע/ מאמע א.ד.ג.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 11:42 pm
דורך בת קול
יעדער באקומט א באלון.
עס איז דא א הויפן קארטן. איינער ליינט די שאלה הויעך. אויב מען קען נישט די ענטפער דארף שטיין אויפן צעטל א קאנסעקווענץ וויפיל מאל צו בלאזן.
שאלות קענען זיין - וויאזוי הייסן פעטער יחיאלס 17 קינדער, וואו אלט ביסטו געווען ווען מען איז געפארן צו six flags. וואו האט מען געהאלטן די באלבס אין די אלטע הויז א.ד.ג.
די מענטשן וואס זייער באלון פלאצן, ווערן out.
אויב מען ניצט אויס די קארטן, אדער אויב מען האט זיי נישט אנגעגרייט, קען מען גיין אין א רייע, און די מענטשן קענען מאכן די חידות, און באשטומען די קאנצענקווינצן.
דער וואס בלייבט מיט א גאנצע באלון איז דער געוואונער.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 11:48 pm
דורך בת קול
די שפיל how's yours?
איינער גייט ארויס. מען שמועסט אפ א זאך, למשל א זאקן, א שוויגער, א נאז...
די שפילער קומט אריין און דארף ארוםגיין אין א רייע פרעגן how's yours?
פאר זאקן קענען די מענטשן ענטפערן, שווארץ, ווייס, דיק, דין, שמעקעדיג, ריין א.ד.ג. די פרעגער דארף כאפן וועלכע זאך מען האט אויסדערוועלט צו שילדערן.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 9:58 pm
דורך בילקעלע
בת קול האט געשריבן:יעדער באקומט א באלון.
עס איז דא א הויפן קארטן. איינער ליינט די שאלה הויעך. אויב מען קען נישט די ענטפער דארף שטיין אויפן צעטל א קאנסעקווענץ וויפיל מאל צו בלאזן.
שאלות קענען זיין - וויאזוי הייסן פעטער יחיאלס 17 קינדער, וואו אלט ביסטו געווען ווען מען איז געפארן צו six flags. וואו האט מען געהאלטן די באלבס אין די אלטע הויז א.ד.ג.
די מענטשן וואס זייער באלון פלאצן, ווערן out.
אויב מען ניצט אויס די קארטן, אדער אויב מען האט זיי נישט אנגעגרייט, קען מען גיין אין א רייע, און די מענטשן קענען מאכן די חידות, און באשטומען די קאנצענקווינצן.
דער וואס בלייבט מיט א גאנצע באלון איז דער געוואונער.
וויאזוי ארבעט די בלאזן process? עס בלאזט זיך דאך אויף צווישן איין turn און די אנדערע?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 10:00 pm
דורך בילקעלע
ווער עס האט ideas זאל עס ביטע מיטטיילן מיטן עולם
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 11:07 pm
דורך בילקעלע
בילקעלע האט געשריבן:ווער עס האט ideas זאל עס ביטע מיטטיילן מיטן עולם
זייער וויכטיג
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 12:47 pm
דורך בילקעלע
Bump
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 3:08 am
דורך רביה''ק זי''ע
יהושע חיים האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:כידוע דער קדושת לוי שרייבט אז אויף יעדע קארטל איז שורה א קליפה
אויף קארטן האט ער עס געזאגט קוויטלך איז עפעס אנדערש (מען פלעגט עס רופן צאנזער קארטן)
וואס פונקליך איז דאס קוויטלעך, און וואס פונקטליך איז דאס קארטן?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 3:16 am
דורך גדליה
קארטן איז פאוקער
קוויטלעך איז קארטן
אויך וואס מגעט פאר דעי באשעפעניש וואס ריפט זיך רבי