בלאט 1 פון 2
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 5:15 pm
דורך זר זהב
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 5:19 pm
דורך שמעקעדיג
אריין אין Y2K אשכול.
אה, נאכנישט דא?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 6:53 pm
דורך [NAMELESS]
אוי אוי, די וועלט ענדיגט זיך!!!
איך האב געזעהן די קעפל פון סופר ומונה און איך בין גלייך געלאפען אין בונקער (איך האב נאך א בונקער אנגעגרייט פון Y2K). סופר ומונה רעדט נישט קיין שטותים , און אז ער זאגט אז ס׳ענדיגט זיך ענדיגט זיך עס. מ׳פרעגט נישט קיין קאשעס.
לויף איך אזוי פארסאפעט אין בונקער אריין מיט ווייב און קינדער שרייט מיין טאכטער ״יוי טאטי איין זשאר געפילטע פיש איז אראפגעפאלן!!!״
די זשאר איז אראפגעפאלן און זיך צעשמעטערט, און קוים האב איך מיר געכאפט ביים קאפ, און נאך זאכן האבן זיך גענימען פליען. איך בין אנגעקימען צום בונקער האלב טויט, אן קיין עסען, מיין ווייב מער טויט ווי לעבעדיג, און נאר מיט מיין סעלפאון אין די האנט ווי איך טשעק קאווע שטיבעל און איך זעה אז נע, סופר האלט אז מ׳דארף זיך נישט דערשרעקן.
אבער איך בין באקוועם דא אין בונקער, עלעך שוין איבערשלאפן דא די נאכט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 7:12 pm
דורך יאיר
עס געפעלט מיר ווי די מענטשן ווערן נישט נתפעל נאך אזוי פיל נבואות'ן אז די וועלט גייט זיך ענדיגן וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט, און האלטן נאך אן זייער אמונה אין אזעלכע משוגעת'ן. דאס זאגט אסאך אויף די נאטור פון אזעלכע פאנאטישע גלויביגע.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 7:50 pm
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:שרייט מיין טאכטער "יוי טאטי איין זשאר געפילטע פיש איז אראפגעפאלן!!!"
די זשאר איז אראפגעפאלן און זיך צעשמעטערט
עז לאנג די ניק
געפילטע פיש איז נישט צושמעטערט זעמיר אקעי.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:36 pm
דורך געפילטע פיש
עז לאנג עז ראשעקאל נעמט מיר מיט אין שעלטער גייט מיר נישט אן אויב איך ווער צושמעטערט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:04 am
דורך לעיקוואד
און אויב וועט עס נישט געלונגען די נבואות?
איז נישט עק וועלט..
סורווייווט מיט מי רגלים און מעיאנעיז
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 7:07 am
דורך ביבער
.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=BgU6oHGjBEI[/youtube]
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 7:10 am
דורך ביבער
אין אנדערע נייעס, היינט גייט זיין 12:12:12 12/12/12 דאס גייט זיין סלעצטע מאל פאר אונז אלע (אפילו פאר די ןואס לעבן איבער די ענד) וואס אלע נאמבערס זאלן זיין די זעלבע!
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 7:11 pm
דורך חד גדיא
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:09 pm
דורך יאיר
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:23 pm
דורך איחוד פעלד
און אז מען רעדט שוין,
וויאזוי וועט אויסזעהן דער וועלט ערב ר"ה, שנת תתקצ"ט לפ"ק, ווען אלע וועלען ציטערען אז דאס איז די לעצטע מינוטען אויף די וועלט???
פארשטייט זיך אז מען האפט אויף בית המשיח בב"א, אבער טאמער ח"ו ער קומט נישט, ווי אזוי וועלען אונז יודען פארברענגען דעם לעצטען ר"ה עלי אדמות, וועלען די גוים לאכען פין אונז דעמאלס?
וועט אן אייניקעל פין מעכעל וויינער אויך שטיין און לאכען און זאגען אז די קאלענדער איז געריקט מיט אפאר יאר כמבואר בספר מאור עיניים (הקדמון) און ממילא דארף מען נישט מורא האבען?
וועט מען זאגען אז מען האט נאך א יאר ווייל מען רעכענט בהר"ד פאר א יאר?
אדער וועט מען טענה'ן אז היות דער ערשטער צוויי און האלב טויזענט יאר איז נישט געוועהן קיין תורה, האט מען דערפאר נאך 2500 יאר?
אדער וועלען זיין וואס וועלען זאגען אז עס איז נאר א דעת יחיד?
אדער וועט מען זאגען אז די גמרא רעדט הויכע זאכען, פין די שמיטות וכו', און ממילא מיינט עס נישט כפשוטו?
עכ"ז וועט מען ברענגען ראיות אז מען דארף זיך גרייטען צו ענדיגען דאס לעבען, און די קולות ביי סליחות וועלען גיין עד לב השמים, בפרט ביי "לבטל מהם כתוב אמרתי אפאיהם" אשביתה מאנוש זכרם.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:37 am
דורך איחוד פעלד
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:42 am
דורך יידל
די אסטרויד איז שוין פארביי געפלויגן די וועלט 7 טעג צוריק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:00 am
דורך איחוד פעלד
יידל האט געשריבן:די אסטרויד איז שוין פארביי געפלויגן די וועלט 7 טעג צוריק.
אך שאטס.
האסט געמוזט אויסזאגען?
עפעס שמעקסטו פין כפירה........
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:18 pm
דורך יידל
מ גפני האט געשריבן:Mayan end-of-world rumors prompt Michigan officials to close 33 schools
More than 30 Michigan schools closed for the holidays two days early, in part because the Mayan calendar predicts the world will end on Friday, an official said.
Read more
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:21 pm
דורך מ גפני
שכוח יידל ס'געהערט טאקע ענדערש דא, כ'האב נאר פארגעסן פון דעם אשכול
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:08 am
דורך [NAMELESS]
א מחיה!! מ׳האמיר קאווע שטיבעל אויף יענע וועלט אויך!!
אינטערסאנט אז יענע וועלט קיקט אויס פינקט ווי די וועלט פלעגט אויסזעהן פאר ס׳איז חרוב געווארן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:11 am
דורך זר זהב
סעוועדזש האט היינט געזאגט אויף זיין שוי אז ער האט באקומען א טעלעגראם.. פון אויסטראליע (וואו ס'שוין געווען מארגן) אז די וועלט אינישט חרוב געווארן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 4:58 am
דורך יואליש
עולם כמנהגו נוהג, און שוטים שקלקלו, און האבן נישט פארשטאנען די עומק הענין פון בונה עולמות ומחריבן, און עס אפגעלערענט כפשוטן ווארטענדיג צו זעהן מיט זייער פליישיגע אויגן ווי די עולם העשיה גייט צוריק צו תוהו ובוהו, זענען עתיד ליתן את הדין, ווייל די מכשול איז ליידער זייער גרויס. מענטשן וועלכע זעהן אז די עולם העשיה גייט ווייטער אן כתמול ושלשום, וועלן ליידער זאגן אז פונקט אזוי ווי די דאזיגע אפאקאליפס איז שקר, זענען חלילה אלע אנדערע, ווי טייל צווייפלן שוין אין די שית אלפי שני הוו עלמא און זיכן זיך פשט'לעך און תירוצים. דער אמת איז זייער שטותים איז בלויז דאס, שטותים. מיר האבן קלארע נביאות'ער, ווי למשל אין דניאל "ומעת הוסר התמיד ולתת שקוץ שמם ימים אלף מאתים ותשעים, אשרי המחכה ויגיע לימים אלף שלש מאות שלשים וחמשה יג ואתה לך לקץ ותנוח ותעמד לגרלך לקץ הימין."
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:08 pm
דורך יידל
דאס מאל איז די וועלט טאקע נישט חרוב געווארן, אבער אין איין-ביז-צוויי ביליאן יאר אדער פינף-ביז-זיבן ביליאן יאר (געוואנדן לויט וואס חרוב מיינט) וועט די וועלט
טאקע חרוב ווערן.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 11:04 pm
דורך יאיר
זייט נאכנישט אזוי פרייליך, אן
ארכעאלאג זאגט אז צוליב די צומישטע און סתירות'דיגע מאיא קאלענדארן איז מעגליך אז דער אמת'ער ענד פון די וועלט איז מארגן, זונטאג. קאנספיראציע גלויביגע, אפילו חרב חדה וכו' אל תתייאש.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:19 am
דורך צדיקל
יואליש האט געשריבן:עולם כמנהגו נוהג, און שוטים שקלקלו, און האבן נישט פארשטאנען די עומק הענין פון בונה עולמות ומחריבן, און עס אפגעלערענט כפשוטן ווארטענדיג צו זעהן מיט זייער פליישיגע אויגן ווי די עולם העשיה גייט צוריק צו תוהו ובוהו, זענען עתיד ליתן את הדין, ווייל די מכשול איז ליידער זייער גרויס. מענטשן וועלכע זעהן אז די עולם העשיה גייט ווייטער אן כתמול ושלשום, וועלן ליידער זאגן אז פונקט אזוי ווי די דאזיגע אפאקאליפס איז שקר, זענען חלילה אלע אנדערע, ווי טייל צווייפלן שוין אין די שית אלפי שני הוו עלמא און זיכן זיך פשט'לעך און תירוצים. דער אמת איז זייער שטותים איז בלויז דאס, שטותים. מיר האבן קלארע נביאות'ער, ווי למשל אין דניאל "ומעת הוסר התמיד ולתת שקוץ שמם ימים אלף מאתים ותשעים, אשרי המחכה ויגיע לימים אלף שלש מאות שלשים וחמשה יג ואתה לך לקץ ותנוח ותעמד לגרלך לקץ הימין."
יואליש, כ'וועל דיר דן זיין לכף זכות, און זאגן אז דיין ברענגן די נביאה פון דניאל האסטו געמיינט לטובה. אבער אז מ'ברענגט די פסוקים דארף מען ברענגן די פרידיגע פסוקים אויך, ס'זאל נישט זיין ווי מ'זאגט out of context, נאר מ'זאל זעהן אז דניאל אליין זאגט אז ער האט נישט פארשטאנען דעם חשבון, און ס'וועט טאקע זיין רשעים וואס וועלן מאכן חשבונות און טאקע זיך טועה זיין, א בחינה ווי חז"ל זאגן אין מדרש רבה, אויף נעשה אדם אז משה רבינו האט געזאגט, רבון העולם מה אתה נותן פתחון פה למינים, אתמהא, אמר לו הקב"ה משה, כתוב! וכל הרוצה לטעות, יטעה! ווי דו האסט אנגעהויבן השוטים קלקלו עתיד ליתן את הדין. ע"כ אמלא את דבריך און ברענגן די פסוקים.
ואשמע את האיש לבוש הבדים אשר ממעל למימי היאר וירם ימינו ושמאלו אל השמים וישבע בחי העולם כי למועד מועדים וחצי וככלות נפץ יד עם קדש תכלינה כל אלה: ואני שמעתי ולא אבין ואמרה אדני מה אחרית אלה: ויאמר לך דניאל כי סתמים וחתמים הדברים עד עת קץ: יתבררו ויתלבנו ויצרפו רבים והרשיעו רשעים ולא יבינו כל רשעים והמשכלים יבינו: ומעת הוסר התמיד ולתת שקוץ שמם ימים אלף מאתים ותשעים: אשרי המחכה ויגיע לימים אלף שלש מאות שלשים וחמשה: אתה לך לקץ ותנוח ותעמד לגרלך לקץ הימין:רש"י
"יתבררו ויתלבנו" - החשבונות האלה: "ויצרפו" - בהם רבים להבינם: "והרשיעו רשעים" - את החשבונות לחשבם שלא כמשפט וכשיכלו יאמרו אין עוד גאולה: "ולא יבינו" - אותם כל רשעים: "והמשכילים יבינו" - אותה בבא עת קץ