א בליק אינעם לעבנס-שטייגער פון אַחב"י האַשכנזים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8036 מאל

א בליק אינעם לעבנס-שטייגער פון אַחב"י האַשכנזים

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[center]א בליק אינעם לעבנס-שטייגער פון אַחב"י האַשכנזים [/center]
[center]ק. טרינקער[/center]

איבערגעטיישט פון לאדינו. מקור נישט דא.

[justify]ווער פון אוּנז עס איז אַמאָל אַריינגעפאַלן, פאַר בּיזנעס צוועקן אָדער פאַר אַ שֹמחה, אין דעם בּרוּקלין קוואַרטל פוּנעם שׁטאָט ניוּ יאָרק, האָט אַוודאי זיך בּאַגעגנעט מיט די אַשׁכּנז'ישׁע-אָפּשׁטאַמיגע אידן (אין פלעטבּוּשׁ, איז גראַדע יא פאַרהאַן אַן היימישׁע ציבּור פון חאַלאַבּ). זיי שׁטייען אַרויס, און זענען מערקבּאַר מיט זייערע שׁוואַרצע מלבּושׁים וואָס זיי האָבן מיטגעבּרענגט פון איירופּא, און ווי עס זעהט אוֹיס האַלטן זיי זיך היפּשׁ שׁטאָלץ דערמיט. איר האט זיך אַוודאי געוואוּנדערט פוּן וואוּ קוּמען זיי? ווער זענען זייערע חַכמים (ביי זיי: "רַבָּנִים")? וואָס האַלט זיי ביי אידישׁקייט? וועלכע שׁפּראַך רעדען זיי? פאַרוואָס קענען זיי נישט לשׁון-קודש? וואָס זענען זייערע מאכָלים? וואס האַלט זיי אזוי שׁטאַרק צוּזאַם אין די געגענטער פון וויליאַמסבוּרג, בּאָראָ פּאַרק, מאָנסי, מאָנראָ? וואָס איז פשט פון די מאָדענע משׁפחה-נעמען וואָס אַסאַך פון זיי האבן? היתכן נשׂואות ("פאַרהייראַטע") דעקן זיך נישט צוּ זייער האָר פון קאפ? פון וואָספאַראַ סאָרט געשפעטען ציען זיי חיונה?

כדי צו בעסער פאַרשטיין וואס דארט גייט פאר, האט מיר דער קאווע-שטיבל רעדאַקטער אַראפגעשיקט קיין וויליאמסבורג, ברוקלין אויף אַ חודש צייט. – איר וועט דא ליינען אַלץ וואס איך בין דורך במשך די צייט, וואס איך האב געהערט; געזעהן; געטראַכט און פאַרשטאַנען, מיינע נייע חברים וואס איך האב קענען געלערנט. פאַרשטייט זיך אז איין ארטיקל דעקט נישט אלעס, איז עס אבער גענוג אויף צו פאַרשטיין פאַרוואס מיר, היימישע אידן, זענען זיך נישט משדך מיט זיי, אַחב"י האַשכנזים, און מ'עסט נישט מיט זיי, כאטש וואס זיי זענען שומרי תורה ומצוות אויף זייער שטייגער. ורחמנא יודע אז ליבי לטובה, למצוא בעדם זכות בדין.

אולא שקילנא, בסעדא דמרא, דציון וטבריה. לעילוי נר"ן מחלוף חי-רחמים עובדיה-מסעוד ממצרים, ורעיתו החביבה, מחליפה חיה-רחמנות עובדת-מסעדה, ספרדים טהורים, יתעלסו בקברים, ולא ישלטו בהם רוחות רעים ולולין דסטרא. יכב"ץ נאמ"ן ס"ט.

צוליב דעם וואס אונזער היימישע עולם איז נישט בּאַקאַנט אין זייער אינערליכער לעבן, סעקטס און קרייזן, קהילות און מוסדות, וועל איך פראבירן זיי צו קעטעגאריזן, מן הקל אל הכבד. איך זאג "פראבירן", ווייל זיי אליינס זענען אויך נישט קלאר וואו און ווען צו ציען דעם צווישען-שייד שטריק.

