בלאט 1 פון 2

לייקס

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 1:07 am
דורך דולה ומשקה
דא אונעם קאווע שטיבעל איז דא דער 'לייקס ליסטע' אין דער 'לייקס ראנגען'.
מה טיבו פון די 'לייקס', וואס פאר א ווארט איז דאס אידיש ענגליש אדער היברעיש.
ביי מיין נאמען שטייט דער נומער זעקס, וואס דארף דאס צו מיינען? איז בעסער צו האבען ווי מער פון די דאזיגע לייקס אדער איז בעסער צו האבען ווי ווייניגער?
כ'האב באמערקט איינער האט אכצען פון די לייקס, דארף איך ארויף קוקען אויף אזא איינעם? איז דא א פארמעסט אין דעם ענין?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:36 pm
דורך דולה ומשקה
איך האלט דאס פאר א פרעזענטליכע זכיה צו האבען געגעבען דעם 1000'סטע לייק פאר קאווע טרינקער!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:39 pm
דורך לעמיל
ווי זעיסטו דעיס?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:40 pm
דורך דולה ומשקה
איך האב עס מיט געהאלטן לייוו, איהר מיזט זיך פארלאזען אויף מיין עהרע ווארט.
כ'האב געזעהט אז ער האלט ביי 999, שנעל געלאפען, געטוהן צו דער זאך, געגעבען א קוועטש דעם לייק, אין פון איין סעקונדע צום צווייטען ארויף צו דער הויעכער ציפיר פון 1000

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:43 pm
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:45 pm
דורך לעמיל
אהההה, פאר קאווע טרינקער איך האב געמיינט 10000 פאר קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:45 pm
דורך קאווע טרינקער
דולה ומשקה האט געשריבן:איך האלט דאס פאר א פרעזענטליכע זכיה צו האבען געגעבען דעם 1000'סטע לייק פאר קאווע טרינקער!!!

איך וועל זיך נוקם זיין. כ'מיין לטובה, פארשטייט זיך.
ווילסט ארויסגיין אויף א נאכטמאל?

(לעמיל, זיי נישט מקנא, דו האסט געהאט דיין טשענס)

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 6:57 pm
דורך איך אויך
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווילסט ארויסגיין אויף א נאכטמאל?

ווילסט מען זאל אסר'ן קאווע שטיבל?

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 8:44 pm
דורך קאווע טרינקער
אסר'ן? קאווע דארף נישט קיין הכשר.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 8:48 pm
דורך איך אויך
אבער א נאכטמאל דארף יא.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 8:50 pm
דורך קאווע טרינקער
דו האלסט אז לעמיל האט געגעסען מיט מיר אין הכשרלאזע מקום ? חלילה.

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 8:56 pm
דורך איך אויך
ער האט שוין געגעסן מיט דיר? אויב עס איז שוין לאחר המעשה זאג איך גארנישט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:44 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איז דא א וועג צו זען אלע לייקס וואס איך האב באקומען און פון וועם און אזוי אויך לייקס וואס איך האב געגעבן. יעצט זעט מען נאר אביסעלע געגעבענע און באקומענע, רוב קען מען נישט זען. ס'שטייט "און נאך כך וכך".

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:56 pm
דורך דער (פינטעל) איד
לעצטענס האב איך ממש כמעט נישט באקומען לייקס , כ'בין צובראכן דערפון. איינער קען מיר געבן א לייק נאך בעפאר שבת?
ולמצוה גדולה יחשב!

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 5:14 pm
דורך דער (פינטעל) איד
יש"כ שמעקעדיג פאר דיין לייק. האסט אריינגעכאפט א מצוה! יעצט קען איך אריינגיין אינעם שבת מתוך שמחה :D

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 5:20 pm
דורך קאווע טרינקער
איך גיב דיר א לייק לכבוד שבת, מוצאי נעם איך עס צוריק.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:58 am
דורך דער (פינטעל) איד
א דאנק רויטע וואנצעס פארן לייק.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 12:11 pm
דורך דער (פינטעל) איד
א דאנק פישל'ע פארן לייק!

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:55 pm
דורך דער (פינטעל) איד
היינט איז געווען א מאדנע טאג. כ'וואלט עס גערופן דער 'אסארטמענט לייק טאג', כ'באקומען לייקס פון אלע שיכטן און קרייזן. ב"ה פאר דעם. שכוח פאר אלע



.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:00 am
דורך דריידל
איך האב געקלערט עס וואלט געווען אן איידיע אז מען זאל קענען געבן א לייק פאר אן אוועטער. גאנץ אפט מאכט זיך אז אן אוועטער ברענגט א שמייכל, איז פארוואס זאל נישט זיין די אפציע אויסצודריקן הכרת הטוב?
וואס האלטן דער עולם?

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:03 am
דורך ברעט מענינג
איך געב שוין א לייק פאר די אוועטער פון "דריידל"

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:00 am
דורך מאטי
פינטל האט אויסגעטראפן א וועג ווי אזוי צו באקומען אינפיניטי לייקס... קודם בעט ער בתחנונים מ'זאל אים געבן א לייק, א קבוצה וואס האבן א הויכע סענס פון גילטי פלעזדשור דערלאנגן אים איינס . נאכדעם באדאנקט ער זיך פאר זיי, קריגט ער ווייטער א לייק פארן דאנק. נאכהער באדאנקט ער די לייקערס וואס האבן אים געלייקט פארן דאנק. וואס טריגערט נאך א לייק וחזר הדין לא ראי זו כזו ולא ראי זה כזה הצד השווה שבהן.....

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:02 am
דורך דער (פינטעל) איד
אבער איך זע דו האסט אויך אויסגעפיגערט וויאזוי צו באקומען א לייק... ליסטען , ס'א חוש... און ס'דא גענוג פאר יעדן