בלאט 1 פון 1

הולכי בחירות מוותר אויף הונדרעט טאלער פון סאטמר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:49 pm
דורך לעמאן דזשוס
סאטמאר האט געגרייכט א נייע נידעריגקייט ביים פרובירן אויפצוטרייבן שטיצע צו זייער פארטיי אין הייליגן לאנד וואס פארארדנט אלע אנהענגער נישט צו גיין שטימען אין די אלגעמיינע כנסת וואלן

ווי באקאנט איז אנדערש ווי אלע פאליטישע פארטייען אינערהאלב א לאנד וואס זוכן צו קריגן ווי מער דעפוטאטן צום פארלאמענט, זוכט די פארטיי סאטמאר ווי מער מענטשן וואס ברויכן דוקא נישט קיינע רעפרעזענטאטן אינעם כנסת, בער אנדערש ווי ביי יעדע וואל סעזאן ווי זיי האבן בלויז מיט פארשידענע ליטעראטור און פאמפלעטן אויפגעטריבן שטיצע צו זייער פארטיי, דעקט די דזשערוסעלעם פאוסט אויף אז דאס מאל געפונען זיי א הארטע באדן און א שווער פעלד, דעריבער האבן די פירער פון די פארטיי געפאסט די באשלוס אז מען וועט פשוט קויפן די שטימען, אנשטאט קויפן שטימען דורך לויפן רעקלאמעס אין די ״החומה״ ״העדה״ און די ״ירושלים׳ע ווענט״ וועט מען פאר יעדע שטימע צאלן א מאה׳לע

איי, פון ווי וועט זיין די נויטיגע סכום געלט, דאס האבן שוין די לאקאלע ישיבות זיך געזארגט און פראקלאמירט פאר די בחורים א ״שקל הקדש״ קאמפיין וואס איז די פינאנציעלע פליגל פונעם פארטיי

עס איז אבער נישט גרינג, גיבן די עסקנים איבער, און דערווייל הייסט עס אז זיי האבן קיין שום איד נאכנישט איבערגערעדט צו זיך, און עס הערשט א באלדיגע סכנה אויף די הויפענעס הונדערטערס וואס וועט בלייבן אין די רענצלעך פונעם רבי׳ן ווען ער וועט אנקומען קיין ישראל, אויף דערווייל ווארט מען נאך אויפ׳ן פארטיי׳ס ספאוקספערזאן זאל ערקלערן ווי מען וועט קענען צוריקקריגן די פולע קוואדערס וואס מען האט פארטיילט דעם פארלאפענעם חנוכה ביים דאווענען

די דשזערוסעלעם פאוסט מערקט אן אז עס איז דא א מעגליכקייט אז די מדינה וועט זוכן צו ארעסטירן דעם רבי׳ן באלד ווי ער וועט באטרעטן דאס לאנד און אנקלאגן מיט עלעקשאן פראוד, אבער ווייס פון סאטמאר זאגט אז די רבי איז באשיצט דורך אומבאקאנטע סענאטארן פון אמעריקא וואס וועלן מיטפארן מיט׳ן רבי׳ן און אזוי ארום שרעקט זיך די רבי פאר גארנישט ווייל אמעריקא האט דעם רבינ׳ס רוקן