ברעקינג: 2 פרויען לערערינס דערשיסען אדם לאנדזא אין שולע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

ברעקינג: 2 פרויען לערערינס דערשיסען אדם לאנדזא אין שולע

שליחה דורך משולם טענענבוים »

ניוטאון, קאנעטיקוט.

ווי באריכטען געבען איבער פין קאנעטיקוט, האט אדאם לאנדזא, א גייסטיש אומסטאבילע אין אביסעל אוטיסטיטישע מאן, געגנבעט א סעמי אוטומאטישע רייפעל פין זיין מוטער, אין אריין שפאצירט אין א שולע אין ניוטאון, אין זיך גענומען שיסען רעכטס אין לינקס,

צוויי באוואפענטע לערערינס וואס האבען דאס דערזעהן האבען אים דערשאסען אויפען ארט, פארמיידענדיג וואס וואלט געקענט זיין א מאסען מערדעריי, אין ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דא איין קינד טויט אין 4 פארוואונדעטע איין טיטשער אין דריי קינדער,

אבאמא האט נאר וואס אפגעהאלטען א פרעסע קאנפרענץ זאגענדיג אז חאטש ס'איז קלאר אז די גאנס האבען אפגעהאלטען א מאסען מערדער פין הארגענען צענדליגע אןומשולדיגע קינדער, דאך איז אבער דא איינער טויט אין ווען גאנס וואלטען געווען אומלעגאל וואלט דאס אויך נישט געווען,

אין אבאמא האט אויסגעפירט מיט פאטאס אז טאמער ער האט זיין וועג דאן דארף מען מאכען געזעצען אז ס'זאל זיין אומלעגאל צי באזיצען קיין שום גאנס, אין אזוי אויך זאל זיין אומלעגאל צי באזיצען מעסער'ס לענגער ווי צוויי אינטשעס, אין אזוי אויך נעגעל שניידער'ס, פלאכע סקראל דרייווער'ס,אין דזשילעט'ס,

אזוי אויך האט אבאמא געזאגט אז מען וועט נעמען לעגאלע שריט קעגען די לערערינס פארען ערמארדען אדאם לאנדזא נאכדעם וואס ס'איז נישט זיכער אז ער האט געוואלט שיסען מער וויפעל ער האט שוין געשאסען, באצייכענענדיג אדאם אלץ א אומשולדיג אין גייסטיש אומסטאביל אין אז ס'וואלט געווען אנדערע וועגען זיך צי באגיין מיט די סיטואציע,

די פאראיין פאר באזיצען וואפען איז ארויס געקומען מיט א סטעיטמענט אז אבאמא האט ערענסטע פסיכיאטישע פראבלעמען אין דארף גאר ערענסטע פסיכיאטישיע הילף,

אנטקענעס גענומען נאך די געשעעניש ווייזען אז מער אין מער מענטשען זענען אין שטיצע פין די רעכט צי באזיצען וואפען אין צייכענען אן אז אין מדינת ישראל זעהט מען אז צענדליגער טעראר אקטען זענען שוין פארמיטען געווארען ווייל דאס פאלק איז באוואפענט אין קען גלייך רעאגירען, אנשטאט דארפען ווארטען אויף די פאליציי וואס קומען אן געווענטליך נאך די ערשטע קריטישע מינוטען ווען מען קען פארמיידען קאטאסטראפעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משולם טענענבוים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר