זיי זענען נישט קראנק, פשוט יונגאטשעס
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
זיי זענען נישט קראנק, פשוט יונגאטשעס
כ'האב א שאלה, כ'וועל עס ארויס ברענגען מיט א מעשה.
אמאל איז א טאטע געקומען צו א גוטן איד איד זיך באקלאגט אז זיין זוהן איז ל"ע משוגע געווארן, ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס.
ענפערט דער גוטער איד, נע, ער איז נישט משוגע, ווען ער עסט ווען שיקסעס און טאנצט מיט חזירים דאן איז ער משוגע, אזוי איז ער פשוט א שייגעץ.
מיין שאלה איז, פארוואס א מיידל וואס וויל נישט גיין צניעות'דיג אדער א אינגעל וואס וויל נישט זיין ערליך שיקט מען אויף טעראפי? זי/ער איז נישט קראנק, זיי זענען פשוט יונגאטשעס, נו וואס קומט דא טעראפי אריין?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משולם טענענבוים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב געשריבען און זיך געדינגען וועגן דעם באריכות יחסית אינ'ם וועבערמאן אשכול.
אויב איינער פון די גבאים צו איינער האט נערוון זאל ער אהערברענגען יענער שמועס.
אויב איינער פון די גבאים צו איינער האט נערוון זאל ער אהערברענגען יענער שמועס.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

- smart
- ידיד ותיק
- הודעות: 625
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 325 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
- קאנטאקט:
משולם טענענבוים האט געשריבן:כ'האב א שאלה, כ'וועל עס ארויס ברענגען מיט א מעשה,
אמאל איז א טאטע געקומען צי א גוטען איד איד זיך באקלאגט אז זיין זוהן איז ל"ע משוגע געווארען, ער עסט חזיר אין טאנצט מיט שיקסעס,
ענפערט דער גוטער איד, נע ער איז נישט משוגע, ווען ער עסט ווען שיקסעס אין טאנצט מיט חזירם דאן איז ער משוגע, אזוי איז ער פשוט א שייגעץ,
מיין שאלה איז פארוואס א מיידל וואס וויל נישט גיין צניעות'דיג שיקט מען אויף טעראפי, זי איז נישט קראנק, זי איז פשוט א גאסען מויד, נו וואס קומט דא טעראפי אריין ?
קודם משולם שמעתי דעע ווארט בשמם דעם רבין פון סאטמאר( הגם סאיז נישט מוכרח אז עס איז בשם אומרו ווייל יעדע גוט ווארט זאגט מען אוי, אים..) אבער געהערט האב איך עס ממיט א קנייטש אנדערש אז דער רבי האט אויסגעפירט אז ער איז נישט קיין משוגענער ער איז א מענטש ווי א צווייטען נאר ער קען זיך פשוט נישט איינהאלטען בקיצור א פלעינע בעל תאוה!
לעצם השאלה: איז דען די טערעפי אויף די תאוה? די טערעפי איז אויף די חלק הדראפ אויט נישט אזוי?
ווען אן אדאלט עסט חזיר און טאנצט מיט נקיבות שיקט מען אים ניטש צו טערעפי
א גוטן טאג אייך!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
מורינו הרב האט געשריבן:משולם; דו האסט געזאגט אויף איר אז זי איז א שיקסע? - דו ווייסט אז מען קען מאכן א פראטעסט קעגן איבער דיין הויז דערפאר?
כ'האב נישט געמיינט א ספעציפישע מיידל, כ'האב געשריבען בדרך כלל,
מען וויל ניצען טעראפי צי טוישען יענעם, טערעפי איז געמאכט צי היילען קראנקע נישט צי צווינגען געזונטע זיך צי טוישען....., אדער אפשער קען מען עס טאקע ניצען אויך אויף דעם, פארדעם פרעג איך, כ'וויל הערען וואס דער עולם טראכט דערוועגען,
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
גאלד האט געשריבן:און ווען איינער האט שלום בית פראבלעמען איז עס דען יא א קרענק, און מ'גייט צו טעראפי, פשט איז א מ'גייט צו א כיטרע מענטש וואס האט די שפראך פאר די סארט קינדער זיי צו משכנע זיין צו צוריקגיין אויף די מעין סטרים שינעס,
יא דאס איז א וועג עס צי אנקוקען, אבער איך האב א פילינג אז אסאך מאל מאכט מען מער קאליא ווי מען טוט אויף, מען שפילט מיט יענעם'ס מיינד, ווען יענער איז קראנק נו מיז מען דאך פרובירען, אבער אז נישט דאן מאך אים/ איר נישט קראנק, יענער וויל זיין א שייגעץ ס'זיין בחירה, מען קען אים/ איר פשוט זאגען דא פירט מען זיך אזוי קענסטעך צישטעלען איז גוט אין אז נישט גיי ווי די באלאנגסט,
פארוואס זאג איך עס, ווייל א שייגעץ קען אלעמאל תשובה טוהן, אבער א קראנקע/משוגענער דארף מען גרויס רחמים ער/זי זאל נארמאל ווערען, אמאל דארף מען לאזען א שייגעץ זאל זיך גוט אויסשייגעצען אדער א שיקסע זיך אויסשיקסענען אין נאכדעם איינזעהן אז דארט פין ווי ער/זי קומט איז נאך אלעם גארנישט אזוי שלעכט,
כ'זאג אלעס בדרך אפשער, פארשטייט זיך יעדע מצב איז א מצב פאר זיך, אבער כ'מיין אז דאס איז אויך אמאל א וועג וויזוי עס צי אנקוקען,
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
יידל האט געשריבן:משולם טענענבוים האט געשריבן:מורינו הרב האט געשריבן:משולם; דו האסט געזאגט אויף איר אז זי איז א שיקסע? - דו ווייסט אז מען קען מאכן א פראטעסט קעגן איבער דיין הויז דערפאר?
כ'האב נישט געמיינט א ספעציפישע מיידל, כ'האב געשריבען בדרך כלל,
היינו דאמרי אינשי, אויפן גנב וכו'.
כ'האב נישט קיין מורא עס צי שרייבען אויף איר, אז כ'זאל זיך דארפען פארענפערען, כ'האב טאקע נישט געמיינט דוקא איר,
אין לגבי איר, כ'נעם נישט קיין שטעלונג לגבי די וועבערמאן אישו, אבער לויט ווי זי גייט אנגעטוהן קוקט זי אויס ווי א שיקסע, אין כ'מיין זי שעמט זיך נישט דערמיט, חז"ל האבען אונז אוועקגעשטעלט גדרי הצניעות אין ווער עס פירט זיך אנדרעש איז א שיקסע, מען קען נישט טאנצען אויף אלע חתונות, אדער איז מען א אשה כשרה וצנועה אדער איז מען א שיקסע, כ'זאג נישט אז ווייל זי איז א שיקסע איז אוטומאטיש וואס זי זאגט ליגענט, אבער א שיקסע איז א שיקסע, אין זי איז נישט די איינציגע שיקסע, ס'דא גענוג פרויען וואס וואוינען אין ווילי וואס קענען אריין אין די קאטאגאריע פין שיקסעס,
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
"דא פירט מען זיך אזוי קענסטעך צישטעלען איז גוט אין אז נישט גיי ווי די באלאנגסט"
פארשטייסט נישט,
דאס זאגט מען און חדר און סקול פאר א נארמאלער הארכזאם קינד, און ווען ס'ווירקט נישט גייט מען צו א מומחה וואס ארבעט אויף טערעפיוטיק וועג נישט מיט געוואלד אדער מיט איומות,
נאך אזאך, זיין א שייגעץ איז אויך א קרענק, ווייל אויב ביסטו מאמין באמונה שלימה אז דער דרך החיים איז בלויז דער דרך התורה ומצוות, דאן אויב א קינד גליטשט מוז מען פארן וואוילזיין פונעם קינד איהם צוריקשטעלן פאר אלע געלטער אויפן דרך החיים והטוב, וואס ווילסטו? ער זאל בוחר זיין דער דרך הרע והמוות? דאס איז פונקט ווי א קענסער קראנקער זאל אנטלויפן פון זיין קימאו טריטמענט,

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
עס איז א גרויסע נפק"מ צווישן שלום בית און א אפגעפארענע. פרעגט נאר די עקספערטן (יא, די אן די לייסענס...)
ביי שלום בית קריגערייען איז פאר ביידע ביטער, ביידע ווילן זעהן א פארבעסערונג, און זענען גרייט צו מקבל זיין אויף זיך שינויים און פארבעסערונגען מהיום והלאה.
אבער ביי די אפגעפארענע האלטן די חברה נישט ביי גארנישט, האק מיר נישט קיין טשייניק. לאמיר טון וואס איך וויל.
ביי שלום בית, ווייסן ביידע צדדים פונעם פארפאלק אז לא זו הדרך, און זיי גייען פשוט צו איינעם אויסהערן וואס איז יא דער ריכטיגער וועג? איזהו דרך ישרה?
ביי די יונגע שנוקעס אבער, האלטן זיי אז זייער וועג איז ריכטיג (די שאלה איז ווי טיף אין הארצן זיי האלטן טאקע אזוי, אבער אכ"מ), אבער די עלטערן אדער מחנכים האלטן אז זיי ווייסן יא דעם ריכטיגן דרך, ממילא "שיקט מען די קינדער" (אפט מאל בעל כרחם) צו גיין צו טעראפי, וואס האט געווענליך א לשון צו לימודים אריינצוקריכן יענעם אין קאפ און איבערצייגן זאכן אנדערש ווי מען האלט.
און דער אמת איז, אז זיי זענען גערעכט. אלס אידן, ווייסן מיר און גלייבן מיר אז אונזער גלויבן איז ריכטיג, און מען טאר נישט זינדיגן (וכדברי ידידינו גאלד הנ"ל). אבער 2 חלקים וואס שטערט די יונגווארג עס מקבל צו זיין מיט א אמונה פשוטה, 1. דער יצר וואס רייצט מיט נסיונות וואס מען קען שווער פייטן; 2. קומען פון א שווערע יוגנט, א דיספאנקשענעל שטוב, אדער מאלעסטעד געווארן רח"ל, און דאס ברענגט אוועקצואווארפן אידישקייט. אנטקעגן דעם צווייטן נסיון איז גרינגער פאר א טעראפיסט, ער דארף פשוט אפטיילן אידישקייט פון דעם דיספאנקשאנעל פאטער אדער משחית, און מסביר זיין אז א איד קען אויך זיין נארמאל, אויפגעלייגט און בשמחה; און אנטקעגן דעם ערשטן פראבלעם מוטשעט מען זיך שטארקער ווי אזוי צו איבערצייגן אז לא זו הדרך.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:משולם, ''חז"ל האבען אונז אוועקגעשטעלט גדרי הצניעות אין ווער עס פירט זיך אנדרעש איז א שיקסע''
פון וועלכע מאמר חז''ל רעדסטו?
עפעס א חז''ל האט מען דערמאנט און מסכת קידושין אל יתיחד אדם....
אפשר מיינסטו די חז''לkaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=64291#p64291
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 115
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:21 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:משולם, ''חז"ל האבען אונז אוועקגעשטעלט גדרי הצניעות אין ווער עס פירט זיך אנדרעש איז א שיקסע''
פון וועלכע מאמר חז''ל רעדסטו?
עפעס א חז''ל האט מען דערמאנט און מסכת קידושין אל יתיחד אדם....
עניבאדי וואס איז עובר בקביעות אויף דברי חז"ל אין בפרט בעניני גדר ערוה ווי צניעות אין יחוד איז ביי מיר א שייגעץ אדער א שיקסע, סימפעל עז דעט, ס'נישט קיין חילוק, וויזוי יענער הייסט, אין ס'אויך נישט קיין חילוק צי ס'איז א דאורייתא צי א דרבנן, צי ב"ד של דוד המלך, כ'האב שוין געשריבען פריער כ'נעם נישט דא קיין שטעלונג אין די ווב"מ אישו,
אבער טאמער ווילסטע כ'זאל עס קלאר ארויסזאגען, איז יא טאמער ס'אמת אז מר. וועבערמאן האט בקביעות עובר געווען אויף איסור יחוד דאן איז ער ביי מיר א שייגעץ, סימפעל עז דעט, כ'האב גארנישט קעגען עים פערזענליך, אין כ'ווייס נישט וואס ער האט יא אדער נישט געטוהן, אבער טאמער האט ער עובר געווען אויף איסור יחוד בקביעות איז ער א שייגעץ, אין כ'זאג עס אפען סיי אויף עים אין סיי אויף איר לויט איר לבוש, כ'האב נישט קיין מורא נישט פין אירע חסידים אין נישט פין זיינע, הא הא הא
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
ווען א יונג קינד ווערט ל"ע אראפ פון דרך, איז דאס בדרך כלל נישט נאר א הוכחה אויף שקצות ווי איר ווילט זאגן, נאר עס איז שקצות+זיך נישט אויסקומען מיט עלטערן/מחנכים אא"וו.
דעריבער, איז דאס נישט מער ווי נארמאל צי אינוואלוון טעראפיסטס און סאשל ווארקערס.
געווענטליך וועט א פרייליכער צופרידנער אינגל/מיידל נישט וועלן טרעטן אויף כל הקדוש למשפחתם צוליב א שלעכטע בחירה אליינס. עס האט אונטערלאגעס פון פארשידענע פראבלעמען וועלכע ער/זי איז דרכגעגאנגען במשך די יארן.

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יא. אודאי למעשה איז דא א בחירה, ראה נתתי לפניך את החיים ואת המות וגו'.
אבער פאר סאם ריזען האט דער רבש"ע געגעבן עלטערן פאר א קינד אז זיי זאלן אים לערנען און דירעקטירן אינעם ריכטיגן וועג, לקיים "ובחרת בחיים".
די עלטערן, מחנכים, פרובירן מיט זייערע כוחות דאס מקיים צו זיין עד שידיהם מגעת. אן זיי, וואלט יעדעס קינד, בלי שום ספק, געגאנגען אויפן אומריכטיגן וועג.
איינמאל זייער טעכניקן ארבעטן נישט, און דאס קינד גייט די ראנג דירעקשאן, מוז מען שוין גיין צו א העכערע מדריגה, און אויפנעמען א פראפעסיאנאלע מענטש וואס זאל דאס קינד פירן ווייטער אויפן ריכטיגן וועג מיט מיטלען וואס זענען נישט באקאנט פאר יעדע דורכשניטליכע טאטע/מאמע.
אזוי גייט עס ביז דאס קינד האט חתונה, ווילאנג ער/זי איז אונטער די עלטערנ'ס רשות, און זיי האבן די פליכט אים/איר מחנך צו זיין.
(נאך די חתונה, דאן איז די ריכטיגע בחירה.)