בלאט 1 פון 2
מילכיגע דאנאטס איז עס אסור אדער מותר
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:21 am
דורך הרב_שלום
היינט אינדערפרי אין ראדני הער איך ווי יונגעלייט רעדן ארום צו מילכיגע דאנאטס איז אסור אדער מותר
דערווייל איז התאחדות די איינציגסטע וואס עס איז מתיר
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:28 am
דורך דעתי הענייה
קען איינער דא אויסשמועסן די צדדים מער באריכות?
לפי המבואר אין סימן פ''ח אין יורה דעה, איז אסור צו באקן מילכיגע אדער פליישיגע ברויט אויף די געווענליכע אויפן, און נאר אויב עס האט א שינוי אין די אויסזעהן איז עס מותר (מען רעדט לכתחילה) איז וואס איז די שאלה דא?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:57 am
דורך משה געציל
זאגט דער הייליגער מחבר יו״ד סי׳ צ״ז, ״אין לשין עיסה בחלב שמא יבא לאכלה עם בשר וכו׳ ואם היה דבר מועט וכו׳ או ששינה צורת הפת שתהא ניכרת שלא יאכל בה בשר מותר״ הג״ה- ולכן נוהגין ללוש פת עם חלב בחג השבועות וכו׳ גם כי צורתן משונה משאר פת״.
ומבואר מדברי המחבר דאם עשה שינוי בפת מותר לאפותו חלבי. וא״ל דדוקא כששינה באופן שכולם יודעים שהפת חלבי מותר, דמהלשון הרמ״א שכתב ״כי צורתן משונה משאר פת״ מבואר להדיא דאם אין עליו צורת הפת הרגיל מותר לאפותו חלבי. וא״כ ה״ה להסופגניות בוודאי צורתן משונה מלחם הרגיל.
וע״ע בפתחי תשובה סק״ג, ״וכתב עוד בתשובת מהרי״ט שם, דהא דאסור אם ליכא שינוי דוקא היכא דאיכא חשש שיאכלן עם גבינה ביחד, אבל היכא דליכא למיחש להכי, כמו אותם הממולאים במיני מתיקה שאין דרך לאכלן עם גבינה, מותר ללוש אותם עם שומן ולא חיישנין שמא אחריהם יאכל גבינה, דדיינו במה שאסרו ואין לנו לגזור גזירה אחרת עליה״, עכ״ל.
מבואר להדיא דבאופן דליכא למיחש שיאכלנו באיסור אין לאסור, וה״ה בענינינו דבוודאי אין אוכלים את הספגוניות ללפת בהם את הבשר נראה לענ״ד דמותר.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:34 am
דורך נולד מאוחר
וואס מיינט ''ואם היה דבר מעוט'' אינעם מחבר?
מקען מדייק זיין די לשון איז עיסה, דוקא עיסה איז די גזירה. דאנאט מאכט מען נישט פון עיסה.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 2:35 am
דורך שמעקעדיג
משה געציל, שיעור געמיינט אז דאס איז נטעי ההרים.
איך בענק זיך.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:47 am
דורך טעפל
איך מיין אז דאס איז פון ילקוט יוסף הרב עובדיה'ס זוהן.
על כן, מה שמוכרים היום סופגניות שמעורב בהן חלב, רשאים לעשות כן, אלא שחייבים הם להודיע לקונים שהן חלביות, כדי שלא יטעו לאוכלם בתוך שש שעות לאכילת בשר, מאחר שהרגילות היא שרוב הסופגניות הן פרווה.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 8:33 am
דורך איחוד פעלד
לכאורה וואלט עס געדארפט זיין משונה פין שאר דאנאטס וואס זענען פארעווע ומה הועילו אז עס איז משונה פין געהעריגע ברויט.
באיזה אופן, איז דא אן איסור צו עסען א דאנאט וואס איז מילכיג? לכאורה שטייט נאר אין לשין, נישט אין אוכלין.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 9:37 am
דורך משה געציל
טעפל האט געשריבן:איך מיין אז דאס איז פון ילקוט יוסף הרב עובדיה'ס זוהן.
