בלאט 1 פון 4

א ווארט צו די חברי הנהלת המוסד שיחי'

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:01 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
איר האט אהיימגעשיקט מיין שכנ'ס טאכטער, צוליב דעם וואס דער טאטע אירס האט ביי א אייך א גרויסע שכר לימוד באלאנץ, וואס ער האט נישט געצאלט. איר האט אים געזאגט, אז אזוי לאנג ווי ער צאלט נישט דעם חוב, וועט זיין קינד נישט צוריקגענומען ווערן אין שולע.

איך בין נישט אנגעשטעלט ביי אייך. איך בין נישט קיין "מאכער" אדער עסקן. איך בין נישט קיין גביר. בקיצור, איך בין נישט קיין מענטש מיט השפעה, וועמענס ווארט קען עפעס אויסמאכן.

דער יונגערמאן, דער טאטע פונעם קינד, פארמאגט נישט דאס געלט. ער וויל צאלן, אבער ער קען נישט. ער ארבעט שווער -- ער טוט וואס ער קען, צו מאכן וויפיל געלט נאר מעגליך. ער טוט אלעס וואס ער קען. ער האט דעם חוב נישט געצאלט, ווייל דער דזשאב וואס ער האט ברענגט אים נישט גענוג צו קענען דעקן אלע זיינע הוצאות. דער יונגערמאן לעבט אויף א פשוט'ן סטאנדארט. ער שפענדט נישט קיין געלט אויף לוקסוס און איבעריגע זאכן. ער לעבט פשוט.

אבער די אלע זאכן ווייסט איר דאך. איך וויל אבער אנצייגן אויף א נקודה, וואס איר האט, ווי עס שיינט, פארגעסן צו נעמען אין באטראכט ביים פאסן דעם באשלוס פון אהיימשיקן זיין קינד. דער יונגערמאן איז אויפגעצויגן געווארן ביי אייך אין מוסד. זיין ווייב איז אויך א תלמידה פון אייער חינוך סיסטעם. איר האט זיי ביידן אויסגעלערנט אידישקייט, הלכה און השקפה. איר האט אבער זיי נישט אויסגעלערנט קיין פאך, קיין מיטל וויאזוי צו ברענגען פרנסה. איר האט די נושא בכלל נישט אנגערירט. איר האט זיי מחנך געווען אויף א סיסטעם אז נאכ'ן גראדואירן די חינוך אנשטאלטן, זאלן זיי חתונה האבן מיט זייער באשערטן/באשערטער, און אויפשטעלן אידישע דורות. פרנסה? דער אויבערשטער וועט שוין העלפן: "מאן דיהיב חיי, יהיב מזוני." דו טו דיינס, און אויפ'ן איבעריגן פארלאז זיך אויפ'ן אויבערשטן.

דער יונגערמאן איז אן ערליכער און א תמים -- אין דעם זינען פון גלייבן און פאלגן וואס מען האט אים געזאגט און אויסגעלערנט. ער האט חתונה געהאט און טאקע זיך באלד גענומען אויפשטעלן דורות. ער האט געזוכט א דזשאב און גענומען דעם בעסטן וואס ער האט געקענט באקומען. ער האט נישט קיין גרויסע השגות; ער לעבט אויף א פשוט'ן סטאנדארט.

וואס ווילט איר ער זאל יעצט טאן? ער פארמאגט א גרויסע פאמיליע, בליה"ר, ווייל אזוי האט מען אים/איר אויסגעלערנט. ער קען נישט מאכן מער געלט ווי ער מאכט, ווייל ער האט נישט קיין פאך/ערפארונג/דיפלאמא/קענטעניסן. ער קען נישט "דרייען", ווייל ער איז אן ערליכער און א תמים, וואס פארשטייט נישט די סוגיא אונטער דעם צויבער-ווארט "מ'עט זיך שוין אן עצה געבן." ער איז אין דעם מצב, ווייל אזוי האט איר אים מחנך געווען. וואס איז ער שולדיג, אז ער האט אלעס אנגענומען מיט אויפריכטיגער ערליכקייט, און פירט זיין לעבן פונקט ווי מען האט אים אויסגעלערנט?

דער יונגערמאן וועט מסתמא נישט שיקן אין קיין אנדערן מוסד (לו יצוייר אז ער וועט בכלל באקומען די מעגליכקייט), ווייל ער גלייבט, נאך יעצט, אז דער חינוך וואס ער האט באקומען איז דער ריכטיגער. ער קוקט עס אן ווי טייל פון זיין מסורה. קומט אים פאר דעם די בושות און ווייטאג? קומט זיך עס פאר זיין קינד?