לאמיר אנהייבן מיט די "וויליאמסבורג" געגענט. א שטאט וואס האט נישט 10 אידן וואס דאווענען נישט נוסח ספרד, אבער קיין היימישער ספרד'ישע איד וועט איר דארט נישט געפונען. און טאקע דערפאר איז דער געגענט שטארק פארפרעמד פאר אונז, איז דערפאר פאסיג צו כאפן א בליק פון דארט טוט זיך.

וויליאמסבורג איז דאס וואוין אָרט פון אַ חסידישע קהילה מיטן נאָמען "סאַטמאַר". עס איז נישט אזוי געווען פאַר 50 יאָהר צוריק. דאן האבן געוואוינט דארט אויך נישט-חסידישע אידן, אזעלכע וואס מען רופט ביי זיי סתם "אשכנז'ישע" אידן. זיי צו דערקענען, און צו פארשטיין וואס טיילט אפ "חסידים" פון סתם המון עם, איז גאנץ לייכט. א חסיד גייט מיט א לאנגע רעקל, לאזט זיין בארד ווילד וואקסען (עס קען זיך דאכטען ווי יעדע פון זיי איז עפעס א "חכם" פאר זיך. ביי אונז וואלט מען א פשוט'ע איד מיט א רבנישע בארד, בייטראכט ווי א בעל-גאוה); שבת טראגט ער א גרויסע וויידל-הוט ("שטריימל" בלע"ז); דאווענט שפעט; גייט טעגליך אין מקוה; רעדט אין שוהל; שפאצירט נישט מיט זיין פרוי; לערנט זיך נישט קיין פאך. לא כן אשכנזישע אידן, וואס זעהן אויס ווי א מענטש צווישען מענטשען, און איידלקייט שפילט ביי זיי א גרויסע ראלע.
וואו זענען די אשכנזישע אידן היינט צו טאג'ס? סאטמאר האט זיי איינגענומען און איבערגענומען. וואס מיינט "סאטמאר" און וואס איז זייער כוח? סאטמאר איז א נאמען פון א שטאט אין איינע פון די איירופעישע לענדער, (אונזער ליינער זענען סייווי נישט באקאנט אין יענעם ראיאן, כ'מיין ס'איז אין אונטערלאנד-פולין) און ווי נישט-מער-ווי-נארמאל איז דארט פארגעקומען העפטיגע מחלוקות אויף די רבנות און די שחיטה (אין אשכנזישע קהילות האט דער המון נישט געקענט שחט'ן). נאך די ביטערע וועלט-מלחמה, וואו בנוסף צו די השמדות אין שולאנקי, זענען אויך אסאך אשכנז'ישע אידן אומגעקומען, על כן זענען א גרויס חלק פון די שארית הפליטה געקומען דאהי קיין אמריקה.
ר' יואל תמר ("טייטלבוים" אין אידיש) איז געווען א צדיק. מענטשען – צווישען זיי אויך קלוגע – האבן זיך געגרויסט מיט אים איבער אלע אנדערע רבנים, און ווער וויל דען נישט זיין צווישען די געווינער? דערפאר האבן תלמידים און חסידים פון גרויסע רבי'ס געטוישט זייער מעמעבער-שיפ אויף סאטמאר.

(צוליב כבוד המתים, היפן מיר איבער 40 יאר)

אין די תּקוּפה פוּן דעם "מערכה" (ווען "סאַטמאַר" האָט געוואָלט אוּמבְּרענגען "בּעֶלזא") פְלעגן די בּעֶלזא חַסידים אפמעקן פון די סאטמער-חדר באסעס, די אותיות ס' א' און ר', אז עס זאל זיך ליינען "תלמוד תורה תורה-ויראה דרבינו יואל --טמא-. זייט נישט באזארגט, בעלזא האט צוריקגעכאפט פאר דעם בכפליים. היינט-צו-טאָג'ס פאַרמאָגט בעלזא נישט קיין מוסדות אין וויליאמסבורג, זייער רָב (וואס איז גראַדע לעצטענס נתקַרב געוואָרן צו מָרָנָא חָכָם עובדיה שָׁלי"ט קרוב"ץ אמן) האט ווי בּאפוילן זיינע חסידים, צוליב א חשש און סכנת נפשות, זיך אריבערצו-ציען קיין בארא-פארק.
מאנכע כלל-טוהער'ס האבן פאר א לאנגע תקופה גע'עסק'נט פאר שלום געשפרעכן צווישען די צוויי שוואגער'ס, ר' ישכר דוב פון קרית-בעלזא ר' אהרן פון קרית (יואל) סאטמאר, ביידע האבן גענומען די טעכטער פון די וויזניצער רבי'ס (ר' ישראל און ר' מענדל) טאטע, ר' משה יהושע פון שיכון וויזניץ-בני ברק.
א דריטע שוועסטער איז גענומען געווארן דורך ר' דוד פון שיכון סקווירא (ער איז א גרויסע תלמיד-חכם, דאס זעהט מען פון זיינע שמועסן, ווי ער טוט כסדר דערמאנען מרן החי"דאזולאי זת"ע תובב"א).

צווישען די קלענערע קהילות אין וויליאמסבורג ציילן זיך "אשוואר" "העלמעץ" "קליוולאנד" (גראדע אין נאמען פון שטאט קליוולאנד. מן הסתם איז דער רב געבוירן דארט) "ראזלא" "סוליצא" "קאזאווע" און נאך.

אין פריוואטען לעבן דערקלערן זיי זייער אומפארטיישיקייט. מיין פריווטע שטודיע האט מיר געלערנט, אז סאטמער'ע קהילה מעמבערס, זענען לאו דוקא חסידים פון זייער רבי'ן. פון די ענטפערס אויף מיינע פראגס – זייער ווייניג האבן זיך וויסענדיג געמאכט פון מיר, זעהנדיג אז איך בין נישט פון "זיי" – געפון איך אויס, אז דער "קאלובער רבי" הצדיק ר' משה טויב, וואס איז היבש באקאנט פאר אונז, איז ביי זיי געשעהצט ביז גאר. ברוך השם, מיר האב עפעס אין קאמען.

דער אָפעֶנער וועלט, אָדער ווי אַנדערע רוּפן אוּנז "גאָגעֶל-דוֹר", האָט ווי איבּערגעהיפּט אוּנזער גאָלדענע קייט, אוּנזער רייכען עָבר אוּן הוָֹה, פוּן די אַשׁכּנזישׁע אויג. עד היום, אַפילוּ פון די מער געלערענטע פוּן זיי, וויסן זייער ווייניג איבּער אונז. ביי זיי, אַלץ וואָס איז נישׁט בּכלל "אַשׁכנזים", זאל זיין סוריה, פּרסיה, תּימן, קיסטאַן ועוד, איז ביי זיי "סְפַרְדִישׁ", גיי זיי מסביר... איך האָב גראַדע יאָ פּראָבּירט מסביר צו זיין מיין בּאגלייטער, מיט א מָשָׁל: זאָג נאָר, פרעג איך אים, דוּ ביסט אשכנז? די אידן אין אָפֶּפער-וועסט-סייד זענען דאָך אויך אשכנז, שטימט? נו, וואלסטו מדמה געווען די צוויי? זאגט ער ניין. – דער נמשל האט ער שוין אליינס אויסגעפירט פארשטייענדיג אז ס'איז דא א הימל-און-ערד חילוק צווישען א היימישע ארם-צובה איד און א איד אן עולה פון סערעביע.

ליידער, האט דער לאנגע גלות אויף זיי משפיע געווען, און מ'זעהט בחוש ווי זיי האבן זיך צוגעוואוינט צו טרעטען אויף הלכות און דינים מפורשים למרן בשו"ע. שוין אפגערעדט זייער גאנצע התנהגות אין "בית הכנסת" ("שוהל"). אין די בתי-כנסת וואס זענען אינטער די סאטמערע-קהילה שפילט זיך דאס אפ יעדע פאר מינוט, אן וואס קיינער פון זייערע חכמים זאלן זיי מנדה און מחרים זיין. אנשטאט זיי זאלן זיך וואשן די הענט פאר מנחה און ערבית ("מעריב"), שטעקן זיי אריין די הענט אין קליינע פושקע פון וואסער, אן חושש זיין אויף די רוח טומאה און שדים וואס זענען שורה אין די וואסער.

פון זייערע אונטערסאנטע מנהגים:
איינער אן א זקן ("בארד") מעג נישט יורד זיין לתיבה ("צו-גיין-צום-עמוד"). כאטש וואס זיי זענען כמעט נישט עוסק בתורת אמת ("קבלה") – רוב בתי-כנסת אין ברוקלין, פארמאגן נישט מער ווי איין סעט "זוהר". – דאך זענען זיי מקפיד נישט צו שעהרן די בארד.
בנוגע ל"ג בעומר, קען מען זאגן בשבחם, אז ס'זעהט זיך לעצטנעסט אָן אַ פאזעטיווע אינטערעסע אין דעם גרויסען טאג. ב"ה אז מ'זעהט די השפעה פון אונזערע מסורה קהילות אויף די שארית הפליטה דאחב"י האשכנזים. און די תפילות פון חכם קצין וששון, אז די שבט זאל נישט אינגאנצען פארניכטערט ווערן, זענען עושה רושם לטובה בלי עין ונזם רע.

בעוד ביי אונז פירט מען זיך ווי די מסורה בימי חז"ל, בנוגע די סדר ברכת השחר ("בְּרָכוֹת"). ביי זיי איז עפעס א מצוה געווארן, און מיט קאמפיין מיטלען פראבירען זיי צו פארשפרייטן אז כאילו די ברכות מוז געזאגט ווערן מיט א מנין. זיי מיינען דאס בתמימות, דערפאר איז נישט פאסיג זיי צו מעורר זיין שטועים הם.

א גרויסע ציבור פון זיי, אפילו די בני תורה, היטן נישט די איסור פון "חדש", מיטן אויסרייד אז אין גלות איז דאס נישט קיין מצוה. על אף זיי באנוצען זיך מיט דעם לחש "חדש אסור מן התורה" אין טאג טעגליכע געשפרעכען.

זייער פאמיליע לעבן איז מאדענע ביז גאר און דאס זעהט זיך אן ביי שמחות און אלע-ערליי מסיבות ווי מענער גייען ניטאמאל אריין דורך איין טיר. פרומער כביכול פון שלמה המלך וואס האט געבויעט איין אריינגאנג צום בית המקדש. - עס וועלן זיך באגעגענען א "חסיד" מיט זיינס שנור'ס מאמע, אדער וועט ער איר ניטאמאל דערקענן, אפילו אויב יא, גריסען וועט ער זיכער נישט, ווער רעדט נאך פון צוריק ברענגען פארן שנור א גריס פון איר מאמע.

אום-פארהייראטע רווקים האבן קיין מגע ומשא נישט מיט מיידלעך! איי וויאזוי טרעפן זיי א שידוך? האט מיין באגלייטער מיך שאקירט: ס'איז דא "שדכנים". ד.ה. אז א מאן ווייסט פון א בחור און זיין פרוי ווייסט פון א מיידל, צוברעכט מען א טעלער און נאך א יאר באקענען זיך די חתן און כלה. מיט אזא סיסטעם, אז בחורים זענען עלענד ביז די 19/ 20 איז קיין וואונדער נישט פארוואס מ'הערט ליידער אזויפיל אומריינע גריסען פון יענע קהילות. זיי קריגן אין יענע יארן זכר-תאות אין ביי מאנכע בלייבט עס ביז די עלטער. רחמנא ליצלם.

