בלאט 1 פון 2
איז דא א חילוק צווישן די היימישע סוט געשעפטן?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:07 pm
דורך יושב קרן
א גוטן. איך קען נישט היסטאריע אזוי גוט, אויב קען איך געסס'ן גוט איז לכאורה ראטה קלאדינג דער עלצטער סוט געשעפט, יא? עניוועי די מערסט באקאנטע איז אלעמאל געווען זינט איך געדענק G&G, זיי האבן מסתם פארקויפט אין די גוטע צייטן מער סוטס ווי אלע קאנקורענטן צונאזאם. זיי זענען אייביג געווען דאס ביליגסטע, אין דוכשנוטליך זענען זייערע פרייזן געווען האלב די סומע פון די טייערע זינגער געשעפט.
ס'דא אויך גאנץ באקאנט שוין יארן דער ליע עוו קלאדינג, ער איז אויך אלעמאל געווען טייערער פון GG אבער נישט ווי זינגער. אין בארא פארק איז דא ריינהאלד, כתר און מסתם נאך עטליכע וואס איך בין נישט באקאנט.
איך בין אייביג געגאנגען פארשטייט זיך מיט GG דאס ביליגסטע און גאנץ שיין (לויט וויפיל איך פארשטיי) דורך די יארן פלעג איך הערן אז זינגער איז טייערער ווייל זיי מאכן עפעס גאר א שיינער פיט, איך האב נישט געזען וואס איז ראנג מיט מיין GG פיט. ריינהאלד, פלעגט מען שמועסן, האט די בעסטע בעקישעס, טאקע אזוי? כ'ווייס נישט. די לעצטע פאר יאר איז אויך צוגעקומען GB, כ'ווייס נישט דער חילוק צווישן זיי און GG. עכ"פ לעצטענס ביניך אריין אין GG קויפן א נייעם סוט אויף א ''מעגע סעיל''... איך האב געמיינט אז איך גיי צאלן ביים מעגע סעיל 125- 150. ניין, 190 דאלער ביים סעיל.. איך פרעג מיט וואונדער וואס איז די רעגולערע פרייז? 255 איז דער ענטפער. WOW
קען זיין איך בין סטאק אין די פעסט (דער 'פ' מיט א פינטל) אויב GG קאסט שוין 255 אפשר לוינט שוין פרובירן דער גוטער פיט פון זינגערס?... אדער די יוניקנעס פון ליע עוו קלאדינג (אייגענטליך וואס איז די יוניקנעס פון ליע עוו? איך האב קיינמאל נישט געהערט)
א באקאנטער אין איינע פון די געשעפטן האט מיר איינמאל אזאג געטון סאמטינג טו דיס אפפעקט "דו מיינסט ס'דא א חילוק פון איין געשעפטן ביזן צווייטן? זינגערס האט אונז אמאל גערופן פרעגן צו אונז האמיר איבעריגע סחורה, ער איז עפעס אויסגעלאפן"... עפעס אזוי.
מיין פראגע איז צו די אלץ-ווייסער'ס. איז באמת דא א חילוק פון איין געשעפט צום צווייטן? פארוואס איז איינער גאר טייערער און דער צווייטער ווארפט סחורה פאר סך ביליגער? (היינט שוין טאקע נישט צו סך ביליגער ליידער) און בכלל וואו האט דער עולם גוטע עקספיריענס?
