בלאט 1 פון 4

דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 12:55 pm
דורך קרעמער1
ס'איז מיר א פלא אז איך טרעף נישט דא קיין אשכול דערוועגן ווען אין אלע היימישע זייטלעך בארירט מען די נושא יעדער אויף זיין שטייגער.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=16604

http://balboos.com/forum/index.php

(אויב ס'איז יא דא ביטע לינקען אהין)

איך האב נישט דורכגעליינט דאס ביכל און באמת קען מען נישט גיין אפפרעגן יעדע שטות און שקר וואס זי שרייבט. כ'וועל בלויז צוברענגען א דרשה וואס זי האט געהאלטן פארגאנגענעם דאנערשטיג נאכט
http://deborahfeldman.tumblr.com/post/1 ... ulent-last

קודם א קורצע לימוד זכות אויף איר: ווי יעדער ווייסט האט זי געהאט זייער א שווער לעבן, זי האט אסאך דורכגעמאכט אין די יוגנט וכו' וכו' ממילא קען מען איר נישט דן זיין, בפרט ווען זי האט דאס בלויז געטוהן פאר געלט.


זי פארענטפערט זיך דארט אז וועגן דעם רעספעקטירט זי נישט די פריוואטקייט פון איר מאן, ווייל ער האט איר געוויזן אז ס'איז "אקעי" נישט צו רעספעקטירן פריוואטקייט.

קודם כל יעדער פארשטייט אז ס'איז נישט קיין פארגלייך פון רעדן צו אפאר חברים אדער רבנים ווי צו באשרייבן אין א בוך וואס גייט ארויס אין די גאנצע וועלט.

והשנית איז אזוי, די טעמע פון אויספלוישן יעדעמס פריוואטע פראבלעמען איז באמת א זאך וואס שטערט אסאך מענטשן ביי אונז (ובתוכם אני הקטן), און עס ברויך אפשר א תיקון. אבער איך גלויב אז דאס איז בערך אזוי אין יעדע "טייט קאמיוניטי", און מען ברויך אינאכט נעמען אז דאס קומט נישט פון שלעכטיגקייט נאר פון טיילווייז א ווילן העלפן יענעם און אפשר אמאל סתם נייגעריגקייט.
אבער ס'איז אמת אז דאס אריינשטופן די נאז אין יעדעמס טעפל ברויך א שטיקל תיקון, און באמת ווערט דאס אטאמאטיש בעסער ווי גרעסער דער היימישער עולם ווערט.


נאך א זאך וואס זי זאגט: אז בלויז די מענער "ענדזשויען" די חסידישער לעבן. זיי קענען טאנצן הקפות בשעת זיי מוזן שטיין און קוקן פון ווייבער-שוהל...

דאס ברענגט מיר בלויז זיך צו דערמאנען ווי שטארק איך פלעג מקנא זיין מיין שוועסטער ווען איך פלעג דארפן גיין אין שוהל - אדער אין חדר ביי א שניי - און זי פלעגט בלייבן אינדערהיים וכדו', און ווי זי פלעגט מיר מקנא זיין ווען איך האב געהאט די יונגעלישע פריוויליגיעס בלא בלא בלא...

אבער ווען כ'בין אביסל עלטער געווארן האב איך אנערקענט אז יעדע זאך האט זיך זיינע מעלות און חסרונות. און ס'איז דא זאכן וואס מען קען מיטן בעסטן ווילן נישט טוישן ממילא ברויך מען פרובירן ארויסצונעמען דאס בעסטע וואס מען קען פונעם מצב וואס מ'שטייט.


אויף דעם וואס ס'איז דא גראבע שקרים אין איר בוך, פרעגט זי פארוואס מען פאקוסט אויף דעם ווי איידער אויף די מעשה זעלבסט (איר הערט א פראגע?), און זי טענה'ט אז אויב עס איז ווען אזוי פול מיט שקרים ווי מען זאגט (און ס'איז... נאר איין זאך: מען טראגט נישט די קינדער צום דאקטאר! איר הערט?) וואלט מען געמאכט א ריקאל דערויף!

כאילו ווייניג פיקציע ביכער זענען פארהאן אויף די פאליצעס, און די רעגירונג האלט קאנטראל אויף יעדע בוך צי עס שרייבט אמת אדער נישט...

ס'איז גראדע שוין געווען אן ארטיקל אין די דעילי ניוס איבער אירע ליגנס http://www.nydailynews.com/new-york/has ... z1nsXwhmhY. און די אויסטערלישע שקרים האבן למעשה היבש אונטערגעמינעוועט די פאפולערקייט פונעם ביכל אזש זי האט שוין געמוזט גיין געבן א טשאלנט אוופטריט...

המשך יבוא בל"נ

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:01 pm
דורך לאדיך אפ
קרעמער1 האט געשריבן:די טעמע פון אויספלוישן יעדעמס פריוואטע פראבלעמען איז באמת א זאך וואס שטערט אסאך מענטשן ביי אונז (ובתוכם אני הקטן), און עס ברויך אפשר א תיקון. אבער איך גלויב אז דאס איז בערך אזוי אין יעדע "טייט קאמיוניטי", און מען ברויך אינאכט נעמען אז דאס קומט נישט פון שלעכטיגקייט נאר פון טיילווייז א ווילן העלפן יענעם און אפשר אמאל סתם נייגעריגקייט.
אבער ס'איז אמת אז דאס אריינשטופן די נאז אין יעדעמס טעפל ברויך א שטיקל תיקון, און באמת ווערט דאס אטאמאטיש בעסער ווי גרעסער דער היימישער עולם ווערט.

זייע שיין ארויס געברענגט. רכילות איז גאר א האבע זאך, און ס'קען באמת פארמיאוסן ווען מ'האלט מיט אזא פרשה פון די נאנט, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין. איך האלט גראדע אז דאס וואס פעלדמאן האט נישט דעהאט קיין שום פראבלעם צו שרייבן אין איר ביך פון גאר אינטימשע זאכן ('בעדרום סחורה' וד"ל) שטאמט אויך פון די משוגעת אז אלע שמוציגע לאנדרי קען מען וואשן ברבים. ויה"ר שילמדו תועים בינה.

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:12 pm
דורך גדעון
מענין לענין, האט איינער מער פרטים איבער די טשולענט קלוב? ווער פירט עס אן אא"וו

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:15 pm
דורך קרעמער1
ס'איז שוין געווען ברייט באשריבן אין נ"י טיימס, פארווערטס און ווי נישט

עפן ביטע א באונדערע אשכול דערוועגן כדי נישט אוועקצופארן דא פונעם ארגינעלן נושא

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:32 pm
דורך ידען
איר שלעכטע לעבן האט זי געהאט פאר איר חתונה.

נאכן חתונה האט איר צומישטע קאפ איר פארדרייט דאס לעבן, וואס וועט אנהאלטן ווי לאנג זי לעבט.

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 6:50 pm
דורך Maxwell
Her blatant lies have laboriously been dissected by many activists and pundits, including Mr. Shimon Rolnitzky on his blog deborah-feldman-exposed.blogspot.com.
I’ve read her book, and her agenda is more transparent than her current stockings.

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:27 pm
דורך קרעמער1
אן ארטיקל איבער איר בוך וואס ברענגט ארויס גאנץ גוטע נקודות
[Link broken]

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:00 pm
דורך שמואל שלום שלמה
ברעיקינג: יעצט געהערט אז ר' משה דוד ניעדרמאן האט אראנדזשירט א לאו סוט אויף דעם בוך, און מ'האט ארפאגענומען איר בוך פון די שעלווס.

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:09 pm
דורך שמואל שלום שלמה
מקור: א מוקרב צו ר' משה דוד

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:13 pm
דורך שמואל שלום שלמה
יאנקל האט געשריבן:א גוגל סוירטש האט מיך געפירט צו אן ארטיקל איבער א פלאן צו פיילן א לאוסוט קעגן איר:
http://www.tlj-news.com/2012/02/28/deborah-feldman’s-family-on-the-verge-of-filing-a-lawsuit-against-simon-schuster/

צובראכענע לינק!

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:15 pm
דורך שמואל הלוי
ביי מיר ארבעט יא די לינק

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:20 pm
דורך שמואל שלום שלמה
ס'אידאך אנאלטער לינק פון פעברואר 28?

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:21 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:ס'אידאך אנאלטער לינק פון פעברואר 28?

נו וואס איז די סתירה, דעמאלס איז געווען די פלאן.
סוף מעשה במחשבה תחילה

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:29 pm
דורך שמואל שלום שלמה
איך הער. נו, כ'ווארט אויף אן אפדעיט. כ'זע מהאט שוין געמאלדן אויף אייוועלט (מסתמא געזען דא).

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:43 pm
דורך שמואל שלום שלמה

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 7:54 am
דורך הערשל
מיר זעט עס אויס ווי א ווילדער חלום. איז דער טוויטער וואסאיזנייעס רעלייעבל?

קיינער אויסער אים האט עס נישט געמאלדן.

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 1:19 am
דורך [NAMELESS]
דבורה פעלדמאן רעדט אויף עי.או.על.
http://www.aol.com/video/youve-got-debo ... 517355132/

Re: דבורה פעלדמאן און איר בוך

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 8:51 am
דורך אבי גערעדט
איינער דערציילט מיר אז א גוי ביי דער ארבעט האט זיך אפגערעדט פאר אים פארוואס די חסידים האבן נישט געקענט טרעפן אביסל מער א בחנ'ט קינד וואס זאל טון אט די דשאב וואס פעלדמאן טוט, פעלדמאן קענט עטס האלטן... האט ער געזאגט וד"ל

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 9:22 pm
דורך חייםהערש
ווייסט איינער וואס זענען די רעכטן אין אמעריקע פון איינעם צו שרייבען פאלשע מעשיות? איז דאס באשוצט אינעם קאנסטיטושען?

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 9:29 pm
דורך יידל
חייםהערש האט געשריבן:ווייסט איינער וואס זענען די רעכטן אין אמעריקע פון איינעם צו שרייבען פאלשע מעשיות? איז דאס באשוצט אינעם קאנסטיטושען?

ווענד זיך אין די קאנטעקסט. הוצאת שם רע איז א הארבע זינד, מ'קען דערפאר צאלן.

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 10:10 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב שוין געשריבן איבער איהר מהות אין אן אנדערן "אשכול": איך קען נאר אזויפיל זאגן אז זי איז נישט אזוי א "וויקטים" ווי זי שטעלט זיך אהער. איך האב ערשטהאנטיגע אינפארמאציע איבער איהר אויפוואקסן. (דורך משפחה פארבינדונגען( ס'איז אמת אז איהר מאמע האט איבערגעלאזט א גאנצע משפחה (א מאן מיט קליינע קינדער( נאכצוגיין איהר קראנקע תאוות. אבער די גאנצע משפחה אריינגערעכנט די עלטערע זיידע און באבע האבן איהר געגעבן זייער א סאך ליבשאפט און אטענשן. ס'האט איהר נישט געפעהלט גארנישט. נאר זי איז אן ":אפארטוניסט". זי גייט ארום פארקויפן דעם שקר אז איהר טאטע איז "מענטל": דאס איז א פרעכער שקר. ער איז א אינגערמאן וואס האט אן אחריות'דיגן דזשאב. ער איז א נהנה מיגיע כפיו און מאכט שיין פרנסה (ב":ה(חוץ פון דעם. איהר עכטער נאמען איז נישט דעברא פעלדמאן. (ווער האט נאך געהערט אז א דיווארסי זאל זיך רופן אויף איהר געוועזענם מאן'ס נאמען( נאר שרה'לע ב. דרך אגב: א אידישער אנפיהרער פון א ראדיא פראגראם האט זי אמאהל געפרעגט "אויב דו זאגסט אז דיין טאטע און מאמע זענען "מענטל" טראכסט דו נישט אז דו ביסט אויך? בכל אופו. אין איהר בוך בראקט זי שקרים און בלבולים אויף כלל ישראל אזוי ווי די אמאהליגע משומדים (רח":ל) האבן געטוהן. אללעס פאר א פאר דאללער. :x :x :x

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:13 pm
דורך קאווע טרינקער
בילד
איינלאדענונג: בארא פארק רעסטוראנט מלוה מלכה מיט דבורה פעלדמאן אנטי-סאטמאר בוך מחברטע

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:34 pm
דורך יידל
פרידא שטרימפקינד פארציילט איבער א ראונדטעבל אקאדעמישע דיסקוסיע איבער דבורה פעלדמאן'ס בוך, מיט יואל פעלדמאן, מיס פעלדמאן'ס געוועזענע מאן. אינטערעסאנט.