יודא גרין "Peace In My Heart"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פארווע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:57 pm
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

יודא גרין "Peace In My Heart"

שליחה דורך פארווע »

נגינה איז בכלל א סאבדזשעקט דא?...

יודא גרין האט פאריגע וואך ארויסגעגעבן זיין 3'טע אלבום Peace in my heart, אזויווי זיינע ערשטע צוויי אלבום'ס זינגט ער קרליבאך סטייל ניגונים, טייל וואס ר' שלמה האט זעלבסט קאמפאזירט, טייל זענען באזירט אויף א תנועה פון ר' שלמה, אנדערע וואס יודא האט קאמפאזירט למחצה ולשליש צוזאמען מיט אנדערע, הצד השווה שבהן אז אלע לויפן אויפן קרליבאך שניט.

איך ווער עפעס משוגע פאר דעם יודא גרין, כ'ווייס נישט גענוי וואסערע כח דער האט, אבער פון די אלע וואס זינגען קרליבאך האט ער נאך די מערסטע חן ביי מיר, ער איז אזוי ארגינעל. כ'געדענק כ'האב עם געזען זינגען ערגעץ מיט אפאר יאר צוריק נאך איידער ער איז געווארן פאפולער, די קראוד איז געווען אין די העכערע אטמאספערן פאר שעות...

טייערע ברודער מיר וועלן זיך ווייטער זעהן...
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: יודא גרין "Peace In My Heart"

שליחה דורך ידען »

איך בין נישט משוגע פאר אים, אבער ער איז פיין.

עפעס א ספעשל ניגון אויף די נייע טעיפ? א נשמת סטייל?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
פארווע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:57 pm
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: יודא גרין "Peace In My Heart"

שליחה דורך פארווע »

עפעס ספעשיל? כ'ווייס? אפשר קה אכסוף, זייער א ווארימע ניגון.

באמת האלט איך אז גארנישט קומט נישט צו צו זיין ערשטע אלבום, דארט האט ער מער ווייניגער אויסגעפאקט אלע זיינע היטס וואס ער האט אנגעזאמלט משך די יארן, די נאכפאלגענדע זענען אויך גוט, אבער דאך נישט עפעס אזעלכע היטס.

נאר פאר די וואס גלייכן עם און די סטייל ניגונים איז באמת נישט קיין גרויסע נפק"מ וואס ער זינגט, ער קען זינגען ותן בנו אויך מצידי און כ'וועל נאכאלץ קויפן זיינע אלבום'ס (ששש... זאג עס נישט פאר עם).
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: יודא גרין "Peace In My Heart"

שליחה דורך יידל »

נישט ממש. אז ער זינגט ותן בנו אי ער נישט יהודה גרין. די קונץ פון זיינע ניגונים אי אז עס איז ריין נשמה, אן קיין אריינמישעניש פון דיגיטאלע מוזיק אדער דיגעטעלייזד קולות. ער זינגט ריין ארויס פון הארף.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארווע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:57 pm
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: יודא גרין "Peace In My Heart"

שליחה דורך פארווע »

גערעכט, גוזמא קתני.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: יודא גרין "Peace In My Heart"

שליחה דורך שרגא »

זיינע סחורה זענען נאר געמאכט פאר ווער עס קען שפירן א טעם אין מוזיק אויך פון א ספיריטואלן געפיל, נוסח קומזיץ, אזוי ווי טאקע ר' שלמה'לע. אבער איך מיין טאקע אז די בעסטע סחורה האט ער שוין אהערגעשטעלט מיט די ערשטע סידי.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

Re: יודא גרין "Peace In My Heart"

שליחה דורך אךשמח »

אין זיין ערשטן סידי האט ער געהאט זיין בארימטן נשמת וואס איז א זעלטן גוטע און ווארימע ניגון, אבער זינט דאן איז ער נישט קיין סאך ווערד. אויך זיין יעצטיגע טעיפ וואס איינער פון די וואס האבן געזינגען דערויף האט מיר צוגערעדט אז ס'בעסער פון זיין פריערדיגע, זע איך נישט אז ס'זאל זיין עפעס אינטערעסאנט.

די וואס האבן נאך געקענט שלמה'ן און אפילו די וואס הערן אסאך זיינע קאסעטעס, קענען נישט הערן דעם יודא. ער איז עפעס צו פאלש.

איך האב מיר פארעקלט פון אים, ווען ער האט אנגעהויבן צו דערציילן מעשה'לעך. קאם אן. שלמה איז געווען א סופער גוטער סטארי טעלער. דו קענסט נישט, און פּאַק איין!
פארשפארט