בלאט 1 פון 2
דפוס האלמנה והאחים ראם
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:48 pm
דורך יידל
א קורצע איבערבליק: די באקאנטע דפוס האלמנה והאחים ראם, וועמען מיר האבן צו פארדאנקן די בארימטע ווילנא צורת הדף פון תלמוד בבלי און די אריגינעלע ווילנא פאנט, איז געגרינדעט געווארן אין תקמ"ט, 1789 למספרם דורך א רוסישער איד מיטן נאמען ברוך ראם. ווען ער איז געשטארבן אין תקס"ג, 1803 למספרם, איז די דרוקעריי אריבער צו זיין זון מנחם מן ראם. מנחם מן האט אנגעהויבן דרוקן דעם תלמוד בבלי אין א נייעם אויסלייג בשנת תקצ"ד, 1834 למספרם. דאס האט כידוע געברענגט צו א ריזיגע קאפירייט געפעכט מיט די סלאוויטע דרוקערס אין וועלכע די האלבע וועלט איז געווען אריינגעמישט. די געפעכט האט זיך געענדיגט אין תקצ"ו, 1836 למספרם ווען מ'האט געפונען א סלאוויטע ארבעטער אויפגעהאנגן און די רעגירונג האט דאן פארמאכט כמעט אלע דרוקערייען חוץ ווילנא און זיטאמיר. ווען מנחם ראם איז געשטארבן אין תר"ב, 1841 למספרם, איז די דרוקעריי אריבער צו מנחם מן'ס זון און אייניקל: יוסף ראובן און זיין זון דוד. יוסף ראובן איז געשטארבן אין תרי"ח, 1858 למספרם און דוד בלויז צוויי יאר שפעטער אין תר"כ, 1860 למספרם. ווען דוד איז געשטארבן איז די דרוקעריי אריבער צו זיין אלמנה, דבורה, און צו זיינע צוויי ברודער, חיים יעקב און מנחם גבריאל בני יוסף ראובן. אין 1863 האבן זיי ריברענדעד דעם דרוקעריי אלץ "דפוס והוצאת האלמנה והאחים ראם", און די שוועגערין איז באשטימט געווארן אלס די CEO פון די דרוקעריי.
אט איז א בילד פון דוד'ס אלמנה דבורה (זעט אויס ווי זי גייט מיט שייטל), און איר שוואגער מנחם גבריאל (זעט אויס ווי ער גייט אין הוילן קאפ).
rohm.jpg
אינטערעסאנט אז
דא אינדענטיפיצירן דעם מאן אלץ דבורה'ס שווער יוסף ראובן, אבער לכאורה איז די ריכטיגע אינדענטפיקאציע מנחם גבריאל, ערשטנס איז די צייטונג פון ווי די בילדער קומען מסתמא מער באגלייבט און צווייטנס איז מסבר אז די בילדער זענען פון די זעלבע תקופה.
די געביידע אין וועלכע די דרוקעריי איז געווען סטאנציאנירט אין ווילנע
Rohm2.jpg
די ארבעטער אינעם דרוקעריי
Rohm3.jpg
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:52 pm
דורך יידל
פארגעסן צו שרייבן, קרעדיט פארן ערשטן בילד קומט זיך פאר הרב ש. פון
אן די מיין ליין און קומט אריגינעל פון
דא, די אנדערע בילדער קומען פון
דעת.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 8:20 am
דורך עוד מישהו
הייסט עס קען זיין אז די דרוקער זענען נישט אלע געווען פרום? אדער זענען א חלק פון די ראם משפחה געווארן פארכאפט צו די השכלה?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:26 pm
דורך לעמאן דזשוס
יא, די דרוקעריי איז ווייט ווייט נישט געוועהן קיין פרומע דרוק
אסאך השכלה ביכלעך, רומאנען און שאר ירקות האבן זיי געדרוקט
דרך אגב, די סיבה פארוואס זיי האבן געדרוקט די ׳הגהות הרש״ש׳ אין די ש״ס זייערע איז מכח א משפחה קירבה׳שאפט, עטליכע פון די ראם׳ס זענען געוועהן ר׳ שמואל שטראשון׳ס אייניקלעך
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 3:10 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:א קורצע איבערבליק: די באקאנטע דפוס האלמנה והאחים ראם, וועמען מיר האבן צו פארדאנקן די בארימטע ווילנא צורת הדף פון תלמוד בבלי און די אריגינעלע ווילנא פאנט,
די צורת הדף פון תלמוד בבלי דפוס ווילנא איז נאך באזירט אויף דער צורת הדף פון דניאל באמבערג פון ווענעציע, מיט עטליכע הונדערט יאר פריער. דער ווילנער פאנט איז אויך נישט ממש אן ערפינדונג פון אחים ראם, נאר איז א מאדערניזירטע ווערסיע פון די אותיות וועלכע מ'האט אין יענער תקופה גענוצט אין אייראפע, כ'וואלט געזאגט ענליך צו דער מאדערניזאציע וואס "ארטסקראול" האט געמאכט מיט דעם פאנט "הדסה" אין זייער שול-חומש.
שווער צו גלייבן אז מנחם גבריאל ראם איז געגאנגען אן א קאפל, אפילו ווילנא בכלליות און משפחת ראם בפרטיות איז געווען אנגעפיקעוועט מיט השכלה, איז ער דאך געווען אן עוסק במלאכת הקודש. אגב, ר' גוגל האט מיר צוגעפירט צו אן
אינטערעסאנטן בוך וועמענ'ס מחבר איז געווען מנחם גבריאל ראם: "דער נײער רוססישער לעהרער: איין מיטעל פיר אידישע יונגע לײט זיך אױס צו לערנען אין אקורצע צײט דעם רוססישען לשון".
קודם כל, א
פארראכטענע לינק צו דעם בוך. אגב חורפך האסטו נישט באמערקט אז דער מחבר פונעם בוך איז איינער "הירש וואנעל", און מנחם גבריאל ראם איז סך הכל דער Publisher.
לגבי דיינע אנדערע הערות איז אזוי. די דפים בעצם (וועלכע ווארט גייט אויף וועלכע דף) זענען טאקע באזירט אויף באמבערג'ס ש"ס אבער די צורת הדף, דאס הייסט די אויסשטעל וואס מ'רופט היינט די layout, דאס איז זיכער אייגנס.
דא האסטו באמבערג'ס מס' בכורות און
דא האסטו עוז והדר'ס (ווילנא) מס' בכורות, פארגלייך די אויסשטעל פון די דפים וועסטו זען אז זיי זענען נישט די זעלבע.
לגבי די פאנט ביסטו לכאורה יא גערעכט, וכן משמע מ
וויקיפדיה.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 4:41 pm
דורך יאיר
יאנקל, עס האט נישט מיט געבן מער קרעדיט פאר ש"ס ווילנא, עס איז נאר אן אינטערעסאנטע זאך אז נאר זייער צורת הדף איז אויפגעכאפט געווארן ביי גאנץ כלל ישראל. דאס ווייזט אויף די רעוואלוציענערישע אייגנשאפטן וואס ש"ס ווילנא האט פארמאגט. עס קען זיין אז אין צאל האט עוז והדר צוגעלייגט מער חידושים, אבער אין פראפארציע קעגן די צייט ווען עס איז געדרוקט געווארן איז ש"ס ווילנא געווען פונקט אזא חידוש ווי עוז והדר היינטיגע צייטן, ווייל, די דעמאלטדיגע חידושים זענען געווען בערך אזוי גרויס באיכות.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 8:26 pm
דורך יאיר
הוא הדבר אשר דיברנו, ש"ס וילנא האט איבערגענומען דעם עולם התורה מיט אזא שטורעם, אז נאכדעם וואס מען האט אנגעהויבן קאפירן ש"ס'ן האט מען עפ"י רוב קאפירט דעם וילנא ש"ס צוליב איר פאפולאריטעט. די מאדערנע שטריכן אין ש"ס וילנא ווי די שיינע צורת האות און צורת הדף זענען בלויז געווען די שאר ירקות קעגן די ריכטיגע חידושים, די
אומענדליכע הגהות און הוספות אויף וואס די מדפיסים האבן זיך געלאזט קאסטן ריזיגע סומעס געלט און צייט, און האבן געדינגען די גרעסטע מומחים דערויף, און דאס איז וואס האט געשאפן א רעוואלוציע אינ'ם עולם התלמוד.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 4:33 pm
דורך דעתי הענייה
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יא, די דרוקעריי איז ווייט ווייט נישט געוועהן קיין פרומע דרוק
אסאך השכלה ביכלעך, רומאנען