בלאט 1 פון 2

מאלעסטינג סקאנדאל אין Yeshiva University

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:27 am
דורך outspoken
א מאלעסטינג סקאנדאל הויבט זיך אן קאכען אין Yeshiva University וואס זיי געבן ארויס די רע-בנים וואס רייסן אראפ די חרדים און יעדע ערליכע מנהג ווי זיי קענען נאר (און ביי זיי איז עמטלעך דא א תועבה קלאב)

ס'קומט ארויס אז ס'איז פאר געגאנגען מאלעסטינג דורך א''ג רבנים רשעי ישיבות, און די מנהל פארענטפערט זיך אז ער האט געהאט וויכטיגערע זאכען צו טון (ווי צו ראטעווען קינדער מרדת שחת.

Lamm further defended his lack of action by saying he was preoccupied at the time with YU’s precarious financial situation. “The question of homosexual relations by teachers or principals…was not that clear, and it was not that significant relative to other things that we were dealing with” at the time, Lamm said

דאס איז א מוסר השכל פאר די ''מה יפית'' חברה, וועם ווילט איר געפעלען ? פאר די נידריגסטע פון די נידריגסטע

http://www.vosizneias.com/119327/2012/1 ... se-scandal

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:38 am
דורך אויס מענטש
אוי וויי! ווי גייט קול דודי גיין יעצט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:43 am
דורך יואליש
ווען די רעפארט קומט ווען ארויס קעגן א חסידישע מוסד וואלט די ענטפער תיכף געווען 1) יעצט דערמאנען זיי זיך איבער עפעס וואס האט פאסירט אין די 1970ס? עפעס איז פישי 2) מ'האט דאך דאן געטוהן צו די זאך בשתיקה 3) די פארווארטס זענען אנטיסעמיטען וועלכע ווילן אונז באשמוצן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:54 am
דורך outspoken
קודם כל 1995 איז נישט אין די 1970ס , און פארגעס נישט דער פינקעלשטיין איז דערנאך געווארען א מנהל אין א סקול אין פלארידא.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 11:02 am
דורך יואליש
a number of students were repeatedly sexually abused by two staff members – identified as Talmud teacher Rabbi Macy Gordon and former high school principal Rabbi George Finkelstein – during the later part of the 1970s and early 1980s at the YU High School For Boys in Manhattan.


לכאורה אין 1995 האט מען דאס ערשטע מאל געדיעלט דערמיט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 11:07 am
דורך outspoken
אהה כ'פארשטיי אז ס'געווען א מעשה אין 1970 טאר איך נישט רעדן פון א שפעטערע מעשה וואס מ'האט געמאכט א שווייג, אז דערנאך וואס ער איז ''שטילערהייט'' געגאנגען, איז ער ר''ל געווארען א מנהל אין א סקול .

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 11:20 am
דורך געוואלד געשריגן
No one said this doesn't happen in other orthodox circles. The important thing is that everyone should take action in these situations. Investigate and throw out and report these people if necessary. And the forward doesn't discriminate. They hate all religious Jews. The whole thing is heartbreaking.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 11:25 am
דורך דבילה
און אז וויי יו מעג מאלעסטערן קינדער, מעגן חסידישע אידן עאכו"כ!...


(זר, דער דריי פינטעלעך צייגן אויף סארקאזם...)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 11:32 am
דורך הירשל ציג
די נקודה איז אז מ'האט זיי געלאזט גיין טרעפן ארבעט וואו זיי האבען ווייטער געהאט קאנטאקט מיט קינדער