על כן, מה שמוכרים היום סופגניות שמעורב בהן חלב, רשאים לעשות כן, אלא שחייבים הם להודיע לקונים שהן חלביות, כדי שלא יטעו לאוכלם בתוך שש שעות לאכילת בשר, מאחר שהרגילות היא שרוב הסופגניות הן פרווה.
פון ווי האסט עס גענומען אז דו מיינסט?
איחוד פעלד האט געשריבן:לכאורה וואלט עס געדארפט זיין משונה פין שאר דאנאטס וואס זענען פארעווע ומה הועילו אז עס איז משונה פין געהעריגע ברויט.
פונקט ווי דו פארשטייסט אז קעיק הייסט נישט קיין ברויט, פארוואס זאל דאנאטס יא ווערן גערעכנט ווי ברויט?
איחוד פעלד האט געשריבן:באיזה אופן, איז דא אן איסור צו עסען א דאנאט וואס איז מילכיג? לכאורה שטייט נאר אין לשין, נישט אין אוכלין.
דער מחבר אין סי׳ צ״ז פסקנט אז אויב ער האט געבאקן א מילכיגע ברויט איז עס אסור באכילה.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:44 am
דורך טעפל
משה געציל האט געשריבן:טעפל האט געשריבן:איך מיין אז דאס איז פון ילקוט יוסף הרב עובדיה'ס זוהן.
על כן, מה שמוכרים היום סופגניות שמעורב בהן חלב, רשאים לעשות כן, אלא שחייבים הם להודיע לקונים שהן חלביות, כדי שלא יטעו לאוכלם בתוך שש שעות לאכילת בשר, מאחר שהרגילות היא שרוב הסופגניות הן פרווה.
פון ווי האסט עס גענומען אז דו מיינסט?
http://www.ateret4u.com/online/f_01822. ... Num0059_L2
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:05 pm
דורך הרב_שלום
אלע היימישע בעלי מכשירים טוען דאס אסרן התאחדות איז די איינציגסטע וואס איז עס מתיר
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:09 pm
דורך קאווע טרינקער
הרב_שלום האט געשריבן:אלע היימישע בעלי מכשירים טוען דאס אסרן התאחדות איז די איינציגסטע וואס איז עס מתיר
אפשר איז דאס אזויווי "חדש/ישן"? וואס התאחדות קומערט נישט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:14 pm
דורך outspoken
קאווע טרינקער האט געשריבן:הרב_שלום האט געשריבן:אלע היימישע בעלי מכשירים טוען דאס אסרן התאחדות איז די איינציגסטע וואס איז עס מתיר
אפשר איז דאס אזויווי "חדש/ישן"? וואס התאחדות קומערט נישט
"חדש/ישן" טוען די היימישע פאר ביזנעס, ווייל ביי די ליטווישע איז מען מחמיר דערויף.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 4:57 pm
דורך רב היי
מ'קען זאגן א סברא אז דוקא ברויט וואס איז די סדר צי עסן ביי א פליישיגע סעודה מיט פלייש איז אסור, משא"כ דאנאט'ס עסט מען בדרך כלל נישט אינמיטן א פליישיגע סעודה אין אודאי נישט ציזאמען מיט פלייש.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:50 am
דורך נו גוט נו
אז מען רעדו שוין פון דאונט׳ס, איך בין אריין און א דונקין דאונט׳ס סטאר ווייזט מיר יענער אז אלע דאונאט׳ס איז כשר, פרעג איך אים ווי איז די צעטיל פון די ראביי וואס געט די הכשר? ווייזט ער מיר א צעטיל מיט גרויסע רויטע אותיות ׳צו אלע כשר׳ער קאסטעמער׳ס אלע דאונאט׳ס איז כשר׳. אן קיין חתימה פון קיין שום רב.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:10 am
דורך נולד מאוחר
נו גוט נו האט געשריבן:אז מען רעדו שוין פון דאונט׳ס, איך בין אריין און א דונקין דאונט׳ס סטאר ווייזט מיר יענער אז אלע דאונאט׳ס איז כשר, פרעג איך אים ווי איז די צעטיל פון די ראביי וואס געט די הכשר? ווייזט ער מיר א צעטיל מיט גרויסע רויטע אותיות ׳צו אלע כשר׳ער קאסטעמער׳ס אלע דאונאט׳ס איז כשר׳. אן קיין חתימה פון קיין שום רב.
