דהיינו, אז ס'דא מענטשען וואס ווען איינער דריקט אויס א מיינונג וואס איז שארף אין קאנטראסט מיט זייער שטעלונג דאן ווערען זיי זייער ווילד אין ווערען ארויס פין קאנטראל, גייען אראפ פין די שינעס, ארויס פין די כלים,אזוי ווייט, אזש ביז פערזענליכע אטאקעס אין קללות נמרצות,
איז אזוי,לאמיר רעדען צי דעם סארט פערזענליך פארוואס ווערסטו אזוי ברוגז, איינער האלט אנדרעש, פיין, אבער פארוואס שפירסטע דיר געטראפען דערפין, יענער מעג האלטען וואס ער וויל אין די מעגסט האלטען אז יענער איז א פערד, אבער נישט עס שרייבען דא, ס'דאך דא געוויסע כללים וואס איז אוועקגעשטעלט געווארען אין דעם פורום מיטען ציל אז נישט יעדע הייסע דיסקאשען זאל ווארוואנדעלט ווערען אין א מיטעלאלטער מלחמה,
סוף כל סוף ווייסטו דאך אז ס'דא מענטשען אויף די וועלט וואס האלטען אנדרעש פין דיר, אין בעסיקלי דאס מיינט א דיסקאשען אז יעדער זאגט זיין מיינונג, וואס מאכט דיר טראכטען אז ווען די וועסט יענעם באפאלען פאר זיין אומגעהויערע חוצפה צי זאגען א מיינונג, אז דאס וועט איבערצייגען מענטשען אז די ביסט גערעכט, אסאך מאל איבערצייגט עס פארקערט, ס'צייט זיך אויסלערנען צי פארנעמען א צווייטענס מיינונג, יענער האלט אנדרעש, נו פיין, גיי ווייטער אין פארטיג, אין טאמער די קענסט נישט איז דאס דא אייוועלט ווי יעדער האלט די זעלבע אויף אלע אישוס

אדער קען זיין אז די ביסט נישט גענוג שטארק מיט דיין שטעלונג, אין ווען די זעהסט איינעם נישט האלטען אזוי מאכט עס דיר שפירען אומזיכער, ממילא שפירסטע אז דורעך אטאקירען יענעם וועסטע ווערען מער זיכער מיט דיין שטעלונג, גאנץ א פיינע וועג אבער אין אמת'ן מאכט עס דיר נישט מער גערעכט,
אדער אפשער שפירסטע אז די זיצט דא אין דיין דיינינגראם אין יענער קומט זיך אן אין זאגט דיר אין פנים אריין אנדרעש ווי די האלסט, סארא חוצפה, עמי בבית !, דאס קען מען דאך נישט דערלאזען ממילא קומט אוטומאטיש א ווילדע רעאקציע, טאמער דאס איז אמת האבעך פאר דיר נייעס: דא איז נישט דיין דיינינגראם !
אזוי צי אזוי איז צייט זיך אויסצילערנען צי קענען האבען א דיסקאשען ווי ערוואקסענע אן פערזענליך אטאקירען איינער דעם צווייטען, נאך אלעם זעמער שוין נישט אין קינדערגארטען אין אפילו נישט אין ישיבה קטנה אונז זעמער שוין גרויסע טאטעס אין מען מעג זיך אויפפירען ווי עדאלטס ,
טענקס פאר ליסענינג אין ביטע קיינער זאל עס נישט נעמען פערזענליך, זשאסט טינק אבאוט איט,