בלאט 1 פון 1
יא אדער נישט נעמען שטאטישע פראגראמען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 12:48 am
דורך אךשמח
דער נושא איז אן אריכות גדול, אבער האט זייער א קלארער ענטפער. פוק חזי וואס דער עולם טוט. דער איבערוויגנדער ציבור איז אנגעוויזן און זייער מקור החיות איז אנגעהאנגען אין די פילע שטאטישע און פעדעראלע פראגראמען.
איך פאר מיר האב דעם אלטן כלל אז מען געט, נעמט מען, און איך פיר זיך מיט דעם מהלך מיט אלע חומרות.
ס'דא וואס זאגן אז דאס איז עפעס א סתירה מיט אמונה ובטחון, ווייל נאך אלעם איז ב"ה זייער ווייניג שייך אז מען זאל זיך האלטן מיטן אמת בעת'ן אריינגעבן די דאקומענטאציע, אבער רעדנדיג מיט דיינים איבער דעם ענין האט קיינער נישט געזאגט אז מען זאל אויפגעבן דערויף...
פון די אנדערע זייט איז זיין אנגעוויזן אויף די פראגראמען אן אפהאלט פון ווייטער וואקסן, ווייל מ'קען דאך נישט פארדינען מער אויף די ביכער ווייל מ'וועט דאך דורכדעם פארלירן פון פוד סטעמפס וכדו'.
Re: יא אדער נישט נעמען שטאטישע פראגראמען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:10 am
דורך שמואל הלוי
איך קען עטליכע אידן וואס זיי וועלן ענדערש שטארבן פון הונגער ווי איידער נעמען די פראגראמען, ניטאמאל טעקס-רעטורן נעמען זיי.
Re: יא אדער נישט נעמען שטאטישע פראגראמען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:13 am
דורך יידל
אךשמח האט געשריבן:פון די אנדערע זייט איז זיין אנגעוויזן אויף די פראגראמען אן אפהאלט פון ווייטער וואקסן, ווייל מ'קען דאך נישט פארדינען מער אויף די ביכער ווייל מ'וועט דאך דורכדעם פארלירן פון פוד סטעמפס וכדו'.
אך, דאס איז דאך די נקודת הדברים. איך קען א איד וועלכע זאגט אפ יערליך זיין באס' באנוס, ווייל ער וויל נישט פארלירן די שטאטישע נדבות. לוינט עס? אפשר שארט טערם לוינט זיך עס אים, אבער לאנג טערם טוט ער זיך נאר שאדן.
Re: יא אדער נישט נעמען שטאטישע פראגראמען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:20 am
דורך שמואל הלוי
פון א באנוס פארלירט מען נאכנישט קיין פוד סטעמפס, דער איז סתם א קליינקעפיגער... ווען מען רענולט די פוד סטעמפס דארף מען ניטאמאל איינגעבן די באנוסער.
Re: יא אדער נישט נעמען שטאטישע פראגראמען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:24 am
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:פון א באנוס פארלירט מען נאכנישט קיין פוד סטעמפס, דער איז סתם א קליינקעפיגער... ווען מען רענולט די פוד סטעמפס דארף מען ניטאמאל איינגעבן די באנוסער.
לעגאל אדער פראקטיש?
Re: יא אדער נישט נעמען שטאטישע פראגראמען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:25 am
דורך שמואל הלוי
ביידע
Re: יא אדער נישט נעמען שטאטישע פראגראמען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:42 am
דורך chasid
שמואל הלוי האט געשריבן:פון א באנוס פארלירט מען נאכנישט קיין פוד סטעמפס, דער איז סתם א קליינקעפיגער... ווען מען רענולט די פוד סטעמפס דארף מען ניטאמאל איינגעבן די באנוסער.
און וואס איז מיט א רעיס וואס אזויפיל זאגן אפ וועגן די פראגראמען?
Re: יא אדער נישט נעמען שטאטישע פראגראמען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:47 am
דורך שמואל הלוי
אויך נאריש, ווייל רוב מאל איז די רעיס צווישן 50 סענט און א דאלער מער א שעה, וואס מאכט אויס אויפן פוד סטעמפס אפשר 5 צו 10 דאלער ווייניגער א חודש, אבער באקומען באקומט מען לכבוד די רעיס מער ווי 10-5 א חודש.
Re: יא אדער נישט נעמען שטאטישע פראגראמען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:51 am
דורך קרעמער1
שמואל הלוי האט געשריבן:איך קען עטליכע אידן וואס זיי וועלן ענדערש שטארבן פון הונגער ווי איידער נעמען די פראגראמען, ניטאמאל טעקס-רעטורן נעמען זיי.
איך ווייס אויך פון אן ערליכער איד וואס פלעגט האבן ממש מסי"נ נישט נהנה צו זיין פון די שטאט. אבער לדעתי איז דאס נישט געמאכט פאר יעדעם, אויב מען קען זיך נישט אויסקומען אן דעם מוז מען נעמען!
מען טאר נישט מצער זיין די פאמיליע צוליב דעם. און מען ברויך אינאכט נעמען אז מען נעמט בלויז צוריק די אייגענע רויבערישע שטייערן וואס מען צאלט. און אויב דו וועסט עס נישט נעמען וועט עס א צווייטער באקומען.
Re: יא אדער נישט נעמען שטאטישע פראגראמען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 3:02 pm
דורך זר זהב
איך נעם פוד סטעמפס אומלעגאל אזוי קאווער איך די אומלעגאלע טיקעטס וואס איך באקום פון די סיטי'ס געשטאפא וואס פאלאוען א טיקעט קוואטע.
די אלע וואס זאגן אז ס'דא א שאלה פון גניבה דאס האט לכאורה נישט קיין האפט, די פיי סאמעך איז שוין אין קאסע נאך פאר איר האט אפילו אפלייט פאר עס! ס'ווארט אז איינער זאל עס קומען אפנעמען.
Re: יא אדער נישט נעמען שטאטישע פראגראמען?
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 3:16 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:איך נעם פוד סטעמפס אומלעגאל אזוי קאווער איך די אומלעגאלע טיקעטס וואס איך באקום פון די סיטי'ס געשטאפא וואס פאלאוען א טיקעט קוואטע.
די אלע וואס זאגן אז ס'דא א שאלה פון גניבה דאס האט לכאורה נישט קיין האפט, די פיי סאמעך איז שוין אין קאסע נאך פאר איר האט אפילו אפלייט פאר עס! ס'ווארט אז איינער זאל עס קומען אפנעמען.
גיב אבוואכט וואס דו שרייבסט, זיי קענען אידיש אויך.
אמאל ווען די אף בי איי האט ארעסטירט א איד רח"ל, האט א ארומיגער בחור'ל געפרעגט איינעם פון די חברה "יו ספיק אידיש"? האט ער צוריקגעפרעגט אין אידיש "דו קענסט"?