בלאט 1 פון 1

מיליאן דאלאר קאמפיין אין שוואונג

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:57 pm
דורך לעמאן דזשוס
התנצלות, היות שאשכול הסאמאטוכע כבר נוזל מחורי האף ע״כ חשבתי לנכון להציג אשכול חדש שידון בדבר צד צדדי מאותו האשכול. ויהי רחום יכפר

סוי אין א דירעקטע המשך צום ״עלילת שבעים וחמש״ וואס האט זיך נעבעך ביטערליך אויסגעלאזט יענע געלט איז געגאנגען פאר די שטאב אדוואקאטן וואס האבן נישט געקענט אפשטעלן די פראקורן און די דיעי פון ברוקלין צו איבערצייגן די צוועלף פארשוינען איבער די שולד פון נחמי׳ צבי בן דינה,

גרייטן זיך די עסקנים איצט צום צווייטן פאזע און זיי גרייטן אין די איצטיגע טעג אן א מאסיווע קאמפיין צו שאפן א מיליאן דולר, צו קענען אויפנעמען מיסטער עלען דערשאוויץ ער זאל פרובירן דאס זייניגע.

אפדעיט; א בחור׳ל פון די סאטמארע ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג האט שוין פריער נאכמיטאג אריינגעקלאפט אין טיר אויסרופנדיג ״פדיון שבויים״ אויף מיין פראגע וועמען מען וויל פודה זיין איז געקומען די ענטפער ״נחמי׳ , וועבערמאן

ער זאגט אז די ישיבה האט פארלאנגט/ געבעטן מען זאל גיין

וה׳ יצליח דרכם

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 9:17 pm
דורך יתרו
האסט עם געדארפט פרעגן וואס נחמי' האט געטאן, אדער וואס ער האט נישט געטאן

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 9:20 pm
דורך [NAMELESS]
יתרו האט געשריבן:האסט עם געדארפט פרעגן וואס נחמי' האט געטאן, אדער וואס ער האט נישט געטאן


יתרו..איך וואלט געזאגט ער האט יא ( אדער נישט ) געהאט א שטארקע דראנג...
ואם תמצא לומר "א דראנג צו לייקן". אוי, יתרו דיין חתימה שרייט! מענטשן, האלט אייך איין פון לייקן... האלט איין דעם דראנג

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 9:29 pm
דורך געפילטע פיש
פארגינסט נישט יענעם אשכול אנצוקומען צו א מאה בלעטער? נאך צען בלעטער צו גיין.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 5:54 pm
דורך אוהב דעת
געפילטע פיש האט געשריבן:פארגינסט נישט יענעם אשכול אנצוקומען צו א מאה בלעטער? נאך צען בלעטער צו גיין.

האסט טאקע מורא סוועט נישט אנקומען צו100 בלעטער?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:17 pm
דורך געפילטע פיש
נישט אויב יעדע קאמפיין וועט האבן אן עקסטערע אשכול, קודם די מיליאן דאלער, נאכדעם די דריי מיליאן דאלעק קאמפיין, צען מיליאן, אא"וו...

(זר, ס'נישט קיין קללה, נאר א דזשאוק)