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:03 pm
דורך יידל
מאראל פונעם געשיכטע: פון פענן סטעיט אוניווערזיטעט ביזן קאטוילישען קירכע, פון YU ביז UTA. קראנקע מענטשן זענען דא איבעראל, און קאוועראפס זענען דא איבעראל. קיינער איז נישט אימיון.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:49 pm
דורך קפנדריא
פון זיי דארפן מיר זיך לערנען! פון די 'עליטע' אידן, די וואס ווייסן וויאזוי צו אפהיטן אויף די קינדער פון מאלעסטערס, די וואס ווייסן וויאזוי צו שימפן אויף די פרומע און געבן הדרכה אין אידישקייט, די וואס גנב'ענען נישט קיין קליין געלט, נאר 'מעידאף סטייל' - ביליאנען אויף אמאל, לאמיר קוקן וויאזוי זיי 'נעמען קעיר' פון מאלעסטעישאן אין זייערע שולעס, נישט אונטער א קליינע נארישע קארפעט דארף מען עס ווארפן, נאר אזא גרויסע פענסי 'מעידאף סטייל' קארפעט, ווי ס'פאסט פאר די עליטע מאדערן ארטאדאקסישע אידן, אזוי אז ס'זאל פארשוויגן ווערן פאר גוטע 30 און 40 יאר.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:43 pm
דורך יידל
קפנדריא, איך שפיר אז דו ליידסט פון אן אינפעריער קאמפלעקס. פארוואס דארף מען זיין ביזי א גאנצע צייט קאמפערן און צושטעלן דען צו יענעם "אונז" צו "זיי"? יעדער דארף טון דאס ריכטיגע און פערטיג. עס זענען איבעראל דא מאנסטערס, און עס זענען איבעראל דא מענטשן וואס קאווערן פאר מאנסטערס. און איבעראל דארף מען ארבעטן דאס צו פארבעסערן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:01 pm
דורך מורינו הרב
ניין יודל ניין. דא שטעלט זיך עס אפ! וואו איז נחום יעצט? - וואו זענען אלע שרייערס? פארוואס פונקט יעצט איז שטיל?

מיין פראבלעם איז נישט יעצט צי עס איז דא צי נישט. דער ענטפער ווייס איך סיי ווי אז איבעראל איז דא. מיין פראבלעם איז אז דארט פארשווייגט מען עס! יא, מען פארשווייגט מאלאסטעישן, די היץ-קעפ וואס טענה'ען אז זיי שטעלן זיך ארויס פאר די קינדערלעך, זיי זענען דא שטיל. זיי פארשווייגן מאלעסטעישן און באדעקן עס אונטער די קארפעט. היה לא תהיה. אונזערע קינדער זענען נישט הפקר.

פארוואס קומען זיי נישט ארויס דא, און נאר ביי אונז קומען זיי ארויס?

'דאס' איז דער פראבלעם.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:56 pm
דורך outspoken
קפנדריא האט געשריבן:פון זיי דארפן מיר זיך לערנען! פון די 'עליטע' אידן, די וואס ווייסן וויאזוי צו אפהיטן אויף די קינדער פון מאלעסטערס, די וואס ווייסן וויאזוי צו שמיפן אויף די פרומע און געבן הדרכה אין אידישקייט, די וואס גנב'ענען נישט קיין קליין געלט, נאר 'מעידאף סטייל' - ביליאנען אויף א מאל, לאמיר קוקן וויאזוי זיי 'נעמען קעיר' פון מאלעסטעישאן אין זייערע שולעס, נישט אונטער א קליינע נארישע קארפעט דארף מען עס ווארפן, נאר אזא גרויסע פענסי 'מעידאף סטייל' קארפעט, ווי ס'פאסט פאר די עליטע מאדערן ארטאדאקסישע אידן, אזוי אז ס'זאל פארשוויגן ווערן פאר גוטע 30 און 40 יאר.



אזוי גוט ארויסגעברענגט, אשאד מ'קען נישט לייקן 10 מאל.

נישט ווייל ביי אינז טאנצען נישט מענער מיט פרויען - איז דא ביי זיי אין יעשיבע GAY CLUBS.

נישט ווייל ביי אינז גייען די פרויען צניעות'דיג - טוט מען ביי זיי מאלעסטען און מ'באהאלט דאס.

נישט ווייל ביי אינז גייט מען בארד און פיאות - האט מעידאף באגנבט50 ביליאן.

נאר ווייל זיי האבען די פארדארבענע חינוך, און זיי האבן נאך די חוצפה ארפצורייסען אונזער וועג פון חינוך, ממש א עקל,.
אזוי קען מען אויסרעכענען הונדרעטער ביישפילען

דרך אגב א חילוק ציווישען רובאשקין VS מעידאף

רובאשקין, 25 מיליאן
מעידאף, 50 ביליאן, 200 מאל אזוי סאך

רובאשקין, האט באצאלט, ביז די רעגירונג האט אים באנקרעטירט.
מעידאף, גניבה לשם גניבה.

רובאשקין, שאדען געמאכט פאר בענקס
מעידאף, געגנבט פון יחידים, צדקות, ארג. וכו'

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 5:13 pm
דורך געוואלד געשריגן
A couple things I'm curious about. What exactly does this YU thing have to do with Weberman? Why does there have to be a comparison for everything?

Where does Madoff come into the picture?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 6:20 pm
דורך outspoken
געוואלד געשריגן האט געשריבן:A couple things I'm curious about. What exactly does this YU thing have to do with Weberman? Why does there have to be a comparison for everything?

Where does Madoff come into the picture?



are you for real, look at there comments and interviews all over.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 7:19 pm
דורך געוואלד געשריגן
outspoken האט געשריבן:
געוואלד געשריגן האט געשריבן:A couple things I'm curious about. What exactly does this YU thing have to do with Weberman? Why does there have to be a comparison for everything?

Where does Madoff come into the picture?



are you for real, look at there comments and interviews all over.


Yup. But notice YU's reaction

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 8:56 pm
דורך outspoken
יאנקל האט געשריבן:אוטספאקען,
איך פארשטיי פארוואס דו ברענגסט די וויי-יו געשיכטע, דאס איז צו ווייזן אז איבעראל מאכט זיך אזעלכע געמיינע מעשיות. דאס איז זייער א ריכטיגע נקודה. אבער אויב ווילסטו דווקא פארגלייכן די באציאונג פון דער חרדישער געזעלשאפט צו מאלעסטעישאן צו וויי-יו'ס מהלך האב איך מורא אז דו עפנסט א קאנע פון ווערים.

נעם אין באטראכט אז די געזעלשאפט אין אלגעמיין ווערט מער און מער באוואוסטזיניג צו די חורבנות וואס מאלעסטעישאן ברענגט, און, ווי הרב לאם האט געזאגט, איז 1995 איז נאך געווען "פאר די סארט זאכן האבן באקומען א געוויסע בארימטקייט," און "עס איז געווען א גרויסער צעמישעניש" איבער דעם ענין.

אבער נעם אין באטראכט אז אזוי פרי ווי 1995 האט ווי-יו געטון אקוראט דאס וואס מאנכע חרדים טענה'ן היינט אז מ'דארף טון: שיינערהייט פארשיקן דעם מאלעסטאר. און ווען מ'קוקט וואס חרדים האבן געטון אפילו אין די לעצטע יארן זעט מען אז אפילו דאס האבן זיי נישט געטון. קוק נאר וויאזוי סאטמאר האט צוריקגענומען דעם מלמד רייכמאן, טראץ די שטארקע באשולדיגונג קעגן אים!

זאת ועוד, יעצט ווען דער סקאנדאל האט אויסגעבראכן אין יאר 2012, קוק וויאזוי די באהערדע אין וויי-יו נעמען עס אויף. געב נאר א קוק אויף דעם בריוו וואו דער פרעזידענט פון וויי-יו לאדנט יעדן צו לאזן הערן זייערע געשיכטעס, און שטעלט אוועק די שארפע שטעלונג פון דער אינסטיטוציע קעגן מאלעסטארס. פארגלייך דאס צו דער חרדישער רעאקציע ווען דער וועבערמאן סקאנדאל האט אויסגעבראכן, אויך אין יאר 2012...


"יאנקל", גוט געשריבן.
מסביר צו זיין מיין פוינט, דארף מען עס צוטיילן אין 3 חלקים:

1. ווי אזוי א institution ווי א קהלה, קאמיוניטי, קאלעדזש, להבדיל א קלויסטער דילען מיט די פראבלעם פון מאלעסטינג.

2. מעשה נחמי' וועבערמאן.

3. עצם חינוך פון א קהלה.

איצט לאמיר אנהויבען, איינס ביי איינס:

1. ווי אזוי א institution ווי א קהלה, קאמיוניטי,קאלעדש, להבדיל א קלויסטער דילען מיט די פראבלעם פון מאלעסטינג.
ווי ס'קוקט אויס האט מען ביז 30-40 אר צוריק נישט פארשטאנען די דעמעדזש וואס מאלעסטינג טוט (און ס'דא א סברא אז אמאל האט דאס נישט אזוי געשאדט ואכמ'''ל) און ס'האט גענומען צייט ביז מ'האט זיך געעפענט, די ערשטע איז געווען דער פרייער גוי וואס אז נישט צוגעבונדען צו קיינעם, דערנאך בערך 10 יאר צוריק האט זיך די קלויסטער געעפענט, דערנאך אז געקומען די קאלעדשעס, איצט האלט מען ביי די היימישע, ס'שוין דא אסאך רבנים (אויך לאבאביטץ) וואס האלטן אז א מאלעסטער האט א דין רודף און מ'דארף אים איבערגעבען צו די פאליציי, סאטמאר האלט נישט דארט די DA פלאנט צו ארבעטן דערויף.


2. מעשה נחמי' וועבערמאן.
לענ''ד איז ער געפאלען א קרבן פון די נישט פראפשענעליזם ווי אזוי מ'האט געדילט מיט פראבלעמאטישע קינדער, (ווי זיצן 3 שעה, פארן צו אן אנדערע שטאט, נישט זיין לייסענסד, און מ'קען צולייגען ווייל ער איז א חסיד'ישע איד) דערפאר האט אים די דשזורי געפינען שולדיג ר''ל, ד' יצילהו מכל צרה. האפענטליך אז מ'וועט יעצט אנהויבן צו ארבייטן מיט לייסענס סייקאלעדזשיסט.

3. עצם חינוך פון א קהלה.
קענען מיר זיך הייבן די קעפ און זאגן, ב''ה מיר האבען א שיינע חינוך, NO CRIMES AND DRUGS, אונזער קינדער וואקסען אויף לד' ולתורתו, אז ס'איז א שטאלץ פאר אונזערע אבות הקדושים. (אנדערש ווי תורה ומדע ווי ס'איז שוין אפילו דא תועבה CLUBSׂ )

יעצט, צו מיין פוינט, ווען ס'דא א מאלעסטינג סקאנדאל אין סאטמאר הערט מען נישט פון די א''ג מאדערן ארטעדאקס שרייען, אז סאטמאר האלט דארט ווי זיי האבן געהאלטן 10 יאר צוריק (ווי דער DA שרייט), נאר די לאנגע קליידער, דיקע זאקען, מענער און פרויען אפגעטיילט ועוד ועוד דברים של קדושה, דאס באדערט זיי און דאס שרייען זיי מיט זייער שנאת היהדות (כאטש איינס האט נישט מיט די צווייטע).

כנלענ''ד.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 9:02 pm
דורך יאיר
יאנקל האט גוט געזאגט, עס זענען דא קאוועראפס ביי יעדן. די שאלה איז, ווי אזוי באהאנדלט מען עס. ביי פען סטעיט האט מען אפגעזאגט דעם אלטן דזשאו פעטערנאו צוליב דעם. דאס איז אזוי ווי סאטמאר זאל אפזאגן דעם רבי'ן פון זיין פאזיציע ווייל ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די מאלעסטעישן קלאגעס. און לאמיר זיין קלאר, די וויי יו און פען סטעיט זענען נישט מער עמפינדליך צו דעם ווייל זיי זענען גרעסערע צדיקים, נאר ווייל זיי ווייסן אז זיי גייען צאלן א פרייז אויב זיי שטעלן זיך נישט צו, און דעריבער האבן זיי איגנארירט די קלאגעס אין די פירסט פלעיס. אבער סאטמאר דארף גאנץ קנאפ מורא האבן אז מען וועט אויפהערן שיקן זייערע קינדער אין די מוסדות, דערפאר קענען זיי טון וואס זיי ווילן.

צו די וואס שימפן אויף די וויי יו אז דאס קומט צוליב זייער פארדארבענע חינוך, וואלט איך געוואלט פרעגן מיט וואס זיי זענען אנדערש ווי די מאדערנע אדער גויים וואס באשולדיגן די חסידישע אידן אז זייער חינוך סיסטעם ברענגט אזעלכע אדער אנדערע קרבנות.

אגב, מיר זעט אויס אז דאס איז נישט געווען קיין עכטע מאלעסטעישן קעיס, נאר א האמאסעקסועלע שייכות צווישן די לערערס און די ערוואקסענע מענער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 9:48 pm
דורך הציץ ונפגע
איך גלייב נישט וואס מיינע אויגן זעהן! צו זעהן זיי ריכטיג? אידן טאנצן און שפרינגן פאר פרייד אז מ'האט געכאפט אנדערע אידן מיט עבירות? און אז מ'האט עס מפרסם געווען ברבים? אזא הנהגה פאסט פאר די אפגעפארענע וואס קומען פראטעסטירן פארנט פון די ארמארי געביידע אין וויליאמסבורג אום כ"א כסליו, נישט פאר היימישע חסידישע אינגעלייט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 9:56 pm
דורך יידל
מורינו הרב האט געשריבן:ניין יודל ניין. דא שטעלט זיך עס אפ! וואו איז נחום יעצט? - וואו זענען אלע שרייערס? פארוואס פונקט יעצט איז שטיל?

מיין פראבלעם איז נישט יעצט צי עס איז דא צי נישט. דער ענטפער ווייס איך סיי ווי אז איבעראל איז דא. מיין פראבלעם איז אז דארט פארשווייגט מען עס! יא, מען פארשווייגט מאלאסטעישן, די היץ-קעפ וואס טענה'ען אז זיי שטעלן זיך ארויס פאר די קינדערלעך, זיי זענען דא שטיל. זיי פארשווייגן מאלעסטעישן און באדעקן עס אונטער די קארפעט. היה לא תהיה. אונזערע קינדער זענען נישט הפקר.

פארוואס קומען זיי נישט ארויס דא, און נאר ביי אונז קומען זיי ארויס?

'דאס' איז דער פראבלעם.

ס'זעט מיר אויס אז דו האסט פארפאסט אז די מעשה האט פאסירט פאר איבער 30 יאר צוריק. היינט איז אן אנדערע מעשה אין YU. ברענג א היינטיגע מעשה אין YU אין דעמאלטס וועסטו האבן טענות אויף די אלע שרייערס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:08 pm
דורך לעמאן דזשוס
אוטספאוקן, זיי מיר מוחל אבער טו די בעסט אף מיי קנאלידזש האט מיסטער מעידאף נישט געלערנט, און אויך נישט שטודירט אין ישיבה יוניווערסיטי, סוי ער איז כלל נישט די רעדע

און יענקל, הענדס אפ צו דיר, מאכסט זייער זייער א שטארקע וואלידע פונקט בנוגע די שטארקע קאנטראסט וויזוי סאטמאר האט אפגעענטפערט די סקאנדאל און וויזוי וויי יו האט עס געטון

אבער דאס אז קעגן רייכמאן איז דא ״שטארקע״ באשולדיגונג וויל איך דיר פרעגן וואס זענען זיי, איז ענגלמאן׳ס ווארט א שטאאאררקע באשולדיגונג, למה

און הכלל, מהיום והלאה עניבאדי וואס קומט נאך וויפיל יאר אים געפעלט און דערציילט א אויסגעזויגענע געשיכטע פון ווען ער איז געוועהן זיבן יאר אלט דארף מען ארויסווארפן דעם באשולדיגטן....אפילו ביים ״אויפגעקלערטן גוי״ איז דאך דא אזא זאך ווי סטעטשו אף לימיטעישן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:25 pm
דורך outspoken
לעמאן דזשוס האט געשריבן:אוטספאוקן, זיי מיר מוחל אבער טו די בעסט אף מיי קנאלידזש האט מיסטער מעידאף נישט געלערנט, און אויך נישט שטודירט אין ישיבה יוניווערסיטי, סוי ער איז כלל נישט די רעדע


Merkin, a graduate of Columbia College and Harvard Law School, was a trustee, along with Madoff, of Yeshiva University,
http://articles.chicagotribune.com/2012 ... ard-madoff

Until resigning from both posts last week following his arrest, Madoff served as treasurer of Y.U.'s board of trustees and chairman of its Sy Syms School of Business.
http://www.jta.org/news/article/2008/12 ... doff-fraud