איי, איר, דער מוסד, האט דאך טאקע נישט קיין געלט, און דעקט דעם בודזשעט, עכ"פ טיילווייז, פון שכר לימוד? נו, האבן מיר דאך אן אלטן כלל: דער אויבערשטער וועט שוין העלפן: "מאן דיהיב חיי, יהיב מזוני." איר דארפט טאן דאס אייעריגע, פירן דעם מוסד, און אויפ'ן איבעריגן פארלאזט זיך אויפ'ן אויבערשטן.

דאס זענען פשוט'ע זאכן. איך טראכט נאר אז איר האט די זאכן פארגעסן צו נעמען אין באטראכט ביים פאסן די החלטה, האב איך געקלערט סתם צו דערמאנען.I

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:44 pm
דורך יידל
אזוי פאכמאניש בארירט אזוי פיל ווייטאגליכע נקודות אין די געציילטע פאראגראפן. די בריוו דארף ווערן אדרעסירט נישט נאר צו די חברי הנהלת המוסדות, נאר אויך צו עסקנים, משפיעים, היימישע פאליסי-מאכער, ועוד הרבה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:58 pm
דורך [NAMELESS]
דיין שרייבן היציגע נושאים אן היץ, ווארעם און שיין, פשוט און ריין איז געוואלדיג!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:04 pm
דורך [NAMELESS]
איך נעם זיך ח״ו נישט אן פאר די מוסד, אבער פארוואס מאכט ער נישט וואוטשערס?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:14 pm
דורך אוהב דעת
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך נעם זיך ח״ו נישט אן פאר די מוסד, אבער פארוואס מאכט ער נישט וואוטשערס?

פשוט קאמפ. Wow האסטו גוט געזאגט
ווייל ער וויל נישט דרייען
איך האב אייביג געמיינט אז די מוסד שוקט נאר אהיים ווען זיי ווייסען קלאר אז די עלטערען ספענדען געלט אויף לוקסעס למשל פלארידע ,קאנטרי
איז דאס טאקע אזוי אדער סתם באבקעס?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:17 pm
דורך [NAMELESS]
אוהב דעת האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך נעם זיך ח״ו נישט אן פאר די מוסד, אבער פארוואס מאכט ער נישט וואוטשערס?

פשוט קאמפ. Wow האסטו גוט געזאגט
ווייל ער וויל נישט דרייען


if he has a big family and a low income job, its 100% legal. and for situations like these, the government created this program
http://en.wikipedia.org/wiki/School_voucher

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:19 pm
דורך אוהב דעת
ממי_שאמרו האט געשריבן:
אוהב דעת האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך נעם זיך ח״ו נישט אן פאר די מוסד, אבער פארוואס מאכט ער נישט וואוטשערס?

פשוט קאמפ. Wow האסטו גוט געזאגט
ווייל ער וויל נישט דרייען


if he has a big family and a low income job, its 100% legal. and for situations like these, the government created this program

כמעט קיינער מאכט נישט די פונקטלעכע נומבער וואס מדארף מאכען ,אדער אביסעל אדער אביסעל ווייניגער.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:20 pm
דורך אוהב דעת
ולעצם הענין די מוסד זאגט נישט וויפיל קינדער מזאל האבען .... און שכל קענען זיי נישט געבן....

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:26 pm
דורך berlbalaguleh
אוהב דעת האט געשריבן:ולעצם הענין די מוסד זאגט נישט וויפיל קינדער מזאל האבען .... און שכל קענען זיי נישט געבן....

אבער זיי זענען אייביג נאה דורש, אז מ'זאל זיין גוט און פרום און וואויל. זאלן זיי זיין אביסל נאה מקיים אויך.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:07 pm
דורך מאטי
סגייט נאך ווייטער לאמיר זאגן ווען סקומט צו שדוכים און דער שכר לימוד גבאי ווערט אנגעטראגן טאקע די אהיים געשיקט מיידל אדער אן אנדערן מיידל וואס האט אלס געהאט א קליען רעקארד שכר לימוד אבער דער טאטע איז א קאלעדש גרעדועיד פארשטייט זיך אז אינו דומה וד''ל נא!! מיט וועם וואלט ער זיך משדך געווען?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:13 pm
דורך קפנדריא
די נושא וועלכע דו רירסט אן איז זייער א ווייטאגליכע, און ס'איז רעכט דאס צו אדרעסירן, אבער די קוגל וואס דו מישסט דא צוזאמען לאקשן מיט קארטאפל איז פשוט הודו מיט כוש.