דאס וואס נשואות גייען בגילוי שער, לערנען איך צום ערשטען מאל, אז דאס איז נישט זייער אייגענע האר. ביי אונז איז איינגעפירט צו באדעקן די האר ווען מ'גייט אין גאס. ביי זיי גאָלט מען אפ די האר פון די כלה, נאך אינמיטן די שבע ברכות, און מען דעקט צו דעם קאפ מיט אנדערע מענטשען-האר (שייטל). אינדערהיים טוען זיי אויס דעם שייטל? כ'ווייס נישט, כ'האב זיך געשעהמט צו פרעגן. דער מנהג איז ביי זיי – בעיקר די אונגערישע אינערהאלב איירופע – פארהייליגט ביז גאר.

בנוגע זייער משפחה נעמען, עטליכע פון זיי איז פשוט פארגרייזט געווארן. פון "כהן" איז געווארן "קאהן" (קמץ א), פון "כ"ץ" איז געווארן "קאץ" (ענדליך צו א "חתול", אין זייער אידיש), פון "לוי", איז געווארן "לעווי". וויבאלד זיי האבן נישט קיין כתב יוחסין; משפחות האבן זיך געמישט; און די פארמערטע גירושים און פאגראמים וואס זיי זענען אויסגעשטאנען אין יענע לענדער, איז שוין ביי זיי געווארן א נארמאלע זאך אז א "ישראל" זאל האבן די משפחה נאמען "קאץ" אדער "לוי"! - יענקל, קומט פון די נאמען יעקב.
אפילו זייער ברית-נעמען זענען פרעמד: זלמן, פייוויש, מענדל, זעליג, העצקא, לייבל, בערל, הערשל, פריידא, טויבה, גאלדע, פייגל. אבער לעצטענסט זעהט מען א שינוי לטובה, זיי זוכן צו געבען תנ"ך נעמען, א גרויס פארצענט פון די מילטער-עלטער'ע אינגעלייט רופן זיך מיט'ן נאמען "יואל", אדער "יוסף"; "יעקב יוסף", און ביי די יונגערע ווערט פאפולער דער נאמען "משה אריה".

זייער שפראך איז "אידיש", אזוי ווי ביי אונז "לאדינו". ביי געוויסע איז דאס דייטשע שפראך אזוי פארהייליג, אזש ווען די אשכנזים זענען זיך צוזאמגעקומען אין א "כינוס כלל אשכנזים", איז געווען א טייל רבנים וואס האבן פראטעסטירט אויף דעם וואס די דרשות זענען נישט אויף די יידוש-שפראכען-זי.

זייער מאכלים זענען בעיקר הערינג (רויע פיש, אזויווי סושי) אינדערפרי, און טשולענט (באנדלעך שטארק געקאכט) קושקע (אלטע ברויט געווייקט אין פעפער) אויף דערנאכט. לעצטענסט האט עפעס א רב דארט, פון די מייזליש משפחה, געברעגנט אויפמערקזאמקייט צו עסען נאר רויטע פלייש פאר פרישטאג; נאכמיטאג זאל מען נעמען א בלוט-טעסט, און פיר אייער פאר נאכטמאל.

צוליב דעם וואס זיי זענען אזוי איזאלאריט, און קענען נישט קיין ענגליש, מוזן זיי בלייבן וואונען אינעם זעלבען פלאץ ווי זיי זענען אויפגעצויגן געווארן. דערפאר זעהט מען נישט קיין אשכנזיש-חסידישע קהילות אין אנדערע שטעט, אויסער "דעעהעיש" אין מיאמי פלארידע.[/justify]

המשך לא יבוא
Under influence

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר