בלאט 1 פון 5

שו"ת לא להלכה ולא למעשה

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:03 pm
דורך קאווע טרינקער
שו"ת לא להלכה ולא למעשה

נתנה ראש ונשובה, לאמיר אפלאזען די אלע פלוידערייען. לאמיר אביסל קונה חכמה זיין.

(בעקבות יידל - וויסענשאפט איז זיין פעלד)


1) וועלכע רב בישראל (חוץ לארץ, חסידיש), איז שוין תופס מקום רבנותו קרוב ל60/70 שנים? לא די די נאמען פון זיין רבנות איז דאס זעלבע, נאר אפילו זיין בית מדרש, איז עומד וקיים מאז באותו מקום?

2) אונטער וועלכע אומשטענדן האט משה גאלדמאן פארפאסט דעם הערליכע ניגון אויף די ווערטער "הבן יקיר לי אפרים"?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:23 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'ווערט מיר שפעט, דאס מאל וועט זיין א בחינה פון הוא מותיב והוא מפרק.

תשובות

א) הרב אלחנן הלפרין, יאריך ה' ימיו ושנותיו.

ב) תשעה באב ביינאכט, זייענדיג אין לופט-פעלד, נאך א דילעי. עלענד אליין, אן שיך.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 7:54 pm
דורך יאיר
איך מיין אז הרב וואזנער האלט שוין אויך קרוב צו אזא ציפער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:56 am
דורך קאווע טרינקער
וועגן דעם האב איך געשריבן אין די שאלה "חוץ לארץ".

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:58 am
דורך יידל
וועלכע שול איז די עלצטע שול אין וויליאמסבורג?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:01 am
דורך קאווע טרינקער
פולישע שטיבל?
אדער נייטרא?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:03 am
דורך יידל
לכאורה נייטרא. פוילישע שטיבל קען זיין אז די געביידע איז עלטער (כ'ווייס נישט, כ'זאג נאר אז ס'קען זיין) אבער נייטרא שול איז אן עלטערע *שול*. (געווען סטאלין אמאל)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:04 am
דורך קאווע טרינקער
וועלכע שול איז די עלצטע שול אין בארא פארק?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:30 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:לכאורה נייטרא. פוילישע שטיבל קען זיין אז די געביידע איז עלטער (כ'ווייס נישט, כ'זאג נאר אז ס'קען זיין) אבער נייטרא שול איז אן עלטערע *שול*. (געווען סטאלין אמאל)

ר' יידל. דו דארפסט טוישן דיין ניק צו "היסטאריקער" אדער "ידען". במחילת כבוד תורתם הרמה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:59 pm
דורך משה רוקח
קאווע טרינקער האט געשריבן:וועלכע שול איז די עלצטע שול אין בארא פארק?

לכאורה די ספרד'ישע שול אויף 14'טע עוועניו.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:13 am
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:וועלכע שול איז די עלצטע שול אין בארא פארק?

לויט די וועבסייט איז ליובאוויטש אויף 12'טע עוועניו די עלטסטע שול, געבויט אין 1902.

בילד
The Congregation Anshe Lubawitz of Borough Park was built in 1902 as Congregation Beth El, which moved to 15th Avenue in 1920. It’s the oldest synagogue building in Borough Park, though the portico with Doric columns was a later addition.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:16 am
דורך קאווע טרינקער
געפילטע, זייער פיין. ריכטיג.
די שוהל גייט נאך אן מיט טעגליך מנין.

ווער ס'האט די ריכטיגע תירוץ, דארף פארלייגן די נעקסטע שאלה...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:20 am
דורך זר זהב
אין די צייטונג באשרייבט איינער ''דרעזנער'' זייער שיין אלע עלטערערע שוהלן פון ב.פ.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 9:56 am
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:געפילטע, זייער פיין. ריכטיג.
די שוהל גייט נאך אן מיט טעגליך מנין.

ווער ס'האט די ריכטיגע תירוץ, דארף פארלייגן די נעקסטע שאלה...

