בלאט 1 פון 3

קאמפיוטער פראבלעמס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:58 pm
דורך למדן
מיין סקרין איז געווארן zoomed in און איז זייער גרויס נאר אויף קאווע שטיבל, כ' האב מסתמא עפעס געטוהן וואס איך ווייס נישט אזויווי אייביג, געווענליך גוגל איך פאר יעדע סקרין פראבלעם אבער זיי הייסן רייט קליקן פאר די פראפערטיס און אראפ רוקן די רעזעלושען און איך טרעף עס נישט, ווייסט איינער וואס ס' קען זיין

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:59 pm
דורך לעמיל
אויב געדעינק איך גוט האט ערגעץ געפילטע געגבען א עיצה צו דריקען ctrl מיט 0 צוזאמען

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 4:26 pm
דורך למדן
יישר כוח איך האב דערווייל געמאכט "- ctrl ", אבער דיין עצה (כ'מיין געפילטע'ס איך געדענק נישט קיין סעלושענס ווען איך האב נישט קיין פראבלעמס) האט עס אוועק געשטעלט כבתחלה
נאך א מזל ס' געשען אויף קאווע שטיבל אזוי האב איך געהאט וועם צו פרעגן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 4:56 pm
דורך נו גוט נו
אויב ניצטו קראם גיי צו סעטינגס (עס האט א פיקשער פון א צווענגיל אויבן די רעכטע זייט) איינע פון די ערשטע זאכן דארט וועסטו זען ווי גרויס די סקרין איז, ריק עס אראפ צו 100%

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 4:59 pm
דורך עולם_גולם
Ctrl +/- will zoom in or out

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:54 pm
דורך שמעקעדיג
אדער קאנטראל און סקראול דעם מייזל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:25 pm
דורך געפילטע פיש
נו גוט נו האט געשריבן:אויב ניצטו קראם גיי צו סעטינגס (עס האט א פיקשער פון א צווענגיל אויבן די רעכטע זייט) איינע פון די ערשטע זאכן דארט וועסטו זען ווי גרויס די סקרין איז, ריק עס אראפ צו 100%

זעט אויס דו האסט נישט די לעיטעסט ווערסיע פון קרואם, די נייערע ווערסיעס האבן שוין נישט קיין צווענגל, נאר אפאר ליינס, כזה:
בילד

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:01 am
דורך נו גוט נו
געפילטע פיש האט געשריבן:
נו גוט נו האט געשריבן:אויב ניצטו קראם גיי צו סעטינגס (עס האט א פיקשער פון א צווענגיל אויבן די רעכטע זייט) איינע פון די ערשטע זאכן דארט וועסטו זען ווי גרויס די סקרין איז, ריק עס אראפ צו 100%

זעט אויס דו האסט נישט די לעיטעסט ווערסיע פון קרואם, די נייערע ווערסיעס האבן שוין נישט קיין צווענגל, נאר אפאר ליינס, כזה:
בילד

געפילטע שכח, איך בין נישט געווען ביים קאמפיוטער בשעת׳ן ענטפערן, עס איז מיר געלעגען נאך און קאפ אז עס האט א צווענגיל מגירסא דינקותא

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:19 am
דורך געפילטע פיש
יישר, אין כ'האב נישט באמערקט, א נייע ניק, נאך אין די רעפפער, שלום עליכם אייך, מאכט אייך היימיש, די קעסל איז קאלט יעצט, ווארט א פינף מינוט די וואסער זאל קאכן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:33 pm
דורך למדן
א גרויסע יישר כח פאר הרב געפילטע פאר'ן מיך אויפנעמען אזוי ווארעם, און א יישר כח פאר די וויכטיגע אינפארמאציע, ס' געווען שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים האט עס א צווייטער געטראפן, גראדע קוקט די קעסל אויס גאנץ הייס און איך ווארט עס זאל אביסל אפקילן...

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:32 pm
דורך מאטי
איז מעגליך צו ריטריווען דיליטעד אימעילס פון גימעיל פליז אויב איינער קען זאל זיך אנרופן

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 3:49 pm
דורך גאלד
באקוק די TRASH פאלדער, צו עס ליגט דארט

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 6:49 pm
דורך מאטי
..?Trash folder is empty can I do anything to recover it

נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 10:43 pm
דורך געפילטע פיש
ניין (AFAIK)

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 9:52 am
דורך איך אויך
קענסט טוהן עפעס קרימינאל און 'די מענער אין שווארץ' וועלן שוין אויפזיכן אלע דיין אימעילס מיום עמדך על דעתך.

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 11:38 pm
דורך [NAMELESS]
מיין קאמפיאטער איז אראפגעפאלען און עס צינדט זיך נישט אהן. דאס איז די מעסעזש וואס קימט ארויף. וואס וויל ער פון מיר??

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 11:42 pm
דורך איך אויך
ער/זי האט געליינט אז הערר ראש הקהל איז א גביר וויל ער/זי מער נישט ארבייטן בחינם.

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2013 11:48 pm
דורך שמעקעדיג
אויבנאויף קוקט אויס אז ער קען נישט דערשנאפן דיין הארד דרייוו, וואס דאס איז געווענליך דער BOOT דרייוו, וואו עס געפינען זיך אלע סיסטעם פיילס.
ס'וועט לכאורה נישט זיין גענוג צו פרעגן דא, איך גלייב אז א פראפעשאנעל וועט מוזן זיך מטפל זיין דערמיט.
איך האף אז דיין הארד דרייוו וועט צוריקקומען לחיים טובים, אדער אז דו האסט לכה"פ א בעקאפ פון אלע אינפארמאציע דערויף. (אדער אפשר האסטו בכלל נישט קיין וויכטיגע זאכן דערויף)

דער הארד דריוו פון א קאמפיוטער פארמאגט אויף זיך אלע אינפארמאציע, פיילס, בילדער, וואס ליגן אינעם קאמפיוטער. ער קען זיך גאר שנעל צוברעכן, בפרט די עלטערע סארט.
די נייערע HDD דרייווס האבן שוין געווענליך א "שאק-רעזיסטענס" טעכנאלאגיע וואס פרובירט זיך אכטונג צו געבן ווען ער דערשפירט אז ער פליהט אראפ. בפרט טרעפט מען עס אין לעפטאפס.
נאך א סיבה צו סוויטשן צו די נייערע SDD דרייווס, ווי איך האב שוין מאריך געווען במקום אחר, וואס איינע פון די מעלות איז אז ער איז נישט קיין מעקעניקעל זאך, נאר אלעס ליגט אין פלעש מעמארי, און ווען עס פאלט אראפ פאסירט גארנישט מער ווי א SD קארטל אדער פלעש דרייוו פאלט אראפ.
והמבין יבין.

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 9:27 pm
דורך [NAMELESS]
דאס קען מיינען אז מיין הארד דרייוו איז טויט??!!
די שרייבסט HDD און SDD. טעות אדער צוויי אנדערע זאכען?

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב לעצטענס געקויפט א ווינדאו'ס אכטער קאמפיאטער (נישט יענץ ^^^) , און ס'האט כסדר געקראכט ווען איך האב אריינגעשטעקט די USB פאר מיין MFC 7360n פרינטער. האב איך גע'יגעתי'ט און מצאתי'ט אז דאס איז א צרת רבים
http://answers.microsoft.com/en-us/wind ... 5766e654fb

האביך דארטען געליינט אז מיט USB 2.0 port דארף עס יא צו ארבעטן. האב איך ווידער זיך געמיטשעט געוואר צו ווערן וועלעכע פון די פיר פארט'ס איז 2 און נישט 3. ענדליך אויסגעפינען און איך פלאג אריין. עס קראכט טאקע נישט אבער עס געשעהט גארנישט. די קאמיאטער כאפט נישט אז איך האב מזווג געוועהן א פרינטער.
וואס טוט מען??

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 1:29 am
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:דאס קען מיינען אז מיין הארד דרייוו איז טויט??!!
די שרייבסט HDD און SDD. טעות אדער צוויי אנדערע זאכען?

לויף נאכנישט אריין אין א פאניק, מ'סתם איז א ווייער אדער קאנעקשען געווארן דיסקאנעקטעד פונעם פאל, ממילא ברויכסטו איינער וואס ווייסט וואס טוט זיך אין די געדערעם פונעם קאמפיוטער צו טשעקען אלע חיבורים.

ראשעקאל האט געשריבן:איך האב לעצטענס געקויפט א ווינדאו'ס אכטער קאמפיאטער (נישט יענץ ^^^) , און ס'האט כסדר געקראכט ווען איך האב אריינגעשטעקט די USB פאר מיין MFC 7360n פרינטער. האב איך גע'יגעתי'ט און מצאתי'ט אז דאס איז א צרת רבים
http://answers.microsoft.com/en-us/wind ... 5766e654fb

האביך דארטען געליינט אז מיט USB 2.0 port דארף עס יא צו ארבעטן. האב איך ווידער זיך געמיטשעט געוואר צו ווערן וועלעכע פון די פיר פארט'ס איז 2 און נישט 3. ענדליך אויסגעפינען און איך פלאג אריין. עס קראכט טאקע נישט אבער עס געשעהט גארנישט. די קאמיאטער כאפט נישט אז איך האב מזווג געוועהן א פרינטער.
וואס טוט מען??

דארפסט טשעקן אויב יענע פרינטער האט א ווינדאוס שמונה דרייווער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 2:21 pm
דורך [NAMELESS]
מייקראסאפט ווארד האט מחליט געוועהן צו פארגעסן א גאנצע באנטש מיט שארטקאט'ס. האב איך פריש פראגרעמד א טייל שארטקאט'ס ווי ס'שטייט דא: http://www.thebestdata.com/zoom.htm?men ... &auto=2208
האב איך טאקע אזוי געפיקסט קאפי, פעיסט, און סעלעקט אלל. אבער איך ווייס נישט ווי אזוי צוריקצושטעלען undo און redo.
עניבאדי?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 10:07 am
דורך ברסלבער
מיין קאמפיוטער האט עטליכע הונדערט גיג ליידיג, און פלוצלינג געבט זיך עס א פול אן פון זיך אליין אין א מינוט, דערנאך גייט עס צוריק אראפ און ארויף ווי א ראלערקאסטער. יעדע פאר מינוט לאזט ער מיר גארנישט טון ווייל די הארדרייוו איז פול. לכאורה איז דאס א וויירוס, AVG האט גארנישט געטראפן.
איינער מיט אן עצה?