בלאט 1 פון 1

למען דעת- וואס חלומ'ט א בלינדער ה"י?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 11:13 pm
דורך [NAMELESS]
אין ספר תולדות תנאים ואמוראים, שרייבט ער אז רב ששת איז נישט געווען א בלינדער שוין פון ווען ער איז געבוירן, נאר ער איז געווארן א בלינדער שפעטער. א ראי'ה האט ער דערצו, ווייל עס שטייט אין גמרא, (ברכות נז:) אז רב ששת האט געזעהן א שלאנג אין זיין חלום. און אויב ער איז געווען בלינד שוין מלידה, פון ווען ער איז געבוירן געווארן, ווי אזוי האט ער געוויסט אז עס איז א שלאנג???.

אבער אין ספר אמונות ודעות (פון רב סעדיה גאון מאמר ו) שטייט, אז אפילו א געבוירענע בלינדער, קען אויך זעהן אין זיין חלום זאכן וואס ער האט קיינמאל נישט געזעהן מיט זיינע אויגן, און עס איז פעסגעשטעלט- שרייבט ער- אז א בלינדער חלומ'ט זיך, כאילו ער זעהט, און וויבאלד ער האט עס קיינמאל נישט געזעהן ווייסט ער נישט וואס דאס איז. און וויבאלד ער קען עס נישט פארשטיין פון זיין גוף אויס, אבער זיין נשמה זעהט עס יא. אזוי ווי עס שטייט שוין אסאך מאל אין די גמרא, איהי לא חזיה- ער האט עס נישט געזעהן, מזליה קא חזיה- אבער זיין מזל האט עס יא געזעהן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 11:39 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 11:41 pm
דורך חד גדיא
איך מיין אז א בלינדער קען "זעהן" אין חלום פונקט ווי ער קען זעהן ווען ער איז וואך. א בלינדער קען אויך "עקספיריענסן" די וועלט אויף זיין אויפן. בעיקר מיט מישוש. אויף דעם זעלבן אופן חלומ'ט ער.
--
געפילטע האקט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 12:28 am
דורך ונבנתה העיר
מענין וכו', אויפן רמב"ם דערציילט מען אז ער האט געזאגט פארן סולטאן אז א געבוירענער בלינדער קען מען נישט אויסהיילן, האט זיין קאמפעטישן געברענגט א בלינדער און געזאגט אז יענער איז אזוי געבוירן, און ער האט איהם אויסגעהיילט אויפן פלאץ, האט דער רמב"ם ארויסגענומען א רויטן טיכל און געזאגט פאר יענעם: אויב זעהסטו טאקע, וואס איז די קאליר פונעם טיכל? זאגט יענער: רויט! זאגט דער רמב"ם: אויב איז יענער געבוירן בלינד פון וואו ווייסט ער אז דאס רופט זיך רויט?...