נאר גוטע עקספיריענס ביטע. נישט בארעדן קיינעם. ס'איז א פאזיטיווער אשכול. א דאנק.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:18 pm
דורך יתרו
דו פרעגסט אויב עס איז דא א חילוק צווישן G&G און G&B,
יא עס איז דא א גרויסע חילוק, איינס צורייסט זיך נאך איין וואך און די צווייטע נאך צוויי וואכן,
איינס ווערט גרין ווען עס ווערט אפגענוצט, און איינס ווערט גרוי, (גאנץ ענליך),
וכהנה וכהנה איז די חילוקים רבים אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:25 pm
דורך יושב קרן
גראדע האב איך געוואלט הערן מער דער חילוק GG ווערסעס זינגער ווערסעס ליע עוו קלאדינג. און אגב, איך וואלט ענדערש געקויפט די סוט וואס ווערט גרוי ווי איידער די וואס ווערט גרין, שוין איינמאל א חילוק... אבער ליצנות אין א זייט געלייגט ביטע.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:28 pm
דורך יתרו
וואס איז פשט פון דיין ניק ?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:32 pm
דורך יושב קרן
כ'בין א ווינקל זיצער, אזוי האב איך נישט מורא אז איינער מאכט אפשר פאני פעיסעס אין בעק פון מיר.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:33 pm
דורך איך אויך
רירסט אן א נקודה, די G&G "מעגע סעיל" איז איין שטיק אחיזת עינים, אלטע סחורה פאר געשוואלענע פרייזן, איך בין נישט זיכער אויב ביי G&B איז די זעלבע אבער אויב געדענט איך גוט איז ביי זיי יא שטיקל עכטע סעיל.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:36 pm
דורך ניו יארק
יושב קרן האט געשריבן:כ'בין א ווינקל זיצער, אזוי האב איך נישט מורא אז איינער מאכט אפשר פאני פעיסעס אין בעק פון מיר.
געווענליך ווערט א סוט גאנץ שנעל גרין ווען מען זיצט אין ווינקעל
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:23 am
דורך [NAMELESS]
יתרו האט געשריבן:ידי פרעגסט אויב עס איז דא א חילוק צווישן G&G און G&B,
יא עס איז דא א גרויסע חילוק, איינס צורייסט זיך נאך איין וואך און די צווייטע נאך צווי וואכען,
ם
איך ווייס נישט וועם די מיינסט, אבער אין מיין עקספיריענץ האלט זיך GG נאנט צו א יאר און GB קוים אפאר חדשים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:45 am
דורך נולד מאוחר
זינגערס האט סאך א טייערע און בעסערע סחורה.
די צייט פון דריי gg האלט איין זינגער.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:53 am
דורך זר זהב
ראשעקאל האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:ידי פרעגסט אויב עס איז דא א חילוק צווישן G&G און G&B,
יא עס איז דא א גרויסע חילוק, איינס צורייסט זיך נאך איין וואך און די צווייטע נאך צווי וואכען,
ם
איך ווייס נישט וועם די מיינסט, אבער אין מיין עקספיריענץ
האלט זיך GG נאנט צו א יאר און GB קוים אפאר חדשים
וועגן GB ווייסיך נישט. גייסט מיר אבער זאגן אז די GG קונים קויפן יעדעס יאר א פרישן סוט? איך קויף דאס נישט! (נאו פאן...)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:19 am
דורך טעפל
ראשעקאל האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:ידי פרעגסט אויב עס איז דא א חילוק צווישן G&G און G&B,
יא עס איז דא א גרויסע חילוק, איינס צורייסט זיך נאך איין וואך און די צווייטע נאך צווי וואכען,
ם
איך ווייס נישט וועם די מיינסט, אבער אין מיין עקספיריענץ האלט זיך GG נאנט צו א יאר און GB קוים אפאר חדשים
