בלאט 1 פון 1

חרדישע נייעס אין ארץ ישראל.

נשלח: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:57 pm
דורך יידל
חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה

די ספרדיש-חרדישער ראדיא סטאנציע אין ארץ ישראל, "קול ברמה" איז נעכטן געקומען אונטער פייער פארן גענצליך פארבאטן פרויען צו רעדן אויף זייער ראדיא פראגראמען. אנדערש ווי דער עלטערער חרדישער ראדיא סטאנציע "קול חי", וואס האט פרויען פראגראמען וואס היימישע פרויען פירן, און אזוי אויך לאזן זיי פרויען אריינרופן צו אלע זיערע פראגראמען, טוט קול ברמה גענצליך פארבאטן פרויען פון ערשיינען אויף זייערע פראגראמען, סיי דורך אריינרופן וכש"כ פירן פראגראמען.
דער אנפירער פון קול ברמה פראגראמען אבי מימראן האט גע'טענה'ט אז אין די עבר ווען זיי האבן פאר א שטיק צייט ערלויבט פרויען צו ערשיינען, זענען די נומערן פון צוהערערס שטארק געפאלן. דער חרדישער חבר כנסת מטעם ש"ס, הרב נסים זאב האט מחזק געווען מימראן'ס טענה. "איך דערף הערן השקפה פון א רב'ס ווייב? אזוי נידעריג האט דער [ראדיא] סטאנציע געזונקען?. צולייגענדיג אז "ווען איך הער א פרוי רעדן אויפן ראדיא, פארלעש איך עס". (מקור: הארץ)