ווען איך ווייס ווען אז ענטפערן קומט מיט אזא אחריות וואלט איך געטראכט צוויי מאל פאר'ן ענטפערן... ;)

כרגע קען איך נישט טראכטן פון א גוטס, אפשר דורכ'ן טאג, צו גאר ביי שמו"ע ביי מנחה גייט עפעס איינפאלן, אויף דערוויילע ווארטס נישט אויף מיר, שלאגט פאר אייער אייגענע שאלות.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 11:32 am
דורך געוואלד געשריגן
My great-great-grandfather Harav Yosef Yitzchok Parnes ZT"L moved to boro park in around 1915 and opened a shtiebel in circa 1920. The zaide was a heimishe yid from Poland. He went to live on the lower east side, probably the only person in the community with a bekitshe and gartel and the whole levush etc. The zaide tried to be mekarev yidden but it was heavily reform and the mafia didn't care for him and asked him to leave. He moved to Boro Park and opened up a Heimishe nusach sfard shul. He was known to pull people in off the street for a minyan and did not use electricity on shabbos because of Jews working in the utility companies.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:31 pm
דורך געפילטע פיש
א זוך אין גוגל שיקט מיר צו דעם.
Wikipedia האט געשריבן:
Yosef Yitzchok Parnes, the Brooklyner Rebbe, was also considered as such, arriving in Borough Park, Brooklyn in approximately 1913; due to the many non-observant Jews then working for the local utility companies, he did not use any electricity on the Sabbath. Many religious Jews in America in the early 1900s were his adherents.


האט ער געהאט א שול? קיינמאל נישט געוויסט אז ס'געווען אזא זאך ווי "ברוקלינע רבי".

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:43 pm
דורך אוהב דעת
ווער איז די עלסטער חסידישע איד און ניו יארק?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:45 pm
דורך געוואלד געשריגן
געפילטע פיש האט געשריבן:א זוך אין גוגל שיקט מיר צו דעם.
Wikipedia האט געשריבן:
My great-great-grandfather Harav Yosef Yitzchok Parnes ZT"L moved to boro park in around 1915 and opened a shtiebel in circa 1920. The zaide was a heimishe yid from Poland. He went to live on the lower east side, probably the only person in the community with a bekitshe and gartel and the whole levush etc. The zaide tried to be mekarev yidden but it was heavily reform and the mafia didn't care for him and asked him to leave. He moved to Boro Park and opened up a Heimishe nusach sfard shul. He was known to pull people in off the street for a minyan and did not use electricity on shabbos because of Jews working in the utility companies.


האט ער געהאט א שול? קיינמאל נישט געוויסט אז ס'געווען אזא זאך ווי "ברוקלינע רבי".


איך אויך נישט אבער ער האט יא געהאט א שול. ס׳איז נאך דא. 16 אוועניו און 55 גאס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:52 pm
דורך געפילטע פיש
אוי סארי, איך זע איך האב נישט ציטירט גוט, כ'האב עס פארראכטן.
ס'האט געברויכט זיין אזוי:
Wikipedia האט געשריבן:
Yosef Yitzchok Parnes, the Brooklyner Rebbe, was also considered as such, arriving in Borough Park, Brooklyn in approximately 1913; due to the many non-observant Jews then working for the local utility companies, he did not use any electricity on the Sabbath. Many religious Jews in America in the early 1900s were his adherents.


געוואלד געשריגן האט געשריבן:איך אויך נישט אבער ער האט יא געהאט א שול. ס׳איז נאך דא. 16 אוועניו און 55 גאס.

ווי איז דא א שיל דארט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:00 pm
דורך געוואלד געשריגן
It's ok. I never heard of him being called the Brooklyner Rebbe. It's in the building next to the fruit store.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:45 pm
דורך משה געציל
וואס איז פארגעקומען יעצט ביים בי. קיא. אי. וואס האט צוזאמגעשלעפט מאסן מענטשן ביי לי עוועניא העכער די הייוועי צו א אריינקוק פארזאמלונג?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:29 pm
דורך קאווע טרינקער
דר'עולם פארקריכט.

געפילטע האט נאך נישט געדאווענט היינט, ע"כ וועל איך מוזן מציע זיין א נייע שאלה.

וועלכע ספר, פון צוויי חלקים, לאזט די מחבר נישט איבערדריקען באזונדער. ביידע חלקים מוזן זיין אין איין באנד.
און אויב מ'טרעפט דאס ערשטע חלק וועט זיין א סימן אז די צווייטע חלק פעלט
וואס איז געווען זיי טעם?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:35 pm
דורך יידל
דוכט זיך מיר דער בעל ספר הברית ווארנט אין זיין הקדמה, צווישן אנדערע ווארענונגען, אז מ'זאל נאר דרוקן ביידע חלקים אינאיינעם. די סיבה? אויב געדענק איך ריכטיג איז עס ווייל די צוויי חלקים זענען תלוי הא בהא.