בלאט 1 פון 1

וויליאמסבורגע ווענט שרייען

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:25 am
דורך מצב הדור
אין א ענגע דירה פין 2 נישט גרויסע צימערן איז געזעצען א 12 פארמיליע מאן פרוי 10 קונדער
עס איז גאנץ לייכט פארצושטעלען זיך ווי אזוי עס זעהט אויס א ענגע דירה וואס איז באוואוינט
פון 12 נפשות זייער פארנאכלעסיג און צובראכען אין אלט
האבען זיי זיך אריבערגעצויגען אין א גרעסערע דירה
אין אויף איר פלאץ איז געקומען גאנץ א פארמעגליך משפחה
פארבייגענדיג די דירה מיט א חבר האט מיר יענער געזאגט
זעהסט וויא די דירה זעהט יעצט אויס ממיש אויפגעלעבט
אויפגעלעבט? דאס וואר האט מיר עשטוינט ער האט גאנץ גוט געוויסט
אז די נייע פאריליע איז זייער נישט ערליך
ווען די ווענט ווואלטען א מויל באקומען וואלטען מיר געהערט
א בענקשאפט צו די אלטע צייטען

זאגט מיר איינער איי איי וויליאמסבורג אמאל איז עס געווען קליין
היינט בה שיינט זי
רבותי מיט וואס זאל זיך ווילי פרייען מיט די פארדארבנע מחנים וואס מען איר אנגעפילט
וועט די ווענט פין די הייזער וואלטען א מויל באקומען וואלט נען טויב געווארן פין טרערען
וואס דא גייט פאר וואס מען האט געטין מיטען רביס שטאט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 8:12 pm
דורך ענן כבד
תורה אדער מחשבה?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 8:18 pm
דורך משה געציל
נא קאפרענדא, יא ספיקינג אידיש?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:31 pm
דורך איך אויך
ב"ה אז די מאפיע אינפעסטעד עיר הנידחת ווערט צוביסלעך א נארמאלע שטאט, טאקע היבש שטייט און עס האס נאך א ווייטע וועג צו גיין ביז עס וועט ווערן א נארמאלע שטאט ווי אלע אידישע שטעט ברחבי תבל, אבער בעסער ווי גארנישט איז עס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:41 pm
דורך שמעקעדיג
משה געציל האט געשריבן:נא קאפרענדא, יא ספיקינג אידיש?


:lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:39 pm
דורך יתרו
מצב הדור האט געשריבן:אין א ענגע דירה פין 2 נישט גרויסע צימערן איז געזעצען א 12 פארמיליע מאן פרוי 10 קונדער
עס איז גאנץ לייכט פארצושטעלען זיך ווי אזוי עס זעהט אויס א ענגע דירה וואס איז באוואוינט
פון 12 נפשות זייער פארנאכלעסיג און צובראכען אין אלט
האבען זיי זיך אריבערגעצויגען אין א גרעסערע דירה
אין אויף איר פלאץ איז געקומען גאנץ א פארמעגליך משפחה
פארבייגענדיג די דירה מיט א חבר האט מיר יענער געזאגט
זעהסט וויא די דירה זעהט יעצט אויס ממיש אויפגעלעבט
אויפגעלעבט? דאס וואר האט מיר עשטוינט ער האט גאנץ גוט געוויסט
אז די נייע פאריליע איז זייער נישט ערליך
ווען די ווענט ווואלטען א מויל באקומען וואלטען מיר געהערט
א בענקשאפט צו די אלטע צייטען

זאגט מיר איינער איי איי וויליאמסבורג אמאל איז עס געווען קליין
היינט בה שיינט זי
רבותי מיט וואס זאל זיך ווילי פרייען מיט די פארדארבנע מחנים וואס מען איר אנגעפילט
וועט די ווענט פין די הייזער וואלטען א מויל באקומען וואלט נען טויב געווארן פין טרערען
וואס דא גייט פאר וואס מען האט געטין מיטען רביס שטאט

איך האב שוין געהערט פון שיחת דקלים ועופות אבער פון שיחת כתלים האב איך נאך נישט געהערט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:54 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז א גמרא אין מס' תענית

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 5:58 pm
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז א גמרא אין מס' תענית

וואס?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 10:24 am
דורך קאווע טרינקער
כותלי ביתו מעידין