בלאט 1 פון 1

ענדליך נאך אכט הונדערט און זיבעציג יאר, די קושיא פארענטפערט!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:03 am
דורך [NAMELESS]
א בשורה טובה טייערע אידן:
שוין אכט הונדערט און זיבעציג יאר וואס עס פלאגט אונז די קושיא, נעכטן ביי א חנוכה פארטי האט מיין נעפיו.. יא, נישט מער נישט ווייניגער, דער קליינע דזשעני האט עס פארענטפערט!
יעצט פעלט זיך נאר אויס א מארקעטינג פירמע וואס זאל מודיע זיין אז דער ציבור זאל וויסן אז עס איז ב"ה פארענטפערט געווארן אן קיין געשעדיגטע.
מען טענה'ט שוין לאנג אז מיר דארפן א פי-אר פירמע, והא ראיה, א אכט הונדערט יעריגע קושיא ווערט פארענטפערט, ואין פוצה פה, יעדער ברעכט נאך ווייטער קאפ אויף די קשיא.
אה, יעצט זעה איך אז בענדשאמין פרענקל האט שוין אויך פארענטפערט די קושיא דא אין שטיבל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:27 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
קודם כל תודה על הפרסומת. יכול להיות שקיימת בזה גם הענין של פרסומא ניסא בחנוכה.
אבל אני גם מוטרד קצת שאני רואה שלדעתך לא שמתי התירוץ במדור הנכון, אני שמתי אותו במדור המחשבה ותורה, ואתה שם אותו במדור החיוך,
מאידך גיסא חשבתי אשרי יושבי הקאווע שטיבל שחיוכם ג"כ דברי תורה.
ועוד משהו, אני לא תופס, ממה נפשך אם בתר הניק שלי אתה הולך הרי שמי פרוס לפניך בנימין פרנקל, ואם בתר התמונה אתה אזיל הרי השם ידוע לכל בענדזשאמין "פרענקלין", מה זה הערב רב שאתה עושה כאן תערובת היהודי עם הגוי -בענדשמין עם פרנקל, תחליט האם לנו אתה או לצרינו?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:55 am
דורך איחוד פעלד
אכט הונדרעט זיבעציג?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:06 pm
דורך יתרו
קופערניקעס איך האלט אז די ביסט באגאנגען א טעות, די וואלס יא געדארפט שרייבן דעם תירוץ, בענדשאמין לחוד וקפוערניקעס לחוד יעדער מיט זיין שפראך יעדער מיט זיין חן, עס איז נישט קיין שום סתירה, עניוועי בנוגע איחוד'ס שאלה דא פארוואס אכט הונדערט און זיבעציג יאר, איז קען זיין אז קופערניקס לשון גוזמא נקט, אדער באצוט ער זיך אויפן ריטב"א וואס פרעגט שוין די קשיא פון בית יוסף.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:08 pm
דורך יתרו
עוד רגע אדבר, וואס איז טאקע פשט אז קיינער און די לעצטע פיר הונדערט יאר איז נישט בייגעפאלען דעם סימפעל תירוץ ?
איך טראכט אז אולי איז פון דא א ראי' צו עוועלאשען ? דשאסט קידינג.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:18 pm
דורך בן תמליון
איך געדענק פון ישיבה אז דער געשטעטנער פון מאנסי וואס איז ביזי מיט די פאלשע גיטין האט א ספר ווי ער טענה'ט דעם בית יוסף'ס קשיא הייבט זיך נישט אן. ער גייט אריין אין די פסיכלאגיע אז וויאזוי נאר איר באטראכסט דעם מציאות פונעם נס אינעם הוא אמינא מוז עס זיין מיט איינס פון די דריי וועגן וואס דער ב"י ענטפערט ממילא איז נישטא קיין קשיא. עפעס אזוי.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:37 pm
דורך [NAMELESS]
יתרו האט געשריבן:קופערניקעס איך האלט אז די ביסט באגאנגען א טעות, די וואלס יא געדארפט שרייבן דעם תירוץ,.



א באנדע יושבי חושך!
זייט נישט אזעלכע נודניקעס, איר זענט ממש אבסעסיוו "איך מוז וויסן די תירוץ", איך זאג אייך אז איך ווייס פאר א פאקט אז די קושיא וואס עגבערט אונז שוין יארן איז געלעזט! פארטיג, געענדיגט, חסל, מען קען גיין צו אנדערע עקזיסטענציאנאלע שאלות וואס עגבערן אונז, געגאגנען, מישט איבער די בלעטל!
איר ה-ע-ר-ט???? עס איז פארענטפערט!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:01 pm
דורך יידל
בן תמליון האט געשריבן:איך געדענק פון ישיבה אז דער געשטעטנער פון מאנסי וואס איז ביזי מיט די פאלשע גיטין האט א ספר ווי ער טענה'ט דעם בית יוסף'ס קשיא הייבט זיך נישט אן. ער גייט אריין אין די פסיכלאגיע אז וויאזוי נאר איר באטראכסט דעם מציאות פונעם נס אינעם הוא אמינא מוז עס זיין מיט איינס פון די דריי וועגן וואס דער ב"י ענטפערט ממילא איז נישטא קיין קשיא. עפעס אזוי.

די נקודה איז אז די נס האט נאר געקענט פאסירן דורך איינע פון די דריי וועגן וואס די בית יוסף ענטפערט. קיין שום אנדערע וועג איז נישט שייך.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:18 pm
דורך לעמאן דזשוס
יידל האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:איך געדענק פון ישיבה אז דער געשטעטנער פון מאנסי וואס איז ביזי מיט די פאלשע גיטין האט א ספר ווי ער טענה'ט דעם בית יוסף'ס קשיא הייבט זיך נישט אן. ער גייט אריין אין די פסיכלאגיע אז וויאזוי נאר איר באטראכסט דעם מציאות פונעם נס אינעם הוא אמינא מוז עס זיין מיט איינס פון די דריי וועגן וואס דער ב"י ענטפערט ממילא איז נישטא קיין קשיא. עפעס אזוי.

די נקודה איז אז די נס האט נאר געקענט פאסירן דורך איינע פון די דריי וועגן וואס די בית יוסף ענטפערט. קיין שום אנדערע וועג איז נישט שייך.


אט אזוי ר׳ יידל,

און נישט גשטטנר פון די גיטין, נאר עס איז מתאמר משמי׳ פון הגאון ר׳ מרדכי בעק

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:23 pm
דורך בן תמליון
איך האב עס געזען ביי געשטעטנער איז שני נביאים נתנבאו בסגנון אחד. הצד השוה שבהן ביידע וואינען אין מאנסי.