זענען מיר הפקר??!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:58 pm
לאור פון די געשאפענע לאגע, נאך וואס ג׳ט געלויבט זיין נאמען האט אונז מפני חטאינו אריינגעיאגט אין גלות, און ביז צום איצטיגן מאמענט איז זיין ווילן אונז אויסצולייזן נאך.ליידער נישט געקומען לידי זאכליכע מעשים וויל איך מיר אריינבליקן אינעם מצב אין וואס מיר געפונען זיך...
אנדערע האבן דורכאויס די לאנגע גלות רייזע גע׳טענהט דא און דארט סימני גאולה, נאך אנדערע גאולה ממש, און גאר לעצטענס אתחלתא דגאולה׳דיגע התנוצצת׳נס
סוף פסוק איז אז אידישע קינדער זענען נאך אלס בין האומות זרויים בין מכעיסיה, כבושה בגולה. אין לאנד צווישן זרע מריעים בנים משחיתים, אינדרויסן פון לאנד ביי דעם כלה שעיר וחותנו פארשוינען
און די שטייגער פון פרעמדע געסט איז אז מען פרובירט זיך אויפצופירן זייער העפליך, עס זענען דא א רייע קאפיטלען אין עטיק וואס אנבאלאנגט בשייכות צו געסטעריי, כל מה שיאמר לך בעל הבית עשה, אין אורח מכניס אורח, און נאך פיל שכל׳דיגע פירונגען וואס פארלאנגט זיך פון א גאסט
און ג׳ט האט טאקע על ידי נביאיו אונז אנגעזאגט פאר די רייזע, פירטס ענק אויף נארמאל, ׳ודרשו את שלום העיר׳ וועט מען ענק האלטן, זייט׳ס אונטערטעניגטע אונטערטאנען ווי אימער עט׳ס וועט׳ס לאנדן
די פעלקער זענען אויך שטארק פארבעטן געווארן, פייניגטס נישט צו שטארק, באלעסטיגט׳ס נישט דאס פאלק, פירט׳ס ענק מענטשליך מיט אייערע געסט, עט׳ס קענט׳ס נאך אמאל פון זיי געניסן
און אזוי קען מען אויפמישן בלעטער אין די דיקע היסטאריע ביכער און מיטרייזן מיט אונז און באמערקן אינטערעסאנטע אנעקדאטן...פעלקער וואס האבן זיך שיין און העפליך באנומען האבן קיינמאל קיין חרטה נישט געהאט, פארקערט, ווי יידן זענען געגאנגען האט זיי אלס די הצלחה געשיינט, אידן האבן אלס שיין געזינגן דעם ׳הרחמן הוא יברך את בעל הבית הזה׳ ויהי נכסיו מוצלחים׳ זינט יוסף האט פארשיינט אן הצלחה בבית פוטיפר זיין גאסטגעעבער ׳ויהי ה׳ את יוסף, וכל אשר הוא עושה ה׳ מצליח׳....אפשר נאך פאר דעם ביים כל אשר אירע ליעקב ווען ביי לבנ׳ן האט געבליהט די געשעפטן מיט יעקב׳ס אנקום...גאנץ עגיפט׳ן האט גע׳צלחנ׳ט ווען יוסף דרייט אן א עקאנאמישע וואוקס און די עגיפטן ווערט א גרויסמאכט אויף די וועלט׳ס מאפע
שפעטער, אין גלות׳ן חזר׳ט זיך איבער און איבער די פענאמענאן ווען יידן זענען אלס גאסט אין שפאניע בבל, פערסיע....נאך שפעטער אין שפאניע ווען זיי זענען די וועלט׳ס גרויסמאכט און בליט עקאנאמיש ביז זיי ווערן מיטאמאל אנגעלייגטע געסט און זיי פארהאקן די טיר און דון יצחק אברבנאל די פינאנץ מיניסטער שפאנט ארויס מיט׳ן וואנדער שטעקן, אום תשעה באב בראש הגולים
און אזוי ווייטער און ווייטער אין מזרח אייראפע ביז צענטראל און מערב אייראפע, פון מאנטיפיורי ביז די בארימטע ראטשילד באראנען זענען פילע מלחמות פינאנסירט דורך יידישע בענק...די פריצים פון פוילן מאכן בעלער און יאגד׳ס מיט די געפאשעטע בייכער פון יידישע קרעטשמעריסטן, האט איר אמאל באגעגנט א גוי׳ישע קרעטשמע אין די פוילישע פארשטעט פאר הונדערט יאר צוריק, יידן ברענען ברוינפן און מען גיבט דעם גוי א גוטן משקה און פארן פריץ די געמאכטע רובל
יידן פירן זיך גאנץ שיין מיט זייערע גאסטגעבער, זיי שטעלן צו פאר די געזעלשאפט גאנץ וויכטיגע געברויכן...דאקטוירים, פראפעסארן, אדוואקאטן און אינדוסטריאלע ווירטשאפטן, זיי פירן אן די פארנומענע פארט׳ן, זיי פירן סחורה איבער רהיין און איבערן אקעאן....זיי זענען טאקע נעשו אינדערהיים אבער זיי פרובירן צו טון דעם עבדך שבע שנים ברחל...זיי שטייען נישט איין בחנם
טו בי קאנטיניוט