און בראקלין איז דא אפאר כשרע סטארס, די בעלי בתים זענען מאסלים במילא האבן זיי נישט די פלייש וואס אלט דאנקען דאנאטס פארקויפן.נעמט זיי א הכשר פון א אידשע רב.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:33 am
דורך נו גוט נו
נולד מאוחר האט געשריבן:נו גוט נו האט געשריבן:אז מען רעדו שוין פון דאונט׳ס, איך בין אריין און א דונקין דאונט׳ס סטאר ווייזט מיר יענער אז אלע דאונאט׳ס איז כשר, פרעג איך אים ווי איז די צעטיל פון די ראביי וואס געט די הכשר? ווייזט ער מיר א צעטיל מיט גרויסע רויטע אותיות ׳צו אלע כשר׳ער קאסטעמער׳ס אלע דאונאט׳ס איז כשר׳. אן קיין חתימה פון קיין שום רב.
און בראקלין איז דא אפאר כשרע סטארס, די בעלי בתים זענען מאסלים במילא האבן זיי נישט די פלייש וואס אלט דאנקען דאנאטס פארקויפן.נעמט זיי א הכשר פון א אידשע רב.
גראדע איז עס נישט געווען און ברוקלין, חוץ מזה פון וועלכע פלייש רעדסטו? איך בין שוין געווען א סאך אין דונקין סטארס פאר א קאפי איך האב נאך נישט באגעגענט דארט קיין פלייש,
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:43 am
דורך נולד מאוחר
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:10 am
דורך נו גוט נו
Wow
קיינמאל נישט געוויסט, גוט צו וויסן, מ׳דארף זיך טאקע אכטונג געבען.
גראדע פון די דונקין וואס איך רעד איז אין א געז סטעשין און דארט האבן זיי נישט קיין סענדוויטשע׳ס נאר קאפי מיט דאונאט׳ס
״ועל הציבור ליזהר״
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:16 am
דורך נולד מאוחר
נו גוט נו האט געשריבן:Wow
קיינמאל נישט געוויסט, גוט צו וויסן, מ׳דארף זיך טאקע אכטונג געבען.
גראדע פון די דונקין וואס איך רעד איז אין א געז סטעשין און דארט האבן זיי נישט קיין סענדוויטשע׳ס נאר קאפי מיט דאונאט׳ס
״ועל הציבור ליזהר״
סמאכט נישט קיין סענס, נעקסט טיים קוק גוט אלע האבן סענדוויטשעס.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:27 pm
דורך ביבער
יעצט זאת חנוכה דארף איך הערן פון די גאנצע סומאטאכע? אוי איז דאס גוט געווען!!! טענק יו סאכדעס!!!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:42 pm
דורך קאווע טרינקער
איך עס שוין אן א ברכה 7 טעג.
כי שכחתי לברך ביום ראשון.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 5:14 pm
דורך למדן
אין סלאטסבורג כ'מיין דאנקין דאונאטס אדער עפעס אנדערש גראדע האב איך נאר געדארפט א טיי, אין די ליין זעה א גרויסע סיין כשר קוק איך צו זעהן ווער איז דער בעל מכשיר און וואס ער שרייבט דארט (כ' האב נאך קיינמאל פארדעם געליינט וואס די חברה שרייבן) די מילכיגי דאונאטס זענען כשר גראדע מיט א חתימה, זעהט אויס אז א צעטל אליינס איז נישט גענוג מ' דארף עס ליינען אויך
(כאפ יעצט אז ס' נישט קיין התאחדות, מיינט נאך אלס נישט אז מ' קען זיך פארלאזן אויף יענע סטאר...)
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:23 am
דורך הרב_שלום
אזוי ווי עס דערנענטערט זיך חנוכה און קאווע שטיבל האט צובאקומען אסאך שרייבערס/ליינערס ברענג איך ארויף די אשכול
און ביטע בלייבן ביים נושא פון מילכיגע דאנאטס