בלאט 1 פון 3

שו"ת 'לייקס' והמסתעף

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:39 pm
דורך לעמאן דזשוס
אזויווי איך בין דא היבש ניי, אנגעקומען פון אן אנדערע וועלט, אריינגעטראסקעט דא אהער, און א הייסע וואך ביי כלל ישראל (שוין ווייטער כלל ישראל) יא, ביי די וועבערמאן טרייעל (סא-מא-טוכ-ע) ווען קאווע שטיבל) ק״ש) איז געוועהן אויף האלד, און האט נישט אויפגעהויבן קיינע ביפס, קינד און קייט זענען געוועהן צוגענאגלט צום ריפרעש קנעפל חלילה נישט צו פארפאסן קיין דעטאל פון די פראצעס, כ׳מיין סוף כל סוף איז דאך דער גאנצער (וויליאמסבורגער) עולם אויפן טרייעל (באשולדיגונגס באנק) (אין דעינז'אר)

איך קום אריין אין שטיבל קיינער גריסט מיר נישט קיין גוט מארגן, נישט קיין גוט יאר, (ניטאמאל קיין גוטע מועד) איך פארשטיי אבער די מצב, טייל זענען אבלים, טייל גאר חתנים ביי די חתונה, מען יאגט זיך אריין און ארויס פון טוויטער צו ק"ש און צוריק צו אורן יניב, מען שרייט אויף די העכסטע טענער און קיינער גיבט נישט אונטער....

בטבע בינעך זייער א שטילער, צוריק געצויגענער (לאו קאנפידענס) קליינע מאס סעלף עסטיעם, און נאכנישט אהינגעגעבן די פאר טאלער פאר הורוביץ פון ספינקא פאר די באאסט. אבער אז אלע שרייען האבעך נישט קיין סטעידזש פרייט און איך שריי אריין מיינע צוויי ניקל, איך זאג אריין מיין ארעמע עניית דעתי (דאפלט איז שטערקער) און מען שרייט צוריק אנדערע זענען גראדע יא מסכים מיט מיין ארעמקייט.... ביז

פלוצלינג דערזעה איך אונטער מיין הודעה א מעלדונג, אכטונג, סוי ענד סוי האט גע׳לייקט דיין מעלדונג.... פשששש. אזאנס, געלייקט גאר...

כאב שוין געהערט פון פאללאו, ריטוויט, לייק, און אפילו גע'פינט, אבער געלייקט איז א נייע ערשיינונג. אבער העי, כ'קען מיך דערצו צופאסן, ובפרט אין אזא שווערע זמן וואס ארץ יראה ושקטה חמש מאות פרסה גיי איך נישט קיינעם באלמוטשען און אוועקנעמען טייערע צייט פון תגב'ענען ביים הויפט סאמאטוכע אשכול

אבער איצט אז די געמיטער זענען עטוואס בארואיגט, לייף סימס טו מאוו אן (ליידער) מען רעדט שוין וועגן סענדי הוק און בחירות אין ישראל, מען ווייסט שוין צוריק אז די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי א העסליכע נ"י פאוסט ארטיקל, היטלער איז סוכ״ס נישט אן די רייז אין ווענעזועלע, קען איך מיך ערלויבן צו פרעגן אפאר פראגן וואס עגבערט מיר בנוגע די 'געלייקט' מאדע:

וזה החלי, א'. איז דא עפעס א חילוק צו די האט געלייקט מספר איז מער ווי באקומען לייקס, זאגט דאס עפעס אויף דעם ניק אדער אויף די אנדערע ניקס... דהיינו אז איינער האט מער לייקס ווי ער האט געלייקט אנדערע איז טייטש אז ער איז א פשוט'ער עגאאיסט וואס פארגינט נישט אנדערע קיינע לייקס, אדער פשט איז אז ער שרייבט טאקע רוב מאל בעסער ווי וואס ער ליינט!

ב'. איז דא רולס ווען מען לייקט, אדער מען איז פריי צו טון ווי מען וויל? למשל אז איך האב ליב איינעם'ס אויסשפראך אבער איך דינג זיך מיט׳ן אינהאלט, וואס טוה איך דאמאלס, למשל איך גלייך יענקל'ס וועג פון שרייבן צומאל, אבער איך דינג זיך מיטן תוכן. איז אויב איך וועל לייקן וועט דאך זיין א חשש שלא יאמרו, און מדשתקו רבנן שמע מינה דניחא להו, און ממילא אפשר טאר איך אויף דעם פאל נישט לייקן?

ג'. איז דא עפעס א זאכליכע פאקטישע באלוינונג פאר א הויכע צאל לייקס, אדער מען דארף זיך באגנוגען מיט די פשוט'ע גוטע געפיל פון זיין באליבט דורך א פרעמדן ניק, בינו לבין קונו?

דאס איז פאר יעצט, ועוד חזון למועד.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:54 pm
דורך DotCom
חידה: וואס האט לייקס מיט מקוה אין קאממאן?

הינט: ק"ש און אייוועלט.

שלום עליכם לעמאן דזשוס!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:59 pm
דורך זר זהב
אה.. איך האב א גאנצער שו"ע מיט נושאי כלים אויף די לייק נושא. מיין מהלך איז אזוי: א גוט געשריבענע תגובה פראפעסיאנאל אראפגעלייגט קומט זיך קלאר נישט א לייק אויב דער תוכן איז נישט צו מיין געשמאק! אדרבה, אויב שרייבט ער נישט צו מיין געשמאק וואלט איך אים ענדערש געלייקט אויב ער לייגט עס נישט גוט אראפ!...

א תגובה וואס איז גוט געשריבן אדער עוורעדזש געשריבן און דער תוכן איז לרוחי, באקומט א לייק. אויב איז עס גאר שלעכט געשריבן (גראמאטיק, ספעללינג, דאטס, קאממעס) נישט!

א תגובה וואס איז סתם אזוי אינפארמאטיוו באקומט א לייק ווילאנג עס 'שמעקט נישט פון 'קיהלשאפט'. וק"ל.

א תגובה וואס מאכט מיר אשפג"ן אינסטענטלי, באקומט א לייק אפילו ס'נישט גוט געשריבן.

יעצט, וועסטע פרעגן ס'דא אזויפיל גוטע תגובות תוכן'ווייז און גוט אראפגעלייגט און דאך האב איך עס נישט גע'לייקט. וואסי פשט? עלעך דיר זאגן גיב א קוק דארט לינקס, וויפיל האט יענער גע'לייקט?

אויב האט יענער איבער די מאס מער לייקס פון וויפיל ער האט אליין גע'לייקט. גיי איך אים נישט לייקן. און ניין, נישט אלץ נקמה. זיין מהלך ווייזט מיר נאר אז ער פארשטייט נישט און אפרישיעט נישט די וואליו פון א 'לייק', איז פארוואס זאל איך וועיסטן מיין 'לייק' פאר אים?

אין א נויט ווען אזא איינער שרייבט גאר גוט און איך מוז עס לאזן וויסן, וועל איך ציטירן זיין תגובה און צולייגן א הענטעלע כזה :like ובזה יצאתי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:05 pm
דורך ניו יארק
לעמאן דזשוס האט געשריבן:ב׳ איז דא רולס ווען מען לייקט, אדער מען איז פריי צו טון ווי מען וויל, למשל אז איך האב ליב איינעם׳ס אויסשפראך אבער איך דינג זיך מיט׳ן אינהאלט, וואס טוה איך דאמאלס, למשל איך גלייך יענקל׳ס וועג פון שרייבן צומאל, אבער איך דינג זיך מיטן תוכן איז אויב איך וועל לייקן וועט דאך זיין א חשש שלא יאמרו, און מדשתקו רבנן שמע מינה דניחא להו, און ממילא אפשר טאר איך אויף דעם פאל נישט לייקן

ביי איי-וועלט איז געווען א אנקעטע א שטיק צייט צוריק אויב מען זאל דארט מאכן א "דאנק" (לייק) קנעפל צו נישט, איינע פון די אפשענס איז געווען אז מען זאל מאכן א לייק קנעפל און מען זאל קענען צושרייבן קורצע קאממענטס דערצו.
איך מיין אז עס איז גאנץ א גוטע איידיע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:11 pm
דורך געפילטע פיש
הרבה קולמסין כבר נשתברו על ענין רז זה, עיין כאן, וכאן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 5:21 pm
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:אה.. איך האב א גאנצער שו"ע מיט נושאי כלים אויף די לייק נושא. מיין מהלך איז אזוי: א גוט געשריבענע תגובה פראפעסיאנאל אראפגעלייגט קומט זיך קלאר נישט א לייק אויב דער תוכן איז נישט צו מיין געשמאק! אדרבה, אויב שרייבט ער נישט צו מיין געשמאק וואלט איך אים ענדערש געלייקט אויב ער לייגט עס נישט גוט אראפ!...

א תגובה וואס איז גוט געשריבן אדער עוורעדזש געשריבן און דער תוכן איז לרוחי, באקומט א לייק. אויב איז עס גאר שלעכט געשריבן (גראמאטיק, ספעללינג, דאטס, קאממעס) נישט!

א תגובה וואס איז סתם אזוי אינפארמאטיוו באקומט א לייק ווילאנג עס 'שמעקט נישט פון 'קיהלשאפט'. וק"ל.

א תגובה וואס מאכט מיר אשפג"ן אינסטענטלי, באקומט א לייק אפילו ס'נישט גוט געשריבן.

יעצט, וועסטע פרעגן ס'דא אזויפיל גוטע תגובות תוכן'ווייז און גוט אראפגעלייגט און דאך האב איך עס נישט גע'לייקט. וואסי פשט? עלעך דיר זאגן גיב א קוק דארט לינקס, וויפיל האט יענער גע'לייקט?

אויב האט יענער איבער די מאס מער לייקס פון וויפיל ער האט אליין גע'לייקט. גיי איך אים נישט לייקן. און ניין, נישט אלץ נקמה. זיין מהלך ווייזט מיר נאר אז ער פארשטייט נישט און אפרישיעט נישט די וואליו פון א 'לייק', איז פארוואס זאל איך וועיסטן מיין 'לייק' פאר אים?

אין א נויט ווען אזא איינער שרייבט גאר גוט און איך מוז עס לאזן וויסן, וועל איך ציטירן זיין תגובה און צולייגן א הענטעלע כזה :like ובזה יצאתי.

אבער זר וואלסט נישט געוואלט אז די יעניגע וואס האבן דיר געלייקט וואלטן אויך געהאט אזאלכע פשעטליך פארן דיך לייקן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 5:23 pm
דורך קופערניקוס
DotCom האט געשריבן:חידה: וואס האט לייקס מיט מקוה אין קאממאן?

הינט: ק"ש און אייוועלט.

שלום עליכם לעמאן דזשוס!


מיר חלשן...... נו?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:19 pm
דורך קאווע טרינקער
טייערע לעמאן,
א לייק איז ווי א לעמאן, ווי מער דו ביסט משקיע, דו קוועטשט דעם לייק, אלץ מער דשזאס רינט ארויס.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:41 pm
דורך געפילטע פיש
קופערניקוס האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:חידה: וואס האט לייקס מיט מקוה אין קאממאן?

הינט: ק"ש און אייוועלט.

שלום עליכם לעמאן דזשוס!


מיר חלשן...... נו?

מ'טאר זיך נישט ווייקן דערין, גע'טובל'ט און ארויס. אויב ליגט מען אין דעם צו סאך איז יצא שכרו בהספידו...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:10 pm
דורך לעמאן דזשוס
געפילטע פיין, אבער ווי ליגט עס אינעם הינט באגראבן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:20 pm
דורך לעמאן דזשוס
זר, מאכסט מיר פאר א שואל כענין, זע׳ענדיג דיין געוואלדיגע משיב כהלכה

דיין צוגאנג צו די שאלה באזארגט מיר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 8:11 pm
דורך DotCom
קופערניקוס האט געשריבן:מיר חלשן...... נו?

סארי... מיין פאולט, איך האב אנגענומען מיט א פשטות אז דער עולם וועט כאפן דעם דזשאוק האב איך עס ניטאמאל געשריבן,

עניוועי, ביידע ווערן רוב מאל געפענט דורך נייע מעמבער'ס (נישט וואוסענדיג אז עס איז שוין אסאך אויסגעשמועסט געווארן), אין אייוועלט ווען מען פלעגט זעהן א מקוה אשכול האט מען געוואוסט אז א נייער ניק איז צוגעקומען.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 1:53 pm
דורך קאווע טרינקער
שבתי וראיתי, אז אמאל, חדשים צוריק, ווען קאווע האט נאך נישט געהאט אזויפיל באנוצער, איז 10 לייקס געווען ממש די שיא. דערפאר קען מען זעהן נייע ניקס וואס אקיומילעיטן צענדליגע לייקס כמעט אזוי סאך ווי די מספר ההודעות, צוליב די ריבוי עם ברוך השם.
אפשר טאקע איז דא דער מקום מעורר צו זיין פאר די נייע ארוםצוקוקען אין די ארכיוון, און לייק'ן אביסעל.
איך מיין נישט קיינעם אויסער מיך...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:53 pm
דורך יואליש
לייקן איז ווי א אינשורענס פאליסי פאר אן אגענט. יארן נאכן שרייבן א תגובה, פארדינט מען נאך אזוי בהיסח הדעת א לייק טשעקל אין די אישי פאסט באקס. אזא רעזידועל אינקאם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:52 pm
דורך ונבנתה העיר
זר זהב האט געשריבן:אויב האט יענער איבער די מאס מער לייקס פון וויפיל ער האט אליין גע'לייקט. גיי איך אים נישט לייקן. און ניין, נישט אלץ נקמה. זיין מהלך ווייזט מיר נאר אז ער פארשטייט נישט און אפרישיעט נישט די וואליו פון א 'לייק', איז פארוואס זאל איך וועיסטן מיין 'לייק' פאר אים?

זאגט נישט די סברא פארקערט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:11 pm
דורך זר זהב
ניין, ווייל אויב וואלט ער פארשטאנען וואס א לייק מיינט פאר א צווייטן ושרייבער וואלט ער זיכער געטראפן מער תגובות וואו אריינצואווארפן א לייק.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:15 pm
דורך ונבנתה העיר
סאו דו מיינסט צו זאגן אז ער פארשטייט נישט די וואליו וואס א לייק האט פאר דער וואס באקומט איהר.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:18 pm
דורך זר זהב
איך מיין צו זאגן אז ער אפרישיעט לכאורה נישט צופיל א ''לייק'', ווייל אויב יא וואלט ער פארשטאנען אז א צווייטער וואלט אויך הנאה געהאט פון א לייק. איז אויב אזוי, פארוואס זאל איך וועיסטען פאר אים א לייק? ביי מיר האט עס א וואליו.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:51 am
דורך ראשעקאל
דריי זייער גיטע מעלות פון די לייקס סיסטעם וואס איך טראכט יעצט פון

1. ס׳געט חיזוק פאר די שרייבערס און מאכט גרינג צו מחזק זיין, אן דארפען שרייבן תגיבות, און אן מ'זאל אנפילן די אשכול מיט שקויעך'ס. למשל, ביי וועבערמאן סו-מא-טא-כע (קרעדיט לעמאן זשאס) האב איך א גאנצע צייט געברענגט לינק'ס צו אלע פרישע ריפארט'ס. יא, איך האב געוואלט מ'זאל עס אפרישיעיטען, און ניין, מ'האט נישט געדארפט אנפילן די אשכול מיט שקויעך'ס

2. אז איינער וויל האבן גרויסע נאמבערס ביי זיין פראפייל איז נישט אינטערסאנט וויפיל תגיבות ערהאט געשריבען. מ'איז מער מחשיב לייקס. קיינער זאל נישט לייקענע"ן אז יעדער וויל זיין אנערקענט און ארויפגעקיקט. מער לייקס איז חשובער ווי מער תגיבות. סאו שטרענגט מען זיך מער אן. יא, איך וועל מודה זיין, געניג מאל וואס איך האב געשריבען א תגובה און איך האב שוין געהאלטען ביי "שיקן" האב איך מחליט געוועהן צו צוצולייגען נאך אפאר מינוט ארבעט וויסענדיג אז מ'וועט ווייזן אפרישיעישען מיט לייקס

3. די "לייקס ראנגען" קנעפל. מיט איין דריק קען מען זעהן די מערסט געלייקטע תגיבות. זייער ניצבאר. toplist.php

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:58 am
דורך זר זהב
סארי ראשעקאל פארן' נישט לייקן דיינע ליקוטים, ס'געווען פיהל מיט שנאת ישראל. האבעך נישט געקענט. בתקוה להבנה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:01 am
דורך טעפל
ענק האבען מיר נאר מער צומישט מיט ענקער הסברים אויף ווען צו לייקען, שוין איך וועל ממשיך זיין צו לייקען ווען אידען זאגען גוטע ווערטער און א גוטע תגובה אויך געבען ווען ס'פעהלט אויס...
קוקטס די חילוק ביי מיר:
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:26 am
דורך געוואלד געשריגן
טעפל האט געשריבן:ענק האבען מיר נאר מער צומישט מיט ענקער הסברים אויף ווען צו לייקען, שוין איך וועל ממשיך זיין צו לייקען ווען אידען זאגען גוטע ווערטער און א גוטע תגובה אויך געבען ווען ס'פעהלט אויס...
קוקטס די חילוק ביי מיר:
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל


To be fair, you've given more likes than comments

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:08 am
דורך טעפל
געוואלד געשריגן האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:ענק האבען מיר נאר מער צומישט מיט ענקער הסברים אויף ווען צו לייקען, שוין איך וועל ממשיך זיין צו לייקען ווען אידען זאגען גוטע ווערטער און א גוטע תגובה אויך געבען ווען ס'פעהלט אויס...
קוקטס די חילוק ביי מיר:
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל


To be fair, you've given more likes than comments

גערעכט איז גערעכט, איך פלעג אנשטאטס תגובות געבען לייקס, כ'האב שוין אנגעהויבן געבן תגובות בנוסף צו די לייקס.
אפשר שרייבסטו אידיש???