בלאט 1 פון 2

XKCD קאמיקס (אין אידיש)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 4:30 pm
דורך הציץ ונפגע
XKCD איז די נאמען פון א קאָמיקס-פּאַס וואס ווערט פובליצירט אויפן אינטערנעט דורך א טאלאנטפולן סייענטיסט און געוועזענע נאסא-איינגעשטעלטער רענדעל מונראו. די קאָמיקס זענען אפט גאר אינטערעסאנט און ענהאלטן בליציגע געדאנקען און שארפע רעיונות, און כדי דער אידיש-רעדנדער ציבור זאל אויך קענען הנאה האבן פון זיי האב איך גענומען די מי צו איבערצוזעצן אפאר פון די אינטערעסאנטע קאָמיקס און זיי ארויפשטעלן דא. רענדעל ערלויבט פארשפרייטן און בעארבעטן זיינע קאָמיקס, בתנאי אז מען לייגט א לינק צו דעם XKCD סייט.

בילד

צען טויזענט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 4:33 pm
דורך הציץ ונפגע
[center]צען טויזנט[/center]
[center]
10000.png
[/center]
זאגן 'וועלכע שוטה ווייסט דען נישט פון די יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא' איז אזוי פיל מער נודנע ווי אייגענטליך פארציילן איינעם איבער דעם יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא.

הסבר:
אנשטאט מאכן יענעם שפירן ווי א נאר, קען מען נוצן די געלעגנהייט צו בארייכערן יענעם'ס ידיעות-אוצר און איינוועגס אויך הנאה האבן. "די דייעט-קאוק און מענטאס זאך" רעפערירט צו די אויפרייס וואס פאסירט ווען מען ווארפט אריין מענטאס און א פלעשל דייעט-קאוק.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=LjbJELjLgZg[/youtube]


"יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא" איז א טעאריע איבער די נאטור פון יעלאוסטאון נאציאנאלע פארק.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_PxDGiVQNg8[/youtube]


די קאָמיק ברענג אויך ארויס דעם אינטערעסאנטן געדאנק אז מאטעמאטיש גערעדט ווערן יעדן טאג אן עווערעדזש פון צען טויזענט מענטשן געוואויר איבער סיי וואספארא געוויסע פאקטן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:11 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'האב פאר א מינוט געמיינט. אז דאס זענען אנטי KDC
וואס ווערט אדווערטייזט אין שאפראן-ראטה אין וויליפעסט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:15 pm
דורך הציץ ונפגע
הציץ ונפגע האט געשריבן:[center]צען טויזנט[/center]
[center]בילד[/center]
זאגן 'וועלכע שוטה ווייסט דען נישט פון די יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא' איז אזוי פיל מער נודנע ווי אייגענטליך פארציילן איינעם איבער דעם יעלאוסטאון סופּער-וואָלקענא.

צוליב אנפראגעס אין אישית: די קאָמיק ליינט מען פון רעכטס צו לינקס, פון אויבן אראפ.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:19 pm
דורך משה געציל
אויב ער רעדט פון א זאך וואס ביי די דרייסיג ווייסט עס שוין יעדער און דער אומוויסענדער איז שוין דרייסיג אדער אפילו ניין און צוואנציג, מינעמירט ער נישט מיטן פאקט אז צען טויזענט מענטשן ווערן היינט געוואויר דערפון.

לאגיק שיפל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:45 pm
דורך הציץ ונפגע
[center]לאגיק שיפל[/center]
[center]
logic_boat.png
[/center]

הסבר: די קאָמיק איז א שפיל אויף דעם באקאנטן לאגישן חידה ווי איינער פארמאגט דריי חפצים אבער א שיפל וואס קען נאר טראגן צוויי. די חידה גייט אז געוויסע חפצים קענען נישט פארבלייבן אליינס מיט געוויסע אנדערע חפצים און מ'דארף קענען אויסרעכענען וויאזוי זיי אריבערצופירן דעם טייכל. אין אונזער חידה איז די געווענליכע פתרון ווי פאלגנד:
  1. נעם אריבער די ציג.
  2. גיי צוריק אליין.
  3. נעם אריבער די קרויט.
  4. נעם צוריק די ציג.
  5. נעם אריבער דעם וואלף.
  6. גיי צוריק אליין.
  7. נעם אריבער דעם ציג.

די אויפטו פון די קאָמיק איז אז דורכן איבערלאזן דעם וואלף, א ווילדע סכנה'דיגע חיה וואס ווערט געווענליך נישט געהאדעוועט דורך מענטשן, פארשפארט מען זיך 4 שטאפלן. די געדאנק אונטער דעם איז אז לאגישע חידות זענען לאו דוקא "לאגיש", עס איז בכלל נישט לאגיש פאר א מענטש צו האבן מיט זיך א וואלף. אויב איר וועט אבער פרובירן צו ענטפערן אזוי ווי די קאָמיק, פאר איינער וואס פרעגט די חידה וועט יענער זאגן אז דאס איז נישט די "ריכטיגע" ענטפער, כאטש דאס איז פיל מער לאגיש ווי די געווענליכע ענטפער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:32 pm
דורך יאיר
באמערקונג: עס איז ריכטיגער צו שרייבן ביי די לעצטע שורה "פארוואס דארפסטו דעם וואלף?".

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:07 pm
דורך הציץ ונפגע
יאיר האט געשריבן:באמערקונג: עס איז ריכטיגער צו שרייבן ביי די לעצטע שורה "פארוואס דארפסטו דעם וואלף?".

ריכטיג. עס איז אבער אויך ריכטיג (און מער קאמישער) צו פרעגן "פארוואס האסטו מעיקרא א וואלף?".

אויפפאדערונג פון פליכטן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:15 pm
דורך הציץ ונפגע
[center]אויפפאדערונג פון פליכטן[/center]
[center]
duty_calls.png
[/center]

הסבר: געוויסע מענטשן ווען זיי האבן א דעבאטע אנליין אויף א פארום, בלאג, טוויטער א.ד.ג., קענען זיי בשום אופן נישט אוועקגיין ווילאנג זיי זענען זיכער אז די מענטשן מיט וועם זיי דעבאטירן וועלן מער נישט איבער'חזר'ן זייערע אומגערעכטע טענות, כאטשיג אין פילע פעלער זענען די מענטשן פשוט'ע טראלס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:30 pm
דורך מ גפני
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב פאר א מינוט געמיינט. אז דאס זענען אנטי KDC
וואס ווערט אדווערטייזט אין שאפראן-ראטה אין וויליפעסט

ווער/וואס איז דאס?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:25 pm
דורך יידל
יישר כוח הציץ פאר די קאמיקס. איך געדענק אז ווען ס'האט זיך געטון איבער די נוטרינא פארטיקל וואס איז אנגעבליך געלאפן שנעלער ווי די ספיד אף לייט האט ער געהאט א זיסע קאמיק. אויך בעפאר די עלעקשאנס האט ער געהאט א ריזיגע קאמיק ווי ער האט אפגעפרעגט די וואס האבן געברענגט ראיות ווער ס'וועט געווינען פון די היסטאריע, ברענגענדיג אויף יעדע איינציגסטע פרעזידענט עפעס מיט וואס יענע פרעזידענט איז געווען די ערשטע אין די היסטאריע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 2:45 pm
דורך הציץ ונפגע
יידל האט געשריבן:איך געדענק אז ווען ס'האט זיך געטון איבער די נוטרינא פארטיקל וואס איז אנגעבליך געלאפן שנעלער ווי די ספיד אף לייט האט ער געהאט א זיסע קאמיק.

דא איז די אריגינעלע קאָמיק. איך האב עס אביסל פארענדערט, צוליב פארשידענע סיבות.

[center]נוטרינאס[/center]
[center]
neutrinos.png
[/center]

הסבר: די קאָמיק האט מונראו ארויפגעלייגט א טאג נאך וואס די נייעס איז ארויסגעקומען איבער א נייע שטודיע וואס ווייזט אז די נוטרינא פארטיקל לויפט שנעלער ווי ליכטיקייט'ס שנעלקייט. זיין נקודה איז אז אנשטאט זיך טענה'ן איבער די געפינס מיט מענטשן וואס גלייכן אלץ צו ווייזן אז סייענס שטייט אויף וואקלנדע פיס, טוט ער וועטן $200 דאלער אז גארנישט וועט זיך אויסלאזן מיט דעם שטודיע. אויך דא אין קאווע-שטיבלאיז שרגא געווען זיכער מיט זיך אז גארנישט וועט זיך אויסלאזן מיט דעם געפינס. (אה ווי אינטערעסאנט עס איז צו לייענען אן אור-אלטע קאווע-שטיבל שמועס צווישן שרגא, יידל, יאנקל, פשוט-קאמפליצירט און געפילטע פיש...) צום סוף האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען א טעות.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WFzM16w9UOM[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 3:32 pm
דורך יידל
אה, יעצט אז דו האסט געלייגט דעם קאמיק האב איך מיך דערמאנט וואו כ'האב עס געזען. ווען די נייעס איבער די נוטרינא פארטיקל איז ארויסגעקומען האט הרב נתן סליפקין געשריבן א בלאג פאוסט איבער טעותים ביי וויסנשאפטלער, און האט דארט צוגעלייגט די קאמיק

סטיווען האָקינג

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 9:32 pm
דורך הציץ ונפגע
[center]סטיווען האָקינג[/center]
[center]
stephen_hawking.png
[/center]

הסבר: אין די ערשטע פּאַנעל זעט מען דעם בארימטן ענגלישער פיזיקער סטיווען האָקינג ווי ער רעדט - דורך זיין רעדן-מאשין - צו צוויי פון זיינע פריינט אז ער וויל אפשר גיין זען מיט זיי א מאָווי. די צוויי פריינט לויפן גלייך אוועק און אין דריטן פאל זעט מען א צייטונג באריכט אז האָקינג דער "קלוגסטער מענטש אין די וועלט" רעקאמענדירט מ'זאל זען מער מאָוויס. אין דעם לעצטן פּאַנעל זעט מען האָקינגס ווי ער זיצט עלנד. די קאמיק ברענג ארויס וויאזוי א בארימטער פיזיקער פרובירט צו סאָציאַלאָזירן ווי א פשוטער מענטש, און זיינע חבירים מאכן פון יעדעס ווארט א סענזאַציע.
א זייטיגע נקודה ווערט אויך ארויסגעברענגט - און "לעיקוואד" האט דערמאנט אן ענליכע נקודה, שרייבענדיג אז אלבערט איינשטיין און ריטשאַרד דאָקינס זענען גוטע סייענטיסטן אבער שוואכע פילאָזאָפער - אז ווען א גרויסער פיזיקער זאגט א דעה אין א טעמע אין וועלכעס ער האט נישט א גרעסערע באקאנטשאפט ווי סתם א מענטש, מיינט נאכנישט אז זיינע ווערטער זענען קדשי קדשים און אז זיי האבן א שטערקערן געוויכט ווי די דעה פון א פשוטער מענטש. די צייטונג באריכט'ס שרייענדיגע אותיות איבער דעם פיזיקער'ס דעה אין מאָוויס, דערמאנט אביסל די שרייעדיגע באריכטן איבער זיין מיינונג אין אנדערע טעמעס אין וועלכע ער פארשטייט לאו דוקא בעסער בלויז ווייל ער איז די וועלט'ס בעסטע פיזיקער.

stephen-hawking.jpg

אינסטאַגראַם

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 3:40 pm
דורך הציץ ונפגע
[center]אינסטאַגראַם[/center]
[center]
instagram.png
[/center]

אנליין-טרעקינג אפציע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 1:49 pm
דורך הציץ ונפגע
[center]אָנליין-טרעקינג אָפּציע[/center]
[center]
online_package_tracking.png
[/center]

באווייז

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 8:59 pm
דורך הציץ ונפגע
[center]באווייז[/center][center]
proof.png
[/center]

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:14 pm
דורך יאיר
:like :like :like
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:33 pm
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן::like :like :like
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.

www.explainxkcd.com/wiki/index.php?title=1153:_Proof

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 3:07 pm
דורך הציץ ונפגע
יאיר האט געשריבן::like :like :like
איך כאפ נאר נישט ווי אזוי לייבניץ קומט דא אריין.

ווי דו האסט מסתמא שוין געזען אין געפילטע פיש'ס לינק, לייבניץ איז דער מחבר פון קאלקולוס און לויט קאלקולוס ווערן זענא'ס פאראדאקסן - עכ"פ טייל פון זיי - פארענטפערט.

מען קען שפילן זענא'ס פאראדאקס כדי צו באקומען א בעסערע באגריף דערפון דא.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:08 pm
דורך הציץ ונפגע
[center]בריק[/center]
[center]
bridge.png
[/center]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 3:09 pm
דורך געפילטע פיש
איינער וויל איבערטייטשן אין אידיש?
בילד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 12:20 am
דורך שמן למאור
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער וויל איבערטייטשן אין אידיש?
בילד
לכבוד אייך:

דר. פאוטשי, טוויטער, די יו ען, פייזער, די ציונים, ג'ורג' סאראוס, די פעיק נויז מידיע, עקסאן- מאבייל, דער סי די סי, בלעק לייווס מעטער, ביג פארמא, גוגל, די ראטשילדס, די וועלט געזינטהייט ארגעניזאציע, באראק אבאמא, ען איי עיטש, יוטוב, דיסני וועלט, לואי שיינער, איסטער באני, ביל געיטס, דזשאן עף קענעדי, פימא, דזשעריד קושנער, די נייע וועלט ארדער, נאסא, ביגפאט, די פעדעראלע ריזערוו, נעטפליקס, ווילאדאמיר פוטין, ביג טעק, יוסי געשטעטנער, די ליזערד מענטשן, די מיליטערישע אינדוסטריעלע קאמפלעקס, קיו ענאן, ל.ג.ב.ט.קיו+÷/$%, די דיפ סטעיט, און סיי ווער נאך עס קאנטראלירט שטילערהייט די אמעריקאנער רעגורונג.

א חרפה און א בישה! נעמט אייך צאם ענקערע [שנקאאו"מ] (שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער, מנהל)
ענק טוען זייער א שלעכטע ארבייט!!!

פון: א באזארגטער בירגער.