עם ה' חזקו ונתחזקה באמונה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

עם ה' חזקו ונתחזקה באמונה

שליחה דורך צדיקל »

אונז שטייען מיר אין די טעג פון די הייליגע לעכטיגע יו"ט חנוכה, עם ה' חזקו ונתחזקה, יא ליידער מיר זעמער אדורך זייער א שווערע פרשה, און כלל ישראל איז צובראכן, אידן האבן אזויפיל תפילות מתפלל געווען ס'איז געווען א בחינה ווי די נביא זאגט גם כי אזעק סתם תפילתי, און ליידער הערט מען אינגעלייט וואס זענען צובראכן פונעם מצב און פרעגן ר"ל קשיות לאלקינו על מה עשה ה' ככה.

טייערע ברודער, לאמיר מחזק זיין אונזער אמונה פשוטה, און חזרן אני מאמין באמונה שלמה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, און אונז פארשטיי מיר נישט זיינע דרכים נסתרים דרכי ה', אבער מיר גלייבן כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, אונז טאר מיר נישט פרעגן קיין קשיות אויפן באשעפער.

יעצט אין די ימי החנוכה ווי ס'שטייט אין כמעט אלע ספה"ק אז די יונים און די מתיונים האבן געוואלט אויסרייסן די אמונה פשוטה פון כלל ישראל ווי דער מדרש (ב"ר פ' ב) זאגט אז זיי האבן געהייסן כתבו לכם על קרן השור אין לכם חלק לכם חלק באלוקי ישראל, און דער ישמח ישראל זאגט, כאשר אנו אומרים בעל הניסים כשעמד עליהם יון הרשע להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך, החוקים דייקא עד שהכחישו בכל עקרי ויסודי האמונה, וכאשר ראו מלכות יון שכבר עשו פעולתם פרי להכרית ח"ו שם ישראל ואמונתם, א"ל כתבו על קרן השור שאין לכם חלק באלקי ישראל, ואח"כ כשהבינו שנאבדה האמונה מישראל, אשר זאת הוא כל תוקפם וגבורתם של ישראל, אמרו עתה נקום עליהם למלחמה ונאבדם, אחרי כי עתה לא יהי' ה' עוד למשען להם כי אבדו האמונה, עכ"ד. דער שפת אמת טייטש להעבירם מעל 'חוקי' רצונך דער די אמונה החוק וקבוע אין יעדן איד. און אזוי איז מבואר אין אלע ספה"ק אז דאס האבן די יונים געוואלט אז אלעס פירט זיך בדרך הטבע און נישט קיין השגחה פרטיות. און נאכן נס האבן די אידן זיך צריק מחזק געווען אין די אמונה פשוטה.

אין קדושת לוי (קדושה חמישית לחנוכה) איז ער מבאר באריכות אז פונעם נס חנוכה נעמט מען דעם חיזוק אין אמונה, און דאס דארף מען מיטנעמען פון דעם יו"ט חנוכה, ער ברענגט אראפ דעם רמב"ן (סו"פ בא) ומן הנסים הגדולים המפורסמים אדם מודה בנסים הנסתרים שהם יסוד התורה כלה, שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכולם נסים אין בהם טבע ומנהגי של עולם. זאגט דער קדושת לוי פארדעם האבן חז"ל געזאגט מ'דארף צינדן משתשקע החמה ועד שתכלה רגל מן השוק, משתשקע החמה ווייזט אויף ניסים נסתרים שאינו מאיר כל כך, ועד שתכלה רגל מן השוק שתכלה ממחשבותיך שהעולם מתנהג בהרגל, ווייטער שרייבט ער, אנו מודים שהוא מלך עולם ועד ולעדי עד ימלוך, והוא המחדש ובזה מאמין שהניסים נסתרים אינם טבעים, רק שהוא מחדש את עולם תמיד בכל עת ובכל שעה, רק לפעמים מחדש את הטבע כמו כשקבע בהעולם בששת ימי בראשית, ולפעמים מחדש דבר חדש כגון נס נגלה, רק המודה בנס נסתר אזי הוא מודה שהוא מחדש תמיד ואפילו הטבע הקבוע בעולם. און ער זאגט אז פארדעם הייסט עס 'חנוכה' א לשון חנוכת הבית לשון חדש שאנו מודים בניסים הנסתרים ושהוא מחדש תמיד אפילו הטבע הקבוע בעולם ואין מתנהג על צד ההרגל ח"ו, וזה להדליק נר חנוכה כלומר שיאיר זה הבחינה שהוא מחדש תמיד העולם בכל עת ובכל עשה תמיד בתוך מחשבותינו.עכ"ד.

דער ישמח ישראל (חנוכה) ברענגט א טייטש פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע, ובני ישראל הלכו ביבשה בתוך הים א איד דארף וויסן ווען ער גייט ביבשה איז פונקט ווי ער גייט בתוך הים, אלעס איז די זעלבע נס.

און אזוי אויך אלע ספרי קודש זענען דאס מבאר, און מיט דעם פארענטפערט מען דעם בית יוסף קשיא, פארוואס מ'מאכט 8 טעג חנוכה פאר איין טאג איז דאך געווען שמן, נאר טאקע נאכן נס האבן זיי פארשטאנען דעם מי שאמר לשמן שידלק די טבע אליין אז אויל ברענט איז אויך א נס פון הקב"ה, האט מען געמאכט נאך א טאג חנוכה כדי להודות ולהלל לשמו הגדול אויף די טבע ווייל דאס איז די זעלבע נסים. מ'זאגט פון צדיקים א טעם פאר די מנהג פון דריידל, א דריידל דרייט מען פון אויבן צו ווייזן אז אלעס דרייט זיך פון אויבן.

אין די נוסח פון על הניסים זאגט מען, מסרת גיבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים וטמאים ביד טהורים ורשעים ביד צדיקים וזדים ביד עוסקי תורתך, פרעגט מען ממילא גיבורים ביד חלשים רבים ביד מעטים איז א נס אבער טמאים ביד טהורים רשעים ביד צדיקים וואס איז דער חידוש? נאר טאקע את אשר דברנו ווען מ'זעהט דעם יד ה' פון גיבורים ביד חלשים רבים ביד מעטים פארשטייט מען אז וטמאים ביד טהורים ורשעים ביד צדיקים וזדים ביד עוסקי תורתך איז אויך יד ה' און ניסים פון הקב"ה..

דער בני יששכר אין זיין לשם יחוד פארן הדלקת נר חנוכה, ענדיגט מיט די וועטער וואס מ'זאגט ימים נוראים, וידע כל פעול כי אתה פעלתו, ויבין כל יציר כי אתה יצרתו, ויאמר כל אשר נשמה "באפו" בגי' חנוכה, "ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה" בגי' "מתתיהו בן יוחנן כהן גדול חשמנאי ובניו", עכ"פ חנוכה איז א צייט וואס איז ווייזט אויף אמונה.

און נאכן גלייבן אז דער באשעפער הוא בורא ומנהיג בכל עת ובכל זמן, דארף מען אויך חזרן און וויסן אז מאתו לא תצא הרעות, נאר כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, און דאס וואס קוקט אויס שלעכט איז ווייל אונז פארשטיי מיר נישט זיינע דרכים, אל אמונה ואין עול, ווי כ'האב געהערט אמאל פון א גוטע איד, אז דער פסוק חסדי ה' כי לא תמנו שטייט אין איכה טאקע דעמאלס ווען אידן האבן מיטגעמאכט די גרויסע צרות דער חורבן ביהמ"ד לערענט אונז דער פסוק מ'דארף וויסן, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, און ער האט געטייטש ואתה ברחמיך הרבים עמדת להם בע"ת צרת"ם אין דער עת צרה האבן איז געווען ואתה ברחמיך הרבים.

אין דברי יואל (חנוכה אות ל') ברענגט ער ארויס דעם ענין און ער זאגט מ'זאגט און על הניסים, ועל המלחמות ועל הנחמות וואס איז די פשט פון נחמות, נאר דער יו"ט האט מען קובע געווען אויף די נס פון די מנורה די יונים האבן געוואלט מטמא זיין אלע שמנים האט הקב"ה באהאלטן פון זיי איין פך ס'איז געבליבן טהור, טאקע בתוקף הצרות און בשעת די הסתרות פנים ווען די יונים זענען געווען אין ביהמ"ק האט שוין הקב"ה געמאכט דעם נס, זאגט ער דאס איז די גרעסטע נחמה פאר כלל ישראל, ולך עשית שם גדול וקדוש בעולמך ולעמך ישראל עשית תשועה היום הזה ופורקן כהיום הזה, אפי' אין דעם היינטיגן טאג ווען מיר זענען אין גלות דארפן מיר נעמען דעם חיזוק און די נחמה, אז דעמאלס ווען אונז מיינען מיר אז ס'איז א צרה מאכט שוין הקב"ה דעם נס.

דער תפארת שלמה (חנוכה) זאגט, אין הלל הגדול רעכנען מיר אויס די אלע טובות און חסדים וואס הקב"ה האט געטאן מיט אונז אבער סוף ענדיגט מען הודו לאל השמים כי לעולם חסדו, דער עיקר שבח והודאה איז כי לעולם חסדו, אייביג אפי' ווען מ'מיינט ס'איז נישט גוט דארף מען לויבן אין דאנקן און וויסן כי לעולם חסדו, און ער טייטשט וקבעו שמונת ימי חנוכה אז מ'דארף קובע זיין בקביעות תמיד אין זיך כי לעולם חסדו אפי' אונז זעמער אין גלות ס'וועט קומען א צייט ווען מיר וועלן עס פארשטיין.

און אזוי אין אלע ספה"ק אויף חנוכה, איז דאס מביאור אז די טעם פארוואס חז"ל האבן מתקן געווען מ'זאל צינדן די מנורה בלילה משתשקע החמה ווען ס'איז טינקל, בפתח ביתו מבחוץ, און למטה מעשרה, אז טאקע ווען ס'איז טינקל און מ'איז בחוץ אין גלות למטה מעשרה אידן זענען בשפל המצב, דארט צינדט מען די חנוכה לעכט, אז באמת שיינט דארט א לעכטיגקייט, דארט ליגט די טובה פון הקב"ה, פארדעם האבן זיי מתקן געווען אז מ'דארף קוקן אויף די נירות אלא לראותם בלבד כדי להודות ולהלל לשמך הגדול על ניסך ועל נפלאך ועל ישועתיך, אז מ'זאל עפענען די אויגן און זעהן דעם כל מה דעביד רחמנא, ווי צדיקים האבן געטייטשט, הודאי שמו כן תהלתו, ווי שטארק ודאי דיין אמונה בהקב"ה איז, כן תהלתו אזוי איז דיין תהלה צו הקב"ה.

די זעלבע לערנען מיר די פרשת ווי מיר שטייען יעצט, די מעשה פון יוסף הצדיק, ווי די ברודער האבן אים פארקויפט אויף מצרים און דאס איז געווען א גרויסע צרה, צום סוף זעהט מען די ישועה וואס איז געקומען דערפון כי למחיה שלחני אלקים לפניכם, און נאך מער ביי די מעשה פון אשת פוטיפר ווי זי האט ארייגעלייגט יוסף אין תפיסה, מיט א בלבול, א ביטערע צרה געווען פאר יוסף, אבער פון דארט איז ארויס געקומען דער חלום פונעם שר המשקים ביז יוסף איז געווארן משנה למלך.

והיוצא לנו מכל זה, אז גארנישט איז נישט קיין מקרה און גארנישט געשעהט נישט אליין, נאר מיר דארפן וויסן יש מנהיג לבירה, ואל אמונה ואין עול וכל דרכיו משפט, אלעס פירט זיך מיט חשבון און וואס דער באשעפער טוט איז, אפי' ס'קוקט נישט אויס גוט, גלייבן מיר באמונה שלימה אז הקב"ה איז דער מקור הטוב ורוצה להטיב, ומאתו לא תצא הרעות, און ס'איז זעכער גוטס. נאר מיר בעטן פון הקב"ה, שבעינו מטובך ווי דער ישמח משה טייטשט אז א סומא ווערט נישט זאט ווייל ער זעהט נישט, בעטן מיר שבעינו מטובך, און ווי דער ייטב לב טייטשט הראינו ה' חסדיך, אז זאלן מיר זעהן די חסדים, זאל טאקע הקב"ה אונז העלפן יעצט אין די ימי החנוכה ער זאל אריין שיינען אורות ס'זאל זיין לעכטיג פאר אידן, און זוכה זיין צו ולהראותם מ'זאל זעהן די חסדים, כדי להודות ולהלל לשמך הגדול.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר