בלאט 1 פון 1

דראפ באקס - drop box

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 3:01 pm
דורך נו גוט נו
דראפ באקס האט אופגעקויפט די קאמפעני snapjoy, ווען עס גייט ארויף גיין אויף דראפ באקס גייט מען קענען סינקען פיקשערס פון א סאך פלעצער נמשל פליקער, אינסטגרעם, פיקאסה, און נאך, דאס אופקויפן קאסט נישט קיין סאך בסה״כ רעדט מען פון אפאר מיליאן דאלער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 3:02 pm
דורך נו גוט נו
פריער און חודש האט דראפ באקס אופגעקויפט די באוויסטע קאמפעני Y-Combinator. אזוי באקומען זיי א יד אויף מיוזיק אויך, און מען גייט קענען הערן מיוזיק אויף די פלעיר וואס זיי גייען מאכן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 3:02 pm
דורך נו גוט נו
דראפ באקס איז ווערט היינט צו טאג׳ס אפאר מיליארד דאלער, פאריאר האבן זיי אריין געברענגט 4 מיליארד דאלער, זיי האבן היינט צו טאג׳ס 100 מיליאן קאסטעמער׳ס, מיט רווחים פון 300 מיליאן דאלער

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 3:28 pm
דורך מ גפני
נו גוט נו האט געשריבן:דראפ באקס איז ווערט היינט צו טאג׳ס אפאר מיליארד דאלער, פאריאר האבן זיי אריין געברענגט 4 מיליארד דאלער, זיי האבן היינט צו טאג׳ס 100 מיליאן קאסטעמער׳ס, מיט רווחים פון 300 מיליאן דאלער


וויפיל פון די 100 מיליאן קאסטעמער׳ס זענען FREE קאסטעמער׳ס אויף וועם זיי מאכן נישט קיין געלט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 3:58 pm
דורך נו גוט נו
32.7% דראפ באקס יוזערס זענען פון אמעריקא,
6.7% פון ענגלאנד
6.5% פון גערמעני

66.1% דראפ באקס יוזערס ניצן ווינדאויס.
20.9% יוזערס ניצן מעק.
2% יוזערס ניצן לינעקס
די איבריגע ניצן מער פון איין אפערעטינג סיסטעם

דאונלאודן לימיט אויף דראפבאקס!

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:27 am
דורך נייגעריגער
איך האב ארויפגעלייגט ערגעץ דא אין קאווע שטיבל א פאבליק לינק צו א ווידיאו אין מיין דראפבאקס אקאונט [פונעם בלא בלאדס טי.ווי. שאו וועגן אידן], און נאך א שטיק צייט האט דער לינק אויפגעהערט ארבעטן ארויפברענגענדיג אן ערראר אז צוליב די גרויסע טרעפיק וואס די לינק האט געמאכט זענען אלע מיינע פאבליק לינקס סוספענדירט געווארן!
ווייסט אפשר איינער דא וואס כ'קען טוהן דערוועגן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:42 am
דורך נייגעריגער
גערעכט, גערעכט. כ'האב געוואלט וויסן אויב איז דא איינער וואס ווייסט א וועג זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם אינעם צוקונפט, אז ס'זאל נישט געשעהן!

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:23 am
דורך געפילטע פיש
איך ווייס נישט, אבער וויסן זאלסטו אז אויב לייגט מען א לינק אויף קאווע שטיבל מיינט דאס אז די לינק וועט באקומען טויזענטער היטס, און כמעט אלע אזעלכע סייטס האבן אזעלכע פאליסיס פאר לינקס וואס ברענגען צו פיל טרעפיק.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:28 am
דורך randy_couture
why go with DropBox when you can have Google drive 5GB Free and dropbox is only 2GB free and it has the same if not more features then dropbox

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:55 am
דורך נייגעריגער
randy_couture האט געשריבן:why go with DropBox when you can have Google drive 5GB Free and dropbox is only 2GB free and it has the same if not more features then dropbox

אויב איז די איינציגע מעלה פון גוגל דרייוו די 5 גיגאבייטס אנשטאט דראפבאקס'ס 2 גיגאבייטס, דאן לוינט זיך שוין אסאך מער צו גיין מיט box.com וואס גיבט 15 גיגאבייטס בחינם און זיי לייגן זייער שנעל צו גרויסע נאמבער'ס [כמדומה אז בלויז פארן מחבר זיין די אקאונט צו זייער מאוביל עפפ פארט מען ארויף צו 50! גיג, און אגב האבן זיי יעצט עפעס אן אפפער ווי מ'פאנגט אן מיט 50 גיג] …

און איך וואלט געוואלט וויסן אויב גוגל דרייוו האט אויכעט א פאבליק לינק אפשען אזויווי דראפבאקס און באקס?

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:52 pm
דורך randy_couture
נייגעריגער האט געשריבן:
randy_couture האט געשריבן:why go with DropBox when you can have Google drive 5GB Free and dropbox is only 2GB free and it has the same if not more features then dropbox

אויב איז די איינציגע מעלה פון גוגל דרייוו די 5 גיגאבייטס אנשטאט דראפבאקס'ס 2 גיגאבייטס, דאן לוינט זיך שוין אסאך מער צו גיין מיט box.com וואס גיבט 15 גיגאבייטס בחינם און זיי לייגן זייער שנעל צו גרויסע נאמבער'ס [כמדומה אז בלויז פארן מחבר זיין די אקאונט צו זייער מאוביל עפפ פארט מען ארויף צו 50! גיג, און אגב האבן זיי יעצט עפעס אן אפפער ווי מ'פאנגט אן מיט 50 גיג] …

און איך וואלט געוואלט וויסן אויב גוגל דרייוו האט אויכעט א פאבליק לינק אפשען אזויווי דראפבאקס און באקס?



yes they do

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:36 pm
דורך איחוד פעלד
היות די מעשה מיט ר' חיים האלפערין האט געוויזען אז גוגל גיט זייער גרינג אויף די פריוואטע זאכען פין זייערע באניצערס, האט איינער שוין געמאכט אז זיינע פיילס אויף דראפבאקס זאלען זיין ענקריפטעד?

אויב איינער וויל אנווייזונגען וועל איך אי"ה ארויף לייגען דא.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:42 pm
דורך נייגעריגער
איחוד פעלד האט געשריבן:היות די מעשה מיט ר' חיים האלפערין האט געוויזען אז גוגל גיט זייער גרינג אויף די פריוואטע זאכען פין זייערע באניצערס, האט איינער שוין געמאכט אז זיינע פיילס אויף דראפבאקס זאלען זיין ענקריפטעד?

אויב איינער וויל אנווייזונגען וועל איך אי"ה ארויף לייגען דא.

אוודאי לייג ארויף אינסטראקשען'ס! ס'וועט אי"ה צוניץ קומען....

אגב: קען מען דאס טוהן ביי אלע קלאוד סערוויסעס אדער נאר דראפבאקס???