לאו דוקא, מיין עקספיריענס איז געווען פארקערט, כ'האב דעלמאטס גערעדט מיט מיין שוואגער ער האט א משנתו סדורה וואס מ'קויפט ביי GB און וואס מ'קויפט ביי GG רעקל, בעקיטשע וכדומה.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:59 am
דורך outspoken
אין די צייטען ווען די אקאנעמי איז געווען גוט, האט מען געקויפט מער סוטס, האבן זיי בכלל געקענט געבען פאר ביליגער, און די סעילס זענען געווען פטור צו ווערן די אלטע סחורה און מאכען פלאץ פאר די נייע. היינט צוטאג קויפט מען אסאך ווייניגער, מאכען זיי די עיקר ביזנעס ביים סעיל, דערפאר איז שוין נישט דא קיין מציאות.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:12 am
דורך איך אויך
דאס וואס איך זאג די "מעגע סעיל" איז ס"ה א אויגן-פארבלענדעניש ,ווילסט פארקויפן סוטס געזונטערהייט אבער טוה עס ביושר אן קיין טריקס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:22 am
דורך קפנדריא
איך קען ישט גלייבן אז דו האסט פארזען די אלעמען באקאנטע 'פראנקפורטער' אנצוג געשעפט, בשעת ראטה האט גערעכנט פאר די זעלבע אנצוג בלויז הונדערט מיט צוואנציג, און ביי נייע קאנקורענטן 'זופניק' קלאודינג [ע"ה] און G&G איז מען אפגעקומען מיט א בלויזן הונדערטער, דענסטמאל ווען איינער האט זיך געוואלט דערקלערן ראש הקהל האט ער געמוזט צום ערשט האבן אמווייניגסטנס א 'פראנקפורטער' סוט [א סגן ראש הקהל האט זיך געקענט דורכרוקן 'בלויז' מיט א זינגער סוט].
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:24 am
דורך signout
די מעגא סעיל איז צו ריקען סחורה, פארשטייט זיך אז די אלטע סחורה גייט פאר אסאך ביליגער ווי די נייערע, עס זענען פאראן קאטאגאריעס פין פרייזן, דאס איז ביי ביידע סטארס
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:26 am
דורך signout
איך וואלט געקויפט ביי זשי ענד זשי אפילו זיי וואלען געווען טייערער פין זינגער, איך גלייך זייערע סוטס אין סערוויס, (אין צוגאב וואס זיי האבען בשנים קדמניות אראפגעברענגט די פרייזן אין די גיטע צייטן)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:39 am
דורך זר זהב
signout האט געשריבן:די מעגא סעיל איז צו ריקען סחורה, פארשטייט זיך אז די אלטע סחורה גייט פאר אסאך ביליגער ווי די נייערע, עס זענען פאראן קאטאגאריעס פין פרייזן, דאס איז ביי ביידע סטארס
נישט אמת. ביים איצטיגן סעיל האבן זיי איין פרייז
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:26 pm
דורך ישמעאל הכהן
GB'ס טאשן אין די וועסטלעך זענען צו טיעפ פאר מיינע נערווען. איך מוז אריינשטעקן דאס גאנצע האנט ארויסצונעמען דאס קעמעל. איך בין צוריק צו GG נאך די סאמאטוכע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:32 pm
דורך פיקציע
עס איז פארהאן א גרויסע חילוק פון GG GB און לי קלאודינג - זינגער, איך קויף ביי אלע פון זיי
GG: שנעלערע און בעסערע סערוויס, א גרעסערע אויסוואל פון דעזיינס
GB: איז כמעט די זעלבע ווי GG, מיט די סערוויס ווענד זיך ווי ס'איז מער אנגעלייגט
זינגער: בעסערע פיט, שטארק און שיינע סחורה (ספעציעל די 100% וואל)
לי קלאודינג: האט א ברייטערע פיט, שטארקע סחורה
אסאך מענטשן גלייכן נישט זינגערס פיט וועלכע איז ממש אויפן פיגער פונעם מענטש, מאכענדיג כמעט אומעגליך צו האלטן א פושקע ציגארעטן אין ביזעם טאש אן דעם וואס עס זאל זיך ארויסשטעקן. בעת וואס אנדערע גלייכן נישט לי עוועניו'ס פיט וועלכע איז פאר זיי צו ברייט.
ווען איך זיך איינצוהאנדלען א סוט איינס צווי נוץ איך GG אדער GB, איך באזוך קודם איינעם אויב איז ער צו אנגעלייגט גיי איך צום צווייטן.
אויב זוך איך א גוטע שיינע סוט וועלכע זאל האלטן פאר עטליכע יאר וועל איך ענדערש גיין צו זינגער אדער לי עוועניו קלאודינג.
ערב ימים טובים וועט גווענליך זיין זייער אנגעשטויסן ביי GG און GB, און ביי זינגער וועט געווענליך זיין פיל רואיגער.
דאס אלעס איז געשריבן בלויז לגבי סוטס בעקיטשעס איז אן אנדערע מסכת.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:52 pm
דורך זר זהב
ס'קוקט מיר אויס ווי דו קויפסט א סוט אזויווי ברויט. ווייל ס'אביסל אנגעשטויסן ביי GG וועסטע ספענדן דאפעלט ביי זינגערס? און איך גלייב אז ס'דא עפעס חילוקים צווייזן GG און GB מער ווי בלויז סערוויס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:01 pm
דורך פיקציע
איך האב פארגעסן צו שרייבן איבער די פרייזן.
היינט צוטאג ווייס איך נישט פינקטיליך די חילוקים אין פרייז צוליב וואס עס ווערט געצאלט מיט א קרעדיט קארד, און ווערט אויסגעמישט צווישן צענדליגע אנדערע טשארדזעס סוף חודש.
אבער אמאל ווען מ'פלעגט נאך צאלן מיט א טשעק אדער קעש פלעג איך אראפלייגן ביי GG בערך 200 - 225 פאר א וואלענע סוט און 165 - 190 פאר א חצי וואל.
לי עוועניו פלעגט מיר קאסטן בערך 250 - 300
און זינגער 300 - 400
היינט מיין איך GG ביי 225 - 275 פאר וואל, און 195 - 245 פאר האלב פאליעסטער.
GB לויפט מיט בערך 10 דאלער ביליגער אויף אלע זייערע סוטס.
זינגער'ס פרייזן האב איך שוין לאנג נישט איבערגעקוקט, וואס זאל איך טון אז איך האב 2 סוטס פון זיי וועלכע האלטן נישט ביים אפדינען...
למעשה האלט איך אז עס איז היינט נישט דא אזא גרויסע חילוק אין פרייז (אויב בין איך מיר נישט טועה איז די חילוק בערך א מאה צווישן לי עוועניו אין GG) דעריבער מאכט מיר נישט אזא חילוק ווי איך קויף.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:08 pm
דורך פיקציע
ביי GG און GB איז אויך דא צו באקומען סוטס אהן ליינינג (כאלאטלעך) געמאכט פון פאליעסטער, וועלכע קען געוואשן ווערן און האלט געווענליך לענגער ווי א סוט, פאר בערך 125 - 150.
סעיל'ס איז אויך א געשעפט פאר זיך.
ווי געשריבן אויבן איז ביי די אמאליגע סעילס געווען סאך מער וואס צו קויפן ווי היינט, ווען מ'לייגט ארויס אן ארימע סעלעקציע פון דעזיינס וועלכע זענען עכט אויף סעיל (בערך 145 - 155 וועלענע 180 - 200), און אויב דאכט זיך אז מ'האט שוין געטראפן עפעס א מציאה זייט גערישט אז מען וועט אייך איינמעלדן אז דאס איז נישט אויף סעיל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:44 pm
דורך שמעקעדיג
ישמעאל הכהן האט געשריבן:GB'ס טאשן אין די וועסטלעך זענען צו טיעפ פאר מיינע נערווען. איך מוז אריינשטעקן דאס גאנצע האנט ארויסצונעמען דאס קעמל. איך בין צוריק צו GG נאך די סאמאטוכע
איך האב אויך נישט ליעב געהאט זייערע טיפע וועסטל טאשן. ביז כ'האב געקויפט מיין סמארטפאון. עס גליטשט זיך אריין ווי געגאסן. שווער צו גלייבן אז עס וואלט געגאנגען אין א G&G.