בלאט 1 פון 1

ווייסע שורות אויף די נעגל, וואס ווייזט דאס??

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
די חיד"א אין ספר דבש לפי (מערכת צ) שרייבט ער בשם גורי האריז"ל, אז טיילמאהל ווערט ווייסע שורות אויף די נעגל, אז דאס איז א גוטע סימן, אדער אז ער האט געהאט א גזירה און ער איז ניצל געווארן.

למען דעת

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:03 pm
דורך למדן
איך האב זייער הנאה פון דיין קורץ און שארפע למען דעת ארטיקלען, נישט צו לאנג און צודערזאך
כ'האב נאר געוואלט וויסן וואס גייט אריין אין די סעריע פון למען דעת און וואס נישט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:08 pm
דורך [NAMELESS]
למדן האט געשריבן:איך האב זייער הנאה פון דיין קורץ און שארפע למען דעת ארטיקלען, נישט צו לאנג און צודערזאך
כ'האב נאר געוואלט וויסן וואס גייט אריין אין די סעריע פון למען דעת און וואס נישט


אזוי ווי דו האסט געשריבן. קורצע און שארפע ידיעות

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:10 pm
דורך יידל
כ'מיין אז היינט זאגן די דאקטוירים אז עס קומט פון האבן צו ווייניג אייזן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:15 pm
דורך למדן
כ' מיין צו פרעגן פארוואס איז עס נישט פון די סעריע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
גערעכט. מיין טעות

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:42 pm
דורך נולד מאוחר
יידל האט געשריבן:כ'מיין אז היינט זאגן די דאקטוירים אז עס קומט פון האבן צו ווייניג אייזן.

האב געדודל געפילטע וועט באלד ברענגען א לינק. עז אלוועס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 6:44 pm
דורך מ גפני
יידל האט געשריבן:כ'מיין אז היינט זאגן די דאקטוירים אז עס קומט פון האבן צו ווייניג אייזן.


די זעלבע סיבה ווי פאר ווייסע פלעקן אויף די ציין?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:04 am
דורך לעיקוואד
וואס איז מיט ולא תנחשו?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 4:30 pm
דורך קאווע טרינקער
כדי ס'זאל קיין סתירה זיין, אפשר לומר:
אפשר רעד די חיד"א פון ספרדישע נעגל וואס קומט נארמאל צו זיין שווארץ

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:28 pm
דורך נולד מאוחר
לעיקוואד האט געשריבן:וואס איז מיט ולא תנחשו?

די סימן ביים ברינים פון אליעזר עבד אברהם יוכח.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:43 pm
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:כ'מיין אז היינט זאגן די דאקטוירים אז עס קומט פון האבן צו ווייניג אייזן.

האב געדודל געפילטע וועט באלד ברענגען א לינק. עז אלוועס.

וויל איר דאך נישט אנטוישן, נאדיר א לינק.
יידל, איך האב גראדע אלעמאל געוויסט אז ס'קומט פון ווייניג קאלציום, אבער ערעב וויקיפידיע זאגט אז ס'קומט פון מיינער אינדזשערי צום שורש פונעם נאגל, אדער פון ווייניג פאטאסיום.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:34 am
דורך לעיקוואד
נולד מאוחר האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:וואס איז מיט ולא תנחשו?

די סימן ביים ברינים פון אליעזר עבד אברהם יוכח.

לא יוכיח אלא אדרבה יוכיח שזה אסור, כפשטות הגמרא. וכבר האריכו בזה המפרשים והפוסקים ולא העלו דבר ברור,, עכ"פ מידי חשש לא יצאנו. וכ"ש לשיטת הרמב"ם שכל הדברים האלו הבל ואין בם מועיל, שבוודאי נכנס לחשש זה...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:58 am
דורך איחוד פעלד
איך מיין עס איז א סימן אויף חטאת נעורים, סימנא מילתא עס איז דאך ווייס....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:50 am
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:כ'מיין אז היינט זאגן די דאקטוירים אז עס קומט פון האבן צו ווייניג אייזן.

האב געדודל געפילטע וועט באלד ברענגען א לינק. עז אלוועס.

וויל איר דאך נישט אנטוישן, נאדיר א לינק.
יידל, איך האב גראדע אלעמאל געוויסט אז ס'קומט פון ווייניג קאלציום, אבער ערעב וויקיפידיע זאגט אז ס'קומט פון מיינער אינדזשערי צום שורש פונעם נאגל, אדער פון ווייניג פאטאסיום.

כ'מיין אז דער ערעב וויקיפעדיע איז זיך טועה.

אויף ליווסטראנג האט איך געפונען געשריבן אזוי:

Vitamin and mineral deficiencies often lead to changes in the nails. A deficiency in zinc results in white spots or streaks on the nail. If you're iron deficient, that can lead to anemia. A common symptom of anemia is pale or white nail beds. You can increase your intake of zinc and iron through meat consumption. Cooking in iron pots and pans can also increase your iron intake.

אבער אויף וועב-מד שטייט אביסל אנדערש:

Pale white nails may be caused by nutritional disorders, such as anemia or zinc deficiency, or other medical problems.

White specks, spots, or bands (leukonychia) in the nail are common with mild injury. You may not even have been aware of the injury. These marks can last for weeks or months and go away on their own without any treatment.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:38 am
דורך געפילטע פיש
יא, ערעב וויקי זז"ג מאכט אויך טעותים, ער איז דאך נאר א מענטש, אבער דאס אלעס איז וואס די נארישע סייענטיסטן און טעקנישענס מיינען אז דאס פאראורזאכט די ווייסע פלעקן, אבער מיר יידן ווייסן די אמת אז די סיבה איז א גזר דין וואס איז אפגעטוהן געווארן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 4:40 pm
דורך נולד מאוחר
לעיקוואד האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:וואס איז מיט ולא תנחשו?

די סימן ביים ברינים פון אליעזר עבד אברהם יוכח.

לא יוכיח אלא אדרבה יוכיח שזה אסור, כפשטות הגמרא. וכבר האריכו בזה המפרשים והפוסקים ולא העלו דבר ברור,, עכ"פ מידי חשש לא יצאנו. וכ"ש לשיטת הרמב"ם שכל הדברים האלו הבל ואין בם מועיל, שבוודאי נכנס לחשש זה...

והאמר רב: כל נחש שאינו כאליעזר עבד אברהם וכיונתן בן שאול אינו נחש!" ופירש רש"י שם " כל נחש שאינו - סומך עליו ממש כאליעזר עבד אברהם שאם תשקני אדבר בה ואם לאו לא אדבר בה"
די חיד"א איז לכוארה אינטער די קאטיגאריע. ווייל סאיז נישט שייך "ואם לאו לא"

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:25 pm
דורך נייגעריגער
איחוד פעלד האט געשריבן:איך מיין עס איז א סימן אויף חטאת נעורים, סימנא מילתא עס איז דאך ווייס....

סתם געהאקט! האסט א ראי' אדער מקור?

נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:33 pm
דורך boxcover
נייגעריגער האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:איך מיין עס איז א סימן אויף חטאת נעורים, סימנא מילתא עס איז דאך ווייס....

סתם געהאקט! האסט א ראי' אדער מקור?

די נעגל ווערט ווייס ווען מ'האקט סתם?