די ארבעט - עמפלוימענט בלע"ז ראטע ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג איז בערך ווי פאלגענד:

א טייל געלערנטע מיט הויכע אדער נידעריגע דעגריס [לאמיר נישט אנרירן די וואס מאכן נישט דורך קאלעזש, נאר פאלן ארויס ערגעץ אינדערמיט] ווערן לויערס, פראפעסארס, דאקטוירים, נוירסעס, ארכיטעקטן, קאמפיוטער פראגראמערס, טעראפיסטן, אקאונטענטס, דענקערס און קלערערס וכו'

די טיילווייז געלערנטע וועלן לאנדן אלס א טעלער אין א באנק, א לערער אין א שולע, א גראפיק דיזיינער, פאראמעדיק, מעכאניקער, סטאר קלוירק, און נאך.

די נישט געלערנטע וועלכע זענען קיינמאל אין קאלעזש נישט געגאנגען וועלן זיין רעסעפשאניסטס, קאנסטראקשאן ארבייטער, מיסט שלעפער, טרעפיק אגענטן, טעקסי דרייווער, באס טיטשער,
וועיטערס, מאשין אפערעיטארס, רייניגערס, קעשיערס, וועלפעיר באנוצער און דראג אביוזער וכדו'.

ביי אונז היימישע אידעלעך איז אביסל אן אנדערע געשיכטע, די קליינע טייל וואס לערנט זיך א פאך אין קאלעזש, אוט האוז אדער אין האוז, וועט זיך אמאל דערקלעטערן צו זיין א לויער, טעראפיסט, צומאל א נוירס אדער דאקטאר, אבער די וואס ווייסן נישטאמאל וואס א קאלעזש באדייט, וועלן ווערן ערגעץ פון אן ארכיטעקט, פאראמעדיק, אקאונטענט, ביז א באס דרייווער, קאר סערוויס דרייווער צו מלמד אדער ענגליש טיטשער, פון א ריעל עסטעיט מאגנאט, דעוועלאופער, אינשורענס אגענט, קאנטראקטאר סטאק בראוקער ביז א מעכאניקער, געשעפט/ ביזנעס אייגנטומער, מנהל, אדער קעשיער און משמש אין ביהמ"ד.

ביי די נישט היימישע איז דא א מאנטעליטעט, אז אויב ביסטו געלערנט [אין קאלעזש - פארשטייצעך, מיט א דעגרי אדער דיפלאמא] דאן האסטו אן אויסזיכט פאר א נארמאלע פרנסה, אויב נישט, ביסטו אין בעסטן פאל א שלעפער טראק דרייווער אדער וועיטער, מיט געציילטע אויסנאמען.

אנדערש איז אבער ביינונז, מיר האבן גאר אסאך ריזיגע מאגנאטן און פילאנטראפן וואס שארן מיליאנען און האבן מיט קיין קאלעזש קיין מינדעסטע שייכות נישט געהאט, די בעלי בתים און מענעזשערס פון B&H זענען אין קאלעזש נישט געגאנגען, ניטאמאל די פון אדאראמא, און אפילו רייכמאן פון טאראנטא איז אויך אין קיין קאלעזש נישט געגאנגען, ביי אונז איז דא אסאך אדרענעלין, מיט ב"ה א קאפ אויפ'ן פלאץ, צו דערצו גמ"ח'ן און גוטע פריינט וואס בארגן און העלפן צו עפענען א ביזנעס און וועלן שטיצן און מחזק זיין צו זען דעם געשעפט בליען, אזוי ארום האבן מיר פיל מיט ביזנעסער און עשירים אן קיין קאלעזש און אן קיין דעגרי, אפילו אקאונטענטס און פראפעשאנעלס האמיר וועלכע האבן זיך געלערנט בלויז פון ביכער וכדומה, מיר האבן גרויסע פארגעזש פירמעס, ריעל עסטעיט דעוועלאופער, גרויסע ביזנעסער געעפנט און געפירט דורך אינגעלייט מיט לאנגע פיאות וועלכע זענען אקארשט ארויס פון ישיבה.

די צענדליגער בענק אויף דרייצנטע עוועניו און 16'טע עוו. האלטן זיך אויף מיט 'נישט' קיין קאלעזש געלערנטע געלטער.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:36 pm
דורך יידל
קפנדריא, קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט איז בכלל נישט סינאנים מיט רייכקייט. רוב רייכע זענען רייך געווארן פון האבן זייער קאפ אויפן פלאץ און זייער ביזנעס פעיאיגקייטן. קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט גיבט פארן נישט-ביזנעס-פעאיגער מענטש (דאס הייסט, 90% פון די מענטשהייט) די מעגליכקייט צו זיך לערנען און פאך און פילפאכיג העכערן די שאנסן צו באקומען א דזשאב וואס ברעגט אריין א באקוועמע פרנסה. איך זע בכלל נישט פארוואס דאס איז אנדערש ביי א איד. א איד וואס לערנט אין קאלעדזש וועט זיך נישט בלויז "דערקלעטערן" צו זיין א לויער, טעראפיסט, צומאל א נוירס אדער דאקטאר, ער באקומט פשוט מער שאנסן פון מאכן א נארמאלן פרנסה און האבן די מעגליכקייט אויסצוהאלטן די משפחה - פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט.

איך גלייב נישט אז פשוט-קאמפליצירט קלאגט אז ביי אונז איז נישטא קיין עשירות, און דער אמת איז אז איינער וואס זוכט עשירות האט טאקע נישט וואס צו זיכן אין קאלעדזש.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:54 pm
דורך שמעקעדיג
פשוט קאמפליצירט,
דיין בריוו איז געווענדעט צו די הנהלה גשמי?
ווייל זיי זענען א באזונדערע קערפערשאפט פון די הנהלה רוחנית.
דו מישט צוזאמען טענות פון די הנהלה רוחני צו די גשמי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:55 pm
דורך מאטי
Youre right at a financial point but to us the problem stays since a non Jew who don't succeed in life has the option to stay single or to live in a trailer at Alabama for as long as he wants or send to public school but by us money or no money you have to pay 2k rent and you're married by 18 and reproduce every 1 1/2 year no matter what. And here comes the question how??

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:57 pm
דורך ניו יארק
איך פארשטיי נישט די גאנצע געטועכטס דא...???? איינער פון ענק דא האבן א ביזנעס?אויב איינער באצאלט ענק נישט, וועט עטץ אים ווייטער פארקויפן סחורה? ווי לעבנס וויכטיג עס זאל נאר נישט זיין, וועט די ענפער זיין "ניין, ניין און נאכאמאל ניין"!!! קיינער קען אזוי נישט פירן א ביזנעס! און די מוסדות התורה זענען נישט אנדערש.....!!!
סא פליז האק נישט און טשייניק, און אויב די ווילסט אים זייער העלפן - ווייל דיין שוואך הארץ גייט אויס פאר רחמנות - ווארף אים אונטער די טיר אפאר דאלער, דיין שכן וועט דיר מער דאנקבאר זיין פאר די געלט ווי פון דיין שטורימשע אשכול און קאווע שטיבעל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:00 pm
דורך זר זהב
די מוסדות האבן אלע סארטן פראגראמען, מאכן דינערס, און קיין חשבון פאר קיינעם גיבן זיי נישט. פארוואס זאל איך נישט זיין סקעפטיק ווען זיי ווילן מיר איינרעדן אז אויב איינער צאלט נישט קענען זיי טאקע נישט אנגיין? איך גלייב עס נישט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:02 pm
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:די מוסדות האבן אלע סארטן פראגראמען, מאכן דינערס, און קיין חשבון פאר קיינעם גיבן זיי נישט. פארוואס זאל איך נישט זיין סקעפטיק ווען זיי ווילן מיר איינרעדן אז אויב איינער צאלט נישט קענען זיי טאקע נישט אנגיין? איך גלייב עס נישט

ווילסט איבערנעמען די בודשעט? אויב יא האסטו א רעכט אריינצורעדן. פשוט האבן טענות אן אריינלייגען די פינגער און קאלט וואסער איז אויסדריקלעך נישט קיין גערעכטע זאך.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:03 pm
דורך משה געציל
נוי יארק האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גאנצע געטועכטס דא...???? איינער פון ענק דא האבן א ביזנעס?אויב איינער באצאלט ענק נישט, וועט עטץ אים ווייטער פארקויפן סחורה? ווי לעבנס וויכטיג עס זאל נאר נישט זיין, וועט די ענפער זיין "ניין, ניין און נאכאמאל ניין"!!! קיינער קען אזוי נישט פירן א ביזנעס! און די מוסדות התורה זענען נישט אנדערש.....!!!
סא פליז האק נישט און טשייניק, און אויב די ווילסט אים זייער העלפן - ווייל דיין שוואך הארץ גייט אויס פאר רחמנות - ווארף אים אונטער די טיר אפאר דאלער, דיין שכן וועט דיר מער דאנקבאר זיין פאר די געלט ווי פון דיין שטורימשע אשכול און קאווע שטיבעל.

וואס איז דער פארגלייך פון א ביזנעס אהער? איז דער ביזנעס דער וואס איז שולדיג אין זיין שלומזלית?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:05 pm
דורך זר זהב
נוי יארק האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:די מוסדות האבן אלע סארטן פראגראמען, מאכן דינערס, און קיין חשבון פאר קיינעם גיבן זיי נישט. פארוואס זאל איך נישט זיין סקעפטיק ווען זיי ווילן מיר איינרעדן אז אויב איינער צאלט נישט קענען זיי טאקע נישט אנגיין? איך גלייב עס נישט

ווילסט איבערנעמען די בודשעט? אויב יא האסטו א רעכט אריינצורעדן. פשוט האבן טענות אן אריינלייגען די פינגער און קאלט וואסער איז אויסדריקלעך נישט קיין גערעכטע זאך.

איך האב נישט קיין טענות. אבער איך מעג נאך אלץ וויסן אן עס איבענומען. וויפיל קומט אריין ביים כ"א כסליו דיננער? און וויפיל קומט אריין פון פריוואטע פאנדרעיזערס? הא?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:11 pm
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:די מוסדות האבן אלע סארטן פראגראמען, מאכן דינערס, און קיין חשבון פאר קיינעם גיבן זיי נישט. פארוואס זאל איך נישט זיין סקעפטיק ווען זיי ווילן מיר איינרעדן אז אויב איינער צאלט נישט קענען זיי טאקע נישט אנגיין? איך גלייב עס נישט

ווילסט איבערנעמען די בודשעט? אויב יא האסטו א רעכט אריינצורעדן. פשוט האבן טענות אן אריינלייגען די פינגער און קאלט וואסער איז אויסדריקלעך נישט קיין גערעכטע זאך.

איך האב נישט קיין טענות. אבער איך מעג נאך אלץ וויסן אן עס איבענומען. וויפיל קומט אריין ביים כ"א כסליו דיננער? און וויפיל קומט אריין פון פריוואטע פאנדרעיזערס? הא?

קוק איבער די אנהייב פונעם אשכול, דארט קוקט גראדע יא אויס ווי שרייבער האט אביסעל טענות אויף די מוסדות! האסט א קשיא וויפעל געלט די מוסדות מאכט, נישט קיין פראבלעים, עפן א פרישע אשכות דערוועגן, קען זיין אז דארט וועל איך זיין אויף דיין זייט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:16 pm
דורך זר זהב
נאכאמאל, אין דיין ענטפער האסטע געשריגן אז קיינער קען אזוי נישט פירן קיין ביזנעס אויב צאלט מען נישט.. איך בין נישט אזוי זיכער אז מ'קען דאס זאגן ביי די מוסדות.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 9:40 pm
דורך petergrifin
װאס איז דער אויפטי פון זײן אונטער דער קאנטראל פון א מוסדות און האלטן אין אײן שטיצן מיט געלט שוין פון קלײן אן מיט דער פושקע ביז מע שטארבט אלס טוט מען פאר די ״אײגענע״ מוסדות אין װען מע דארף די הילף פון די אײגענע מוסדות שרײט מען װאס הײסט מען קען אזוי נישט פירן א ביזנעס
געװאלדיג איך בין זיכער דאס איז דער װעג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 11:07 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
קפנדריא האט געשריבן:די נושא וועלכע דו רירסט אן איז זייער א ווייטאגליכע, און ס'איז רעכט דאס צו אדרעסירן, אבער די "קוגל" וואס דו מישסט דא צוזאמען לאקשן מיט קארטאפל איז פשוט הודו מיט כוש וכו'

אם דברי 'פשוט מסובך' דומים לפשטידא של תפוחי אדמה עם אטריות, אז יש לי כבר מתכון נפלא לפשטידא לכבוד שבת שקלים.