בלאט 1 פון 3

"תניא" מאכט משוגע?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:04 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'וועל נישט מאריך זיין, דר'עולם איז פארנומען זה בכה וזה בכה, ואין בית אשר אין שם סטרעס, און ווי תמיד, די פרוי איז עומד ומצפה אז די מאן זאל אהיימקומען איבער נעמען איר פאזיציע פון "עקרת הבית", ע"כ וועל איך מקצר זיין כאילו איך וואלט געווען "פורטם".
"קולטור" אינטערשייד איז א מציאות. אפילו פון וויליאמסבורג ביז מאנראו. צענדליגע פרטים שטעלען אויס א כללית'דיג בילד פון א טיפישע "לאנדענער" "מאנסי'ער" וכדומה.
ס'אלץ געזאגט געווארן בנוגע "קולטור" וואס דאס איז אין קורצען "וואס ביי זיי איז נארמאל". הן לגבי עניני לבוש וואס דאס איז שטארק ניכר ביים ערשטען בליק, והן לגבי מהלך החיים, אויף וואס ס'איז דא קפידות אויף נישט, און וואס ס'איז נארמאל כאילו לא היה.
איך בין גאנישט מחדש, איך וויל נאר צוקומען צו דיזע שאלה
עטליכע גאסען אראפ LEE עווניא געפינט זיך א געגענט מיט'ן נאמען הויך-קרוין, ס'וואוינען דארט עטליכע 1000 ליובאביטשע חסידים, די צענטער פון שטאט איז פארשטייט זיך 770 דאס הויז און בית המדרש דער לעצטער נשיא האט געפראוועט.
זייט מיר מוחל, אבער צו טרעפען דארט א פשוט'ע נארמאלע מענטש איז נישט לייכט.
און יא, איך רעד דירעקט נישט פון די עזרת נשים, וואס ס'איז קיין ספק, אז קאלירען לערענט מען נישט אין בית חיה-מושקה, ווייל אויב יא וואלט דאס לינקע שיך גע'ענדילט מיט די רעכטע, און לאמיר נישט אריינגיין אין זייער אנגענומענע פסק הלכה, פון 4 אינטשעס העכער די קניא וכל הגורע מוסיף. - ניין, איך רעדט נישט וועגען דעם, ווייל ס'שמעקט אביסעל פון קנאה.
איך רעדט פשוט און פראסט פון די עזרת אנשים.
פארוואס זע'עהן זיי אויס אזוי צורידערט?
אין איין מנין מנחה קען מען אלעס זעהן.
איינער מיט א גרויסע רוק זאך בשעת שמונה-עשרה (נגד ההלכה), קיין הוט, אבער א גארטעל האט ער געזוכט און געפינען.
דער צווייטער האט קיין גארטעל נישט געהאט אויף זיך, האט ער זיך אוזר געווען מיט זיין שאהל. יא, נעבאך.
דער דריטער האט זיין הוט נישט אויסגעפיצט מיום קבלת עול התורה והמצוות.
דער פערטער האט אזעלעכע לאנגע האר, אז ס'ממש א גרויל. שיינקייט האט אויך גבולים.
דער פיפטער גייט מיט גאנץ א נארמאלע סוט, אבער די שיך? ווי א קוילען גרובער
דער זעקסטער, איך וויל נישט זאגן, אבער ער זעט אויס ווי א מלסטים את התינוקות. (ער שמעקט אזוי)

דאס זענען די ששה מתפללים, ס'גענוג פאר יעצט.
וויאזוי האט נאר די רבי גע'ענטפערט פאר'ן בעלזא רב שליט"א ווען ער האט ארויפגעברעגט סאטמער ביי א באזוך "מ'דארף ניט ריידען בגנותן של ישראל".

מיין שאלה איז, פארוואס מאכט לערנען "תניא" משוגע?
ס'קען זיין איך מאך א פעטאלע טעות, יתכן אז ווען זיי באזוכען 14 הופפער טרעפן זיי אויך נישט קיין נארמאלע מענטש. כ'ווייס נישט. וואס האלט איר?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:15 pm
דורך זר זהב
גוט, נאכאמזל כא'געלעהזט דאס גאנצע. שיעור עובר געווען אויף א לייק לבטלה.--- איך האב גע'אשפג'ט, ס'גוט!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:18 pm
דורך berlbalaguleh
ס' פונקט אזוי ווי איינער עסט א פעט'ן אייערשפייז אויף א ליידיגן מאגן. נישט דער תניא מאכט משוגע נאר דער ליידיגער קאפ.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:21 pm
דורך קאווע טרינקער
berlbalaguleh האט געשריבן:ס' פונקט אזוי ווי איינער עסט א פעט'ן אייערשפייז אויף א ליידיגן מאגן. נישט דער תניא מאכט משוגע נאר דער ליידיגער קאפ.

אוודאי, ס'איז אן הייליג ספר, ס'מאכט נישט משוגע.
סאו וואס דען מאכט זיי אזוי שונה ומשונה?
זאגסט זיי האבן א ליידיגע קאפ. זיי מסביר, ענגליש קענען זיי, יעדער האט א סמארט-פאון (אפשר מיט די זעלבע היתר פון אמנון יצחק)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:26 pm
דורך געפילטע פיש
הערשל ציג, ווי ביסטו?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:27 pm
דורך איך אויך
א טיפע חקירה דאס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:45 pm
דורך משה געציל
עטליכע גאסען אראפ פון קראנהייטס געפינט זיך א געגענט מיט'ן נאמען ווילאמפעסט, ס'וואוינען דארט עטליכע 1000 סאטמערע חסידים, די צענטער פון שטאט איז פארשטייט זיך 152 ראדני (מיט א קמץ) דאס בית המדרש דער לעצטער נשיא האט געפראוועט.
זייט מיר מוחל, אבער צו טרעפען דארט א פשוט'ע נארמאלע מענטש איז נישט לייכט.

איך רעדט פשוט און פראסט פון די עזרת אנשים.
פארוואס זע'עהן זיי אויס אזוי צורידערט?
אין איין מנין מנחה קען מען אלעס זעהן.
איינער שטעלט זיך נאך יעצט שחרית מיט א פרישקייט(נגד ההלכה), קיין קאווע האט ער נישט געהאט, אבער א מקוה האט ער געזוכט און געפינען.
דער צווייטער האט שוין גענדיגט ותיקין איינס אזייגער, יעצט זיצט ער שוין איבער א שעה און ליינט דורך אלע טעגליכע אויסגאבעס.
דער דריטער האט זיין הוט נישט אויסגעפיצט מיום קבלת עול התורה והמצוות.
דער פערטער שטיפט זיך אריין דער נאז אין א יעדע קופקע מיט זיין גלעזער וואס ליגט אים שיף אראפ ח״ו נישט מאכן זיינע אויערן א בית קיבול פאר די טמנא כלי און האט נאכנישט בטעות געזען א ווישטיכל פון ווען ער האט געלערענט אין סענדז סטריט, אז ס'ממש א גרויל. שיינקייט האט אויך גבולים.
דער פיפטער גייט מיט גאנץ א נארמאלע סוט, אבער די היט? א שלמה שמש קראך איז קליין גערעדט אנטקעגן וואס פאר א גרוב ער האט דארטן אריינגעגראבלט.
דער זעקסטער, איך וויל נישט זאגן, אבער ער זעט אויס ווי א מלסטים את התינוקות. (ער שמעקט אזוי)

דאס זענען די ששה מתפללים, ס'גענוג פאר יעצט.
וויאזוי האט נאר די רבי גע'ענטפערט פאר'ן בעלזא רב שליט"א ווען ער האט ארויפגעברעגט סאטמער ביי א באזוך "מ'דארף ניט ריידען בגנותן של ישראל".

מיין שאלה איז, פארוואס מאכט לערנען "ישמח משה" משוגע?
ס'קען זיין איך מאך א פעטאלע טעות, יתכן אז ווען זיי באזוכען 770 טרעפן זיי אויך נישט קיין נארמאלע מענטש. כ'ווייס נישט. וואס האלט איר?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:49 pm
דורך קאווע טרינקער
פון וואנעט נעמסטו רשות מיך צו הרג'ענען. קוים וואס כ'האב געקענט כאפן דעם אטעם.....

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:49 pm
דורך בונעס איירעס
עס איז א נושא צו רעדן עס האט מיט זיך אסאך שפיצען, פארוואס און ווער, איז שולדיג דערין... א גרויס חלק פונעם דייעגנאזיע איז דער קירוב שגעון פון אריינכאפן כל צרי אן א חילוקים, אטאמאטיש איז דאס וואס פאסירט

אבער להוי ידוע אז דארט איז דא א קליין פראקציע העכסט נארמאלע מענטשען סיי די גברים און סיי נשים וואס זיי שעימן זיך מיט זייערע ברודער, אבער זיי ווערן בטול ברוב און פארזעין... זיי דאווענען נישט אינעם 770 הקדש שטיבל, זיי האבן אן אייגענעם ביהמ"ד (פארגעסן דעם גאס) דאס שטיבל הייסט דאכצעך ביהמ"ד בעש"ט עס איז ווערד א באזוך זיך באקענען מיט א נארמאלן חבדסקער אויך (דער מדובר איז נישט פון די זקני החסידים וואס זענען ריכטיגע בני עליה אבער אויך פארשטייט זיך ביז דעם נשיא דארט ווערט דער קעמער'ל אינעם מח פארמאכט)

זיכער נישט דער הייליגער ספר התניא וואס איז דער שולד אין זיי... זיי האבן א מהלך המחשבה מיט זייערע תורת'לעך וואס איז געווארן געפאבלישט פונעם נשיא האחרון, וואס א מענטש פון אונזער חדר קען נישט דערכאפן, פערצופעל איז דער בעל התניא געווען דער גרינדער פון חב"ד וואס איז היינט זייער אידענטעפקאציע ממילא לערנען זיי דאס, אילמלא זיי זאלן לערנען דעם ספר דברי יואל זיי העטן וועין געמאכט דעם זעלביגען צימעס פון אים אקאראט און וואלטן געווען די זעלבע אינטערסאנט!!

די זעלבע קענסטו פרעגן אויב דער הייליגער ספר לקוטי מוהר"ן מאכט משוגע, דער תי' איז די זעלבע!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:54 pm
דורך יאיר
לערנען תניא מאכט נישט משוגע, זיין משוגע מאכט לערנען תניא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 9:34 pm
דורך שרייבער
בונעס איירעס האט געשריבן:אילמלא זיי זאלן לערנען דעם ספר דברי יואל זיי העטן וועין געמאכט דעם זעלביגען צימעס פון אים אקאראט און וואלטן געווען די זעלבע אינטערסאנט!!

די זעלבע קענסטו פרעגן אויב דער הייליגער ספר לקוטי מוהר"ן מאכט משוגע, דער תי' איז די זעלבע!

האסט מיר אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל
פונקט ווי אין סאטמאר האבן געוויסע אדאפטירט דעם דברי יואל און ויואל משה און טוען מיט דעם אלע שייגעץ שטיק, און יעדע רשעות קוועטשט מען אריין אין א שטיקל דברי יואל, די זעלבע טוען זיי מיטן תניא, פאר אלע שגיונות טרעפן זיי א מקור אין תניא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 9:55 pm
דורך [NAMELESS]
ניין, לערנען תניא מאכט נישט משוגע. אויב עפעס גענוי פארקערט צווישן אלע ספרי(םלעך) חסידות, איז תניא די סאמע ראציאנאלסטע וואס רעדט צום מח. וואס יא? גאנץ פשוט: קראון הייטס (די קרוין-הויכן ווי קאווע רופט עס), ליידט פון א שווערע עקספארט אימפארט וואס עפעקטירט איר. אין חב"ד איז איינגעפירט אז די זעמל-מעל און בוימ-אייל (סלתה ושמנה) גייט ארויס אויף שליחות, אזוי קומט אויס אז אלע טויזנטער נארמאלע, געראטענע און איבערגעגעבענע יונגעלייט זענען צעזייט און צעשפרייט איבער די וועלט, ווי רוב פון זיי זענען זייער געלונגענע שליחי חב"ד.
יא, די שליחי חב"ד זענען גאר געלונגענע מענטשן, ווען א יונגערמאן ביי אונז "דראפעט זיך ארויף" אויפן לייטער און שרייבט א קונטרס אויף הלכות ברכת הפירות, איז שוין דער שליח חב"ד זיין עידזש א שוחט, א מוהל, א מוציא לאור פון א וועכנטליכע מאגאזין אין די שפת המדינה ווי ער איז, ער האלט אויף א טוץ וועבזייטלעך, האלט קשרים מיט די רעגירונג, באזוכט אידן אין טורמע און שפיטאל וכו' וכו'.
והשנית, אימפארט: עס קומען אלע צוגעקומענע חבד"סקערס, בעיקר משיחיסטן מכל רחבי תבל, פרישע גרים מיט די פאות נאס פון די גרות-מקוה, בעלי-תשובות ביי וועמען די עבירה איז נאך אין די תשעה ירחי לידה, ספק ממזרים, עשרה יוחסין, שפחה חרופה, כרות שפכה, מרוח אשך און אזוי ווייטער. זיי אלע קומען צופארן קיין קראון הייטס און זיצן אפ אין גרויסן שול, און זיי זעסטו מיטן רוק זאק.
בר מן דין, עס זענען דא שטיבלעך אין קראון הייטס ווי רוהיגע ביזנעסלייט חבד"'סקער דאווענען ווייל זיי גלייכן נישט צו גיין אין די הו-הא פון די משיחיסטישע זויערטייג.

יעצט, פיקטשער דיר ראדני ווען אלע יאקאבאוויטשלעך און לעפקאוויטשעס זענען אויף שליחות צו טיילן ויואל משה'ס אין דובאי, און נאר די יוצאי חלציהם פון תלמידי הרב עקשטיין פילן אן דעם האריזאנט, אלזא תניא מאכט נישט משוגע, און ניין, משוגעים לערנען נישט תניא

בדרך אגב, קאווע, פארוואס שיקסטו נישט די סעקרעטארשע זאל ווערן די עקר הבית, און די וועסטו קענען במנוחה נכונה באטראכטן רוק-זעק אין קרוין הויכן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:20 pm
דורך איך אויך
קופער דערלאנגט א שנעלקע עפעס אזיינס און אזעלעכס, האלטן מיר ביי 1-0 לטובת קופער, קאווע בלייב עם נישט שולדיג.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:25 pm
דורך איחוד פעלד
קופערניקוס האט געשריבן:והשנית, אימפארט: עס קומען אלע צוגעקומענע חבד"סקערס, בעיקר משיחיסטן מכל רחבי תבל, פרישע גרים מיט די פאות נאס פון די גרות-מקוה, בעלי-תשובות ביי וועמען די עבירה איז נאך אין די תשעה ירחי לידה, ספק ממזרים, עשרה יוחסין, שפחה חרופה, כרות שפכה, מרוח אשך און אזוי ווייטער. זיי אלע קומען צופארן קיין קראון הייטס און זיצן אפ אין גרויסן שול, און זיי זעסטו מיטן רוק זאק.




לידיעתך אין חב"ד נעמט מען נישט אהן גוים זאלען ווערען גרים לייכט. זיי מאכען גאר ווייניג גוים גרים, אפשר אפילו ווייניגער פין אונז.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:34 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:קופער דערלאנגט א שנעלקע עפעס אזיינס און אזעלעכס, האלטן מיר ביי 1-0 לטובת קופער, קאווע בלייב עם נישט שולדיג.

ווען די וואלסטו געוויסט ווי שטארק איך שעץ קאווע'ן וואלסטו עס חלילה נישט אנגעקוקט ווי א שטרייט, מיט א 0-1 צושטעל, עס איז א את והב'דיגע שמועס כדי להרוג את הזמן, לשמח את הלב, וללבן את הטעון בירור.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:51 pm
דורך איך אויך
איך קוק עס אויך אן אזוי, זעהסט דאך כ'האב עם געבעטן ער זאל דיר נישט שולדיג בלייבן, ישחקו הנערים לפנינו להנאת כולנו.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:09 am
דורך ונבנתה העיר
קופערניקוס האט געשריבן:ניין, לערנען תניא מאכט נישט משוגע. אויב עפעס גענוי פארקערט צווישן אלע ספרי(םלעך) חסידות, איז תניא די סאמע ראציאנאלסטע וואס רעדט צום מח. וואס יא? גאנץ פשוט: קראון הייטס (די קרוין-הויכן ווי קאווע רופט עס), ליידט פון א שווערע עקספארט אימפארט וואס עפעקטירט איר. אין חב"ד איז איינגעפירט אז די זעמל-מעל און בוימ-אייל (סלתה ושמנה) גייט ארויס אויף שליחות, אזוי קומט אויס אז אלע טויזנטער נארמאלע, געראטענע און איבערגעגעבענע יונגעלייט זענען צעזייט און צעשפרייט איבער די וועלט, ווי רוב פון זיי זענען זייער געלונגענע שליחי חב"ד.
יא, די שליחי חב"ד זענען גאר געלונגענע מענטשן, ווען א יונגערמאן ביי אונז "דראפעט זיך ארויף" אויפן לייטער און שרייבט א קונטרס אויף הלכות ברכת הפירות, איז שוין דער שליח חב"ד זיין עידזש א שוחט, א מוהל, א מוציא לאור פון א וועכנטליכע מאגאזין אין די שפת המדינה ווי ער איז, ער האלט אויף א טוץ וועבזייטלעך, האלט קשרים מיט די רעגירונג, באזוכט אידן אין טורמע און שפיטאל וכו' וכו'.
והשנית, אימפארט: עס קומען אלע צוגעקומענע חבד"סקערס, בעיקר משיחיסטן מכל רחבי תבל, פרישע גרים מיט די פאות נאס פון די גרות-מקוה, בעלי-תשובות ביי וועמען די עבירה איז נאך אין די תשעה ירחי לידה, ספק ממזרים, עשרה יוחסין, שפחה חרופה, כרות שפכה, מרוח אשך און אזוי ווייטער. זיי אלע קומען צופארן קיין קראון הייטס און זיצן אפ אין גרויסן שול, און זיי זעסטו מיטן רוק זאק.
בר מן דין, עס זענען דא שטיבלעך אין קראון הייטס ווי רוהיגע ביזנעסלייט חבד"'סקער דאווענען ווייל זיי גלייכן נישט צו גיין אין די הו-הא פון די משיחיסטישע זויערטייג.

יעצט, פיקטשער דיר ראדני ווען אלע יאקאבאוויטשלעך און לעפקאוויטשעס זענען אויף שליחות צו טיילן ויואל משה'ס אין דובאי, און נאר די יוצאי חלציהם פון תלמידי הרב עקשטיין פילן אן דעם האריזאנט, אלזא תניא מאכט נישט משוגע, און ניין, משוגעים לערנען נישט תניא

בדרך אגב, קאווע, פארוואס שיקסטו נישט די סעקרעטארשע זאל ווערן די עקר הבית, און די וועסטו קענען במנוחה נכונה באטראכטן רוק-זעק אין קרוין הויכן?

בכבודי ובעצמי וואלט איך נישט געקענט בעסער זאגן...

דאס איז בדרך כלל, עס איז אבער דא אסאך פרטים וואס שטאמט פון דעם וואס זיי האבן גאר אן אנדערע מענטעלעטי וואס איז שווער צו כאפן אויב מען באקענט זיך נישט דערמיט פון אינעווייניג.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:13 am
דורך outspoken
די גאנצע זאך מעיקרא ליתא, א נארמאלע מענטש מיינט נישט איינער וואס גייט מיט א KOVA הוט וואס האט א קליינע שפאלט און מיט א G&G סוט, והא ראי' ווען איינער זאל אריינקומען אין ביהמ''ד מיט הוט און רעקל פון תש''כ וואלט מען אים אנגעקוקט פאר א חסר דעה, למעשה ווען א גוי קוקט אן ביידע וועט דאס זיין פאר אים די זעלבע.

חב''ד א שטארקע PR קא., זיי ווייסען ווי אזוי מסבר צו זיין אידישקייט פאר די וועלט מיט מלא טעם, ווען איינער מאכט א בעל תשובה האט ער א סיפוק החיים עד אין לשער, קליינע בחורים'לעך האבן די קאנפידענס צוצוגיין צו א גרויסע WALL ST EXECUTIVE און אים מסבר זיין ער זאל אנטון תפילין אדער שאקלען לולב אינמיטן גאס (יא, איך האב געלערנט על הגאלה און ר'מנשה פיליפס בוך) VS סאטמאר וואס א דורךשניטלעך'ע אינגערמען איז נישט עדזשוקעטעט, קען נישט קיין ענגליש, האט נישט קיין אנונג וואס זיין ציהל אין לעבען, האט נישט קיין שמחת החיים נאר אהרן-זלמן לייב און נאך שטיתם. אדרבה קוק ביי א פראטעסט אדער נאך א מעשה ווען די PRESS קומט אויף וויליאמסבורג, זענען די סטעיטמענטס פון אונזער אינגעלייט די ליצנות פון שטאט, און קוק אן חב''ד נאך א ל''ג בעומר פאראדא ווי שיין און ''נארמאל'' זיי זענען מסבר אידשקייט.

איצט זאג, וואס און ווער מאכט משוגע!!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:38 am
דורך טעפל
אלו (שותה-קאווע) ואלו (אגוז-נחושת?) דא"ח! ס'האט ממש נישט מיט'ן ספר, ס'האט מיט אסאך אנדערע זאכען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:01 am
דורך קפנדריא
אלע משלים און אנטווארטן אין די זייט, וואס מ'זעט אין 770 זעט מען נישט אין ערגעץ, אפשר אין צפת. שומרי שבת אויף די דרייצן גיט בלויז א קליינע ביישפיל ווי א מיני 'פריוויו'. מאנכע נעמען די קינדער אהין 'חול המועד' האלטן אינמיטן יאר.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:43 pm
דורך קאווע טרינקער
קופערניקוס האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:קופער דערלאנגט א שנעלקע עפעס אזיינס און אזעלעכס, האלטן מיר ביי 1-0 לטובת קופער, קאווע בלייב עם נישט שולדיג.

ווען די וואלסטו געוויסט ווי שטארק איך שעץ קאווע'ן וואלסטו עס חלילה נישט אנגעקוקט ווי א שטרייט, מיט א 0-1 צושטעל, עס איז א את והב'דיגע שמועס כדי להרוג את הזמן, לשמח את הלב, וללבן את הטעון בירור.

אוודאי אזוי, איך האב נאר אנגעהויבן דעם אשכול, כדי צו געבען קופערניקוס וואס צו שרייבן.
ער איז מלא כעס. אה, סארי. כ'מיין צו זאגן ער איז מלא זאפט. ממש א נחת. ער שאקלעט אויף מיין אבדאמען טעגליך.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:54 pm
דורך מ גפני
די זעלבע קענסטו פרעגן אויב דער הייליגער ספר לקוטי מוהר"ן מאכט משוגע, דער תי' איז די זעלבע![/quote]

רביה"ק מ'סאטמאר האט אמאל געענטפערט פאר א בחור וואס האט אים געפרעגט וועגן לערנען לקוטי מוהר"ן האט ער געזאגט אז לערנען אין דעם "צו סאך" מאכט משוגע, מ'קען עס לערנען אזוי ווי יעדע חסידיש ספר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:55 pm
דורך היימישער ליטוואק
יאיר האט געשריבן:לערנען תניא מאכט נישט משוגע, זיין משוגע מאכט לערנען תניא.


און איך מיין אז לערנען -->> אסאך <<-- ספר התניא מאכט יא משוגע. עס איז טאקע גבויט אויף שכל, אבער רעדט פיל העכר פון וואס 99% מענטשן פארשטייען. וואס דאס מיינט איז אז כמעט יעדער וועלכער לערנט דאס בעבלט די ווערטער און רעדט הוילע פראזן און אצילות'דיגע אויסשפראכן. און אפילו די 1% וועלכע פארשטייען שוין יא עפעס איז די עבודה למעשה היוצא מהספר אזוי ווייט פון זיי, כרחוק מזרח מהרי החושך. ממילא לערנט מען סתם ללמוד על מנת ללמוד. און מלאזט נאך יעדע סארט נארמאלע לימוד, נאר נאך א ביאור אויף א דיוק הלשון בספר התניא און נאך א תירוץ פ"וו ער זאגט "תניא" ווען עס איז נישט קיין ברייתא, און פארוואס שטייט "משביעין" ווייל עס איז לשון פון שבעה (כל השביעין חביבין=הרבי...), וייל עס מיינט זאטח, יו נעים איט איז דא נאך א מאמר און א פשעטל.
וילכו אחר ההבל וזה פריה.