בלאט 1 פון 1
ליצנותא דעבודה זרה: מסכת חגא
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:00 pm
דורך יידל
די גמרא זאגט אין מגילה, כל ליצנותא אסירא בר מליצנותא דעבודה זרא. אין טינקל פונעם קומענדיגן חגא המכונה בין אנ"ש "קראצמי"ך", האב איך אפירגעקראצ"ט א פאראדיע מיטן נאמען "מסכת חגא" ווי איינער מאכט ליצנות פון אלע מאדנע מנהגים וואס די גויים פירן זיך צו טון אין דעם חגא. ליינטס און לאכטס.
מסכת חגא
שערכויך
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:04 pm
דורך נייגעריגער
הערליך! הערליך! עס האט געמאכט מיין ניטל/ניתל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 4:38 am
דורך טעפל
נייגעריגער האט געשריבן:הערליך! הערליך! עס האט געמאכט מיין ניטל/ניתל.
און מיך מיין פארמארעטען פארעגענעטען טאג!! שכוח!
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:34 am
דורך לעיקוואד
צו באמערקן וואס הרב יאשע בער סאליבייציק (ראש ישיבת ר' יצחק אלחנן) האב אמאל באמערקט, אז ווען ביי יודען וואלט געווען א מצווה צו שטעלן א קראצמח בוים, וואלט שוין געווען א גאנצע שולחן ערוך מיט הלכות ווי הויך עס מוז זיין און פון וועלכע סארט בוים און ווי מדארף עס שטעלן וכו' וכו'.
והנה זכינו..
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 3:00 am
דורך נולד מאוחר
לעיקוואד האט געשריבן:צו באמערקן וואס הרב יאשע בער סאליבייציק (ראש ישיבת ר' יצחק אלחנן) האב אמאל באמערקט, אז ווען ביי יודען וואלט געווען א מצווה צו שטעלן א קראצמח בוים, וואלט שוין געווען א גאנצע שולחן ערוך מיט הלכות ווי הויך עס מוז זיין און פון וועלכע סארט בוים און ווי מדארף עס שטעלן וכו' וכו'.
והנה זכינו..
איך כאפ נישט די עמקות פון סאליבייציק'ס ווארט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:49 pm
דורך לעיקוואד
עי' בספרו איש ההלכה וש"נ.
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 3:04 pm
דורך דעתי הענייה
איך מעג זאגן?
להבדיל די אידן שטייען בעסער?
און איך רעד נישט פון די אמת'ע הלכות (דאס אויך... אבער דאס מעג מען נישט זאגן), איך רעד פון די הלכות פון חנוכה מתנות, פורים משלוח מנות, שבועות בלומען, ועוד.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 3:36 pm
דורך געוואלדיג
פאר די וואס זוכן וואס צו טוהן מארגן נאכט.
נשלח: מאנטאג מערץ 14, 2016 7:19 pm
דורך ונבנתה העיר
אזא כשרון טרעפט מען נישט, מישט אריין אינמיטן צו די זמירות און סליחות.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 28&pgnum=1
Re: ליצנותא דעבודה זרה: מסכת חגא
נשלח: מאנטאג מערץ 14, 2016 7:50 pm
דורך קל וחומר
יעצט מסיים געווען.
א מאסט סי!!!
מ'קען אויסשמאטשקענען יעדעס ווארט.