בלאט 1 פון 1

אחרי ככלות הכל - וועבערמאן סומאטכע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 11:55 am
דורך בן תמליון
אחרי ככלות הכל שטעלט זיך די פראגע צו האט דער פרשה סוף פסוק אויפגעטאן? צו האט עס פארבעסערט אונזער טראסט אינעם סעקולארן קאורט סיסטעם? צו וועט עס זיי ברענגען צו זייער ציל אז מיר זאלן באריכטן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פאברעכנס צו די אויטאריטעטן אנדערש ווי דעם אומבאלומפערטן וועג מיר האבן זיי באהאנדלט ביז היינט?

דער ענטפער מיין איך איז א הילכיקן ניין. דער קאנפידענץ פונעם עמך ציבור אינעם סיסטעם איז געפאלן צו נול. הערנדיג דעם עולם'ס רעאקציעס אינעם גאנצן שטאט זע איך ווי דער עולם האט געזען מיט די אויגן, נישט קיין קאמפליצירטע פינאנציעלע טערמינען פון מאני לאנדרינג און בענק פראוד ווי די רעגירונג קען אונז פארקויפן באפקעס, נאר אן אפענער טרייעל וואס יעדער האט מיטגעהאלטן מיט אלע פרטים אדאנק קאווע שטיבל און אנדערע פארומס. מיר האבן געזען א זשורי פון 12 טינקלדיקע נישט-אידן נעמען אן א באשולדיגונג פון א פארווייטאקטע פראסטאטוטקע אן קיין טראפל פאקטישע באווייזן בעת זי האט זיך סותר געווען צענדליקער מאל, און אדאנק בלויזע ווערטער אן פאקטן האט מען אריינגשליידערט א איד אין גרוב פארן לעבן. צו אזא סיסטעם זיך צו בידים איבערגעבן פילט דער עולם איז זעלבסטמארד פון אונזער קיום. פאקט איז א היימישער איד איז אויטאמאטיש גילטי פאר א זשורי, דאס האט אונז דער טרייעל באשטעטיקט. פאקט איז די מידיע דא אין נ"י וועט זיך באנעמען צו אונז נוסח נאצי שטורמער. פאקט איז דעם די-עי'ס אגענדעס און חשבונות וועלן באשלוסן ווען צו נאגלען א קרבן און ווען נישט. פאקט וועט פארבלייבן יוסטיץ איז טויט פאר חרד'ישע אידן אין אמעריקע.