בלאט 1 פון 1
"טיים מאגאזין" פערזאן פון יאר
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:15 am
דורך חד גדיא
טיים מאגאזין האט געמאלדן אז דער היי-יעריגער פערזאן פון יאר וועט זיין דער אלעמען באקאנטן פרעזידענט אבאמא. עס קוקט מיר אויס ווי טיים האט פארלוירן זייער קריעיטיוויטי. יעדעס יאר וואס ס'דא עלעקשאנס איז דער געווינער אויטאמאטיש דער פערזאן פון יאר... בוש איז געווען פערזאן פון יאר אין די צוויי יארן וואס ער האט געווינען - 2000 און 2004. די זעלבע אבאמא אין 2008 און 2012.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 9:07 am
דורך אריק
פיין פארשווארצט דעם פנים.....
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 9:41 am
דורך טעפל
אריק האט געשריבן:פיין פארשווארצט דעם פנים.....
א שלעכטע בילד, זיינע יעוצים וואלטען דאס נישט צו געלאזט ווען זיי ווייסען..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:56 am
דורך פיקציע
אין הַאַרֶץ איז דא א קורצע אפהאנדלונג אויף די צוויי 'פארזאן פון יאר' דעקלעך. אין 2008 פיל מיט האפענונג, און אין 2012 גענצליך פארשווארצט.
זיי ציטירן פון סטיגעל די טשיעף עדיטער פון טיים אז אבאמא טוט פרעזענטירן די נייע אמעריקע.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:04 pm
דורך איך אויך
איינער ליינט נאך היינט צוטאגס דעם טיים?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 3:05 pm
דורך זר זהב
נישט איינער, עטליכע.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:27 pm
דורך חד גדיא
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:38 pm
דורך [NAMELESS]
צוויבעל נייעס האט אויסגעוועלט פאר מענטש פון יאר....
קיינעם נישט!!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:45 pm
דורך ניו יארק
ראשעקאל האט געשריבן:צוויבעל נייעס האט אויסגעוועלט פאר מענטש פון יאר....
קיינעם נישט!!
האסט דאך נישט געלייגט די בילד פון אים.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:42 pm
דורך יאיר
מען קען זיין דער פערזאן פונ'ם יאר צוויי מאל?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:12 pm
דורך [NAMELESS]
יאנקל האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:איינער ליינט נאך היינט צוטאגס דעם טיים?
יא.
וואס האסטו עכט געמיינט אז עס איז דא עפעס וואס יאנקל ליינט נישט ?
באלד גייסטו מיר זאגן אז די האסט געטראכט אזוי אויף יידל אויך?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:27 pm
דורך איך אויך
קופערניקוס האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:איינער ליינט נאך היינט צוטאגס דעם טיים?
יא.
וואס האסטו עכט געמיינט אז עס איז דא עפעס וואס יאנקל ליינט נישט ?
באלד גייסטו מיר זאגן אז די האסט געטראכט אזוי אויף יידל אויך?
ביי מיר קוקט עס אויס ווי דער טיים איז א שעדוא פון זיין אמאליגער גלאנץ, ענדלך צו די בחינה פון די רידערס דייגעסט. קען זיין איינער ליינט זיי נאך אבער די השפעה איז ווייט נישט וואס עס איז געווען אין די גוטע צייטען, חוץ מזה דאכט זיך עס ענהאלט ווייניגער בלעטער ווי אמאל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:28 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:איינער ליינט נאך היינט צוטאגס דעם טיים?
יא.
וואס האסטו עכט געמיינט אז עס איז דא עפעס וואס יאנקל ליינט נישט ?
באלד גייסטו מיר זאגן אז די האסט געטראכט אזוי אויף יידל אויך?
ביי מיר קוקט עס אויס ווי דער טיים איז א שעדוא פון זיין אמאליגער גלאנץ, ענדלך צו די בחינה פון די רידערס דייגעסט. קען זיין איינער ליינט זיי נאך אבער די השפעה איז ווייט נישט וואס עס איז געווען אין די גוטע צייטען, חוץ מזה דאכט זיך עס ענהאלט ווייניגער בלעטער ווי אמאל.
כ'שטעל זיך פאר אז די אינטערנעט -מיט אירע ענדלאזע קוועלער ליין מאטריאל- האט זיי אויך געשאדט, אבער זיי קענען אייביג רעכענען אויף יידל יאנקל און נאך אזעלכע גאט-געבענטשטע נבונים.
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 1:32 pm
דורך איך אויך
זעהט אויס יידל און יאנקעל איז
נישט גענוג זיי צו האלטן ביים חיות.
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 4:06 pm
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:זעהט אויס יידל און יאנקעל איז
נישט גענוג זיי צו האלטן ביים חיות.
דאס איז נישט די טיים, ס'איז רידערס דייזעסט..
נשלח: מאנטאג פעברואר 18, 2013 5:45 pm
דורך איך אויך
איך קען ב''ה א פליסיגע ענגליש.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 8:50 am
דורך ליפא
טרררראאאאאממממפפפפ!!!!
IMG_20161207_084835.jpg
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 8:59 am
דורך ישראל קאפקע
טין-פאַט פוטין. שוין געזאלט לייגן דער עכטער.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 9:20 am
דורך שבת אחים
שלום עליכם ר׳ ישראל קאפקע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 3:43 pm
דורך [NAMELESS]
וויכטיג צו אנמערקן
Person of the Year (called Man of the Year until 1999[1]) is an annual issue of the United States news magazine Time that features and profiles a person, a group, an idea, or an object that "Person of the Year (called Man of the Year until 1999[1]) is an annual issue of the United States news magazine Time that features and profiles a person, a group, an idea, or an object that "for better or for worse... has done the most to influence the events of the year".[2]..has done the most to influence the events of the year".[2]
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:43 pm
דורך שמעלקא'לע
קאנספעראציעס גייען אן אז מ'האט אים אנגעטון הערנער...
דער מאלפע פון יאר???
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:26 am
דורך וואלווי
גראדעמעכעלע האט געשריבן:וויכטיג צו אנמערקן
Person of the Year (called Man of the Year until 1999[1]) is an annual issue of the United States news magazine Time that features and profiles a person, a group, an idea, or an object that "Person of the Year (called Man of the Year until 1999[1]) is an annual issue of the United States news magazine Time that features and profiles a person, a group, an idea, or an object that "for better or for worse... has done the most to influence the events of the year".[2]..has done the most to influence the events of the year".[2]
דאכצעך זיי האבן געלייגט היטלער ימ"ש ערגעץ ווי אין די סוף דרייסיגער יארן אזוי ווי די זאגסט ווייל "for better or for worse has done the most to influence the events of the year"