בלאט 1 פון 2

20 קינדער, 6 ערוואקסענע, טויט אין שרעקליכע שיסעריי אין סקול

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:13 pm
דורך [NAMELESS]
אין א סקול אין קאנעטיקוט האט א שיסער גע'הרג'עט 18 קינדער און אויך ערוואקסענע, צוזאמען 26 מענטשן ר"ל. דער שיסער איז טויט.
דאס איז די ערגסטע סקול הריגה אין אמעריקאנער היסטארי.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:53 pm
דורך קלאר
זיכער איז דער שיסער געווען א חסידישע איד, וואס איז נאך אין די באקס LOL

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 2:26 pm
דורך קלאר
געהערט, עס האלט ביי כמעט 30 טויט אריינגערכנט איבער 20 קינדער ה''י

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 2:29 pm
דורך משולם טענענבוים
לכאורה איז דער שיסער געווען אויף אנטי דיפרעסענטס אדער ענדליכע SSRI דראגס, וואס דאס קען ברענגען צי אזאלכע זאכען, אסאף פין די אנדערע מאסען שיסער זענען געווען אויף אזאלכע דראגס,

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 2:53 pm
דורך געוואלד געשריגן
קלאר האט געשריבן:זיכער איז דער שיסער געווען א חסידישע איד, וואס איז נאך אין די באקס LOL


not funny...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 3:07 pm
דורך חד גדיא
די מעשה איז שוידערליך. נישט דא קיין ווערטער. דער שיסער האט געהרגעט 27 מענטשן אין די עלעמענטרי שולע. 18 פון זיי קינדער. און פאר דעם האט ער געהרגעט זיין טאטע און מאמע אין ניו דזשוירזי.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 3:34 pm
דורך נו גוט נו
פרעזידענט אבאמא האט יעצט פארארדענט צו אראפ נעמען דעם אמערקארנעם פאן צו האלב אלץ צייכן פון טרויער

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 3:56 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט עזעהן אז מ׳האט ארעסטירט די מערדערס ברידער. און אז זיין גירלפרענד און נאך א חברטע פעלן
#משוגע צו ווערן

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 6:43 pm
דורך חד גדיא
אבאמא האט נישט אויפגעהערט צו ווישן טרערן ביי זיין פרייטאג דרשה.
היינט פרייטאג האט אבאמא נאכאמאל גערעדט וועגן די טראגעדיע. די רעפובליקאנער האבן נישט געגעבן זייער וואכענטליכע אדרעס כדי אבאמא זאל רעדן אין נאמען פון גאנץ אמעריקע

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 7:02 pm
דורך עוד מישהו
א אידיש אינגעל איז צווישן די טויטע נעבעך, זיין נאמען איז נח פאזנער, געווען אלט זעקס יאר.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 7:14 pm
דורך וויליאמסבורגער
דער מערדער
זיין ברודער זאגט אז ער איז געוועהן אביסל אויטיסטיק.
בילד

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 7:32 pm
דורך ל.רוזן
פארוואס רעדט קול מבשר גארנישט דערפון? (ער ווארפט נאר אריין אז א יודיש קינד איז גע'הרג'עט געווערן אין א שיסעריי....)

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 8:39 pm
דורך משולם טענענבוים
אינטערעסאנט איז אז סיי יעצט אין סיי ביי די "בעטמען" שיסעריי איז קודם באריכטעט געווארען אז ס'געווען נאך א שיסער, אין סיי יעצט אין סיי דעמאלץ האט די מידיא עס נאכדעם ציריק געדרייט אין באהויפטעט אז ס'געווען נאר איין שיסער,

http://www.naturalnews.com/038352_schoo ... er-up.html

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 8:48 pm
דורך משולם טענענבוים

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 9:01 pm
דורך [NAMELESS]
משולם טענענבוים האט געשריבן:אינטערעסאנט איז אז סיי יעצט אין סיי ביי די "בעטמען" שיסעריי איז קודם באריכטעט געווארען אז ס'געווען נאך א שיסער, אין סיי יעצט אין סיי דעמאלץ האט די מידיא עס נאכדעם ציריק געדרייט אין באהויפטעט אז ס'געווען נאר איין שיסער,

http://www.naturalnews.com/038352_schoo ... er-up.html

AP באשרייבט די צימישעניש פון די מידיע
http://www.vosizneias.com/119493/2012/1 ... ith-facts/

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 9:32 pm
דורך ענן כבד
איצט איז טרענדינג אויף טוויטער די מעסעדזש: מער אמעריקאנע שטארבן פון גאנס אין זעקס חדשים ווי פון 25 יאר טעראריזם פלאס די איראקע און אפגאניסטאנע מלחמה צוזאמען. איז דאס אמת? ממש א פחד!

ווי אזוי זאגט נאר עמינעם ער האט נישט געקענט דורך שווערצן א פלעסטיג טוי גאן דורך די קאסטאמס אין לאנדאן.
ס'איז דאך נישט נארמאל וואס דא גייט פאהר.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 9:47 pm
דורך משולם טענענבוים
ענן כבד האט געשריבן:איצט איז טרענדינג אויף טוויטער די מעסעדזש: מער אמעריקאנע שטארבן פון גאנס אין זעקס חדשים ווי פון 25 יאר טעראריזם פלאס די איראקע און אפגאניסטאנע מלחמה צוזאמען. איז דאס אמת? ממש א פחד!

ווי אזוי זאגט נאר עמינעם ער האט נישט געקענט דורך שווערצן א פלעסטיג טוי גאן דורך די קאסטאמס אין לאנדאן.
ס'איז דאך נישט נארמאל וואס דא גייט פאהר.


סתם פראפעגאנדע,

קודם כל מער מענטשען שטארבען פין קאר עקסידענטען אין זעקס חדשים ווי 25 יאר טעראריזעם,

טעראריזעם האט געהארגעט זייער זייער ווייניג מענטשען, בפרט ווען מען רעכענט ארויס ניין עלעווען, מער מענטשען שטארבען פין טעותים פין דאקטוירים אא"וו

צווייטענס, "גאן'ס" הארגענען נישט. מענטשען הארגענען, אפילו ווען גאן'ס זאל ווען זיין אומלעגאל וואלטען אסאך פין די מערדערייען ווייטער פארגעקומען, סיי דורעך אנדערע וואפען ווי מעסער'ס אין כל מיני אנדערע זאכען אין סיי מיט אומלעגאלע גאן'ס,

אין אפשער דארף מען אסער'ן קאר'ן ווייל אסאך מענטשען ווערען געהארגעט דערפין......

דריטענס, אסר'ן גאנס וועט נאר אפשוואכען די דורכשניטליכער מענטש, ווייל קרימינאלען וועלען עס ווייטער האבען אומלעגאל, אזוי ווי זיי האבען עס אין אלע מדינות ווי גאן'ס איז אומלעגאל,

סאו בעסיקלי די גאנצע זאך איז הוילע פראפעגאנדע, כדי צי גרייט מאכען די באדען צי מאכען גאן אומלעגאל,

ס'וועט אסאך מער אויפטוהן צי אסר'ן די סייקאו דראגס ווי פראזאק אין דאס גלייכען וואס רוב פין די מאסען שיסער זענען געווען דערויף, אבער דא איז די מעין סטרים מידיא עפעס שטיל ווי א פיש, פארוואס.....

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 10:56 pm
דורך יאיר
אויך וואלט געווען ענדערש כדאי צו אסר'ן די כסדר'דיגע רציחות און באקסינג ודומיהן וואס אפילו יונגע קינדער זעען צו אויף טעלעוויזיע און אויף מואוויס.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:05 am
דורך שמעקעדיג
יאיר, ווארט זיך נישט איבער. גלות אמעריקע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:42 am
דורך שמעקעדיג
ל.רוזן האט געשריבן:פארוואס רעדט קול מבשר גארנישט דערפון? (ער ווארפט נאר אריין אז א יודיש קינד איז גע'הרג'עט געווערן אין א שיסעריי....)


בילד פונעם אידישן אינגעלע ע"ה, הי"ד.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:53 am
דורך זר זהב
הי"ד

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:12 am
דורך געוואלד געשריגן
..ברוך דין האמת..איך קען נישט קוקן אויף דעם בילד...א שיין אינגל מיט א שיינע שמייכל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:17 pm
דורך קאווע טרינקער
ל.רוזן האט געשריבן:פארוואס רעדט קול מבשר גארנישט דערפון? (ער ווארפט נאר אריין אז א יודיש קינד איז גע'הרג'עט געווערן אין א שיסעריי....)

כ'בין אהיים געקומען פרייטאג נאך מיטאג, כ'פארצייל אזוי די נייעס פאר'ן עזר כנגדו, אין אונגאריש פארשטיי'צעך, כדי די קליינע זאלן נישט וכו, בד''וו, ס'קיין דזאק נישט.
אביסעל שפעטער זאגט מיר דאס הייליגע רביצין אז קול מבשר מעלד דאס נישט. - גייט דורך שבת. זאג איך איר, מן הסתם ווייל ס'איז נישט קיין אידישע נייעס... זי קוקט מיר אן מיט שטרענגע אויגן... Again? Everything is a joke?
האב איך אביסל איינגעמאכט...
מה עשה הקב''ה?
מוצאי שבת מעלדט קול מבשר הייסע נייעס, אז א אידיש אינגעל איז געשאסען געווארן....
און זי האט געבלאשט א גאנצע נאכט