בלאט 1 פון 3

איך וויין (וועבערמאן)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:00 pm
דורך קאווע טרינקער
איך וויין.
איך זיצט דא צווישן מענטשן, מיינע אויגן ווערן נאס, זיי דזשענערעיטען טרערן.
פיר, פינף, זעקס מאהל קוק איך איבער צו כ'האב גוט געליינט.
כ'קען נישט וועבערמאן, כ'קען – ברוך השם – נישט קרויס/דייטש.
כ'האב קיינמאל נישט גענומען א שטעלונג. ווער בין איך? כ'האב נישט שטודירט געזעץ.
אבער איך וויין.
פארוואס?
האב איך נאך א פינטעלע איד?
זעהט אויס.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:01 pm
דורך [NAMELESS]
האסט א פינטעלע מענטש

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:06 pm
דורך שמעקעדיג
עמך אנכי בצרה.
איך האלט עס נישט אויס.
אלע 59 שולדיג? שלא כדרך הטבע, אן קיין שום פרוף.
מען שמייסט אונז פון הימל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:17 pm
דורך מיקוה נייעס
וויפל יאהר גייט ער דארפן זיצן
?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:23 pm
דורך קאווע טרינקער
נחמיה, וואס קען איך טוהן פאר דיר,
איך וועל דיר שרייבן בריוו וועכנטליך,
איך בין שולדיג דיין מאמע הכרת הטוב.
זי איז געווען מיין בעבי-סיטער.
איך געדענק נאך ווי זי האט מיר געוויזען אירע אושוויץ נומערען.
אוי. איך פיל נישט גוט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:23 pm
דורך signout
מיר זענען אין גלות, מען האט באשילדיגט א יוד אן קיין שום באווייז ליידער מיט די הילף פין אסימילירטע מוסרים, אבער דער מענטשליכער געפיהל פאדערט צו זעהן די נקמה אין די שונאי ישראל, איך האב נישט קיין ספק אז זיי וועט דאס אהיימקומען, איך בעט נאר ד', נקום 'לעינינו' נקמת דם עבדיך השפוך,

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:32 pm
דורך קאווע טרינקער
ימ"ש אמריקה
איך הייב אן צו נעמען פוד-סטעמפט אין גרויסען.
כ'הער אויף צו צאהלן טעקסט.
מ'וועט דאך סייווי מיך איינזעצען אויב א מיידל אין גאס האט נישט ליב מיין נאז

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:43 pm
דורך לעמיל
איאיינעם מיט אלע ערהליכע אידן בין איך צושאסן, צובראכן, מיין הארץ איז צופיצלט אויף שברי שברים נאך די היינטיגע פסק. נישטא קיין ווערטער!!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:45 pm
דורך קאווע טרינקער
וויאזוי קען איך נקמה נעמען?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:47 pm
דורך signout
עפעס דראסטיש מיז געשעהן, איך ווייס נישט וואס

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 4:07 pm
דורך שמעקעדיג
לעמיל האט געשריבן:איאיינעם מיט אלע ערהליכע אידן בין איך צושאסן, צובראכן, מיין הארץ איז צופיצלט אויף שברי שברים נאך די היינטיגע פסק. נישטא קיין ווערטער!!


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 52#p632552

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 4:11 pm
דורך signout
קען איינער מיך דערמאנען פין זוהר הק' די עונשים פין אשת פוטיפר?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 4:25 pm
דורך קפנדריא
All we have to do, raise our eyes and hopes to Hashem, he did not abandon us and never will,

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 4:31 pm
דורך געוואלד געשריגן
whether he was actually guilty or innocent is not 100%. But either way, it's a sad day for the Jews. The people that believe he's guilty should not be happy either. That's the most bothersome of all

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:15 pm
דורך נולד מאוחר
ווען ב''ד להבדיל האט געהרגט מיין זיידע פאר חילול שבת האט דער עולם אויך געווינט אויף קאווע שטיבל. ס'מיינט נישט אז ב''ד איז נישט געווען גערעכט. דאך האבן מיר אלע געוויינט. נעבעך אוועקגעריסען א טאטע פון קונדער .

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:53 pm
דורך יתרו
נולד מאוחר א גוטע נקודה,
איך מיין איך האב געקענט דיין זיידע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:56 pm
דורך בן-זומא
.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:25 pm
דורך יתרו
רעדאגירט שוין מער נישט נוגע,

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:33 pm
דורך sunbar
קאווע טרינקער האט געשריבן:נחמיה, וואס קען איך טוהן פאר דיר,
איך וועל דיר שרייבן בריוו וועכנטליך,
איך בין שולדיג דיין מאמע הכרת הטוב.
זי איז געווען מיין בעבי-סיטער.
איך געדענק נאך ווי זי האט מיר געוויזען אירע אושוויץ נומערען.
אוי. איך פיל נישט גוט.


איך האב געמיינט אז די קענסט נישט וועבערמאן...?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 7:10 pm
דורך יאיר
איך וויין צוליב די תגובה אויף אייוועלט:
לדעתי אז מען האלט שוין דא דארף מען מאכען נאכאמאל א געלט אקציע פארן אפיעל איןן די ארמארי זאל מיט אלע תושבי ווילאמסבורג מיט אלע רבנים,
צו ווייזען אז מיט זענען דא און מיר וועלן זיך נישט לאזען, מען האט באשילדיגט אימזינס א יוד אן א טראפקעלע עווידענס,
אויכעט צו שיקן א מעסעטש פאר די קומענדיגע פראסעקיוטער וואס לויפן און די וואלן, און פארן גאבערנער עטליעסט צו מאכען גרינגער ר' נחמי'ס ארטייל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 7:33 pm
דורך געפילטע פיש
און איך וויין צוליב די תגובה אין אייוועלט, השם! יאסעלע לאזט אונז איבער, יתומים היינו ואין יאסעלע, ווער וועט צינדען אונזער פארלאשענע מנורה? ווער וועט אפטוהן די חרון אף פון אונז? מיר בלייבן איבער ווי א פיש אינמיטן ים, ווער וועט ברענגן וואסער פאר די אויסגעדורשטע נשמות וואס האבן ליב צו לייענען איינזייטיגע תגובות?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 7:38 pm
דורך יאיר
פארפאלן, מ'עט מוזן טרינקען די ביטערע קאווע אן הייסע קאכעדיגע זידיגע וואסער. מען קען דאס צושרייבן צו איינע פון די חמש פורעניות וואס האבן פאסירט אין דעם ביטערן טאג.
הוי, מי יגדור גדר, מי יעמוד בפרץ... אהההה...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 9:47 pm
דורך בן-זומא
יתרו האט געשריבן:
בן-זומא האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ווען ב''ד להבדיל האט געהרגט מיין זיידע פאר חילול שבת האט דער עולם אויך געווינט אויף קאווע שטיבל. ס'מיינט נישט אז ב''ד איז נישט געווען גערעכט. דאך האבן מיר אלע געוויינט. נעבעך אוועקגעריסען א טאטע פון קונדער .


ביזט נעבעך קריטיש פארוואונדעט. (יא, איך האב *באמת* נישט וואס צו ענטפערן אויף דיין לאגישן פארגלייך.)

און וואס ערווארטסו יעצט בן זומא אז נולד זאל דיר ענטפערן עפעס ענליכס אזויווי די פאריקטע קליינקעפיגער?
איך מיין קענסט ענטפערן ווי א מענטש, ער האט ערווענט א נקודה, ביסט מחולק זיי דיך מסביר פארוואס!
די אלע טיטלן גערופטכטס לאז איבער פאר אייועלט,

גערעכט. כהאב עס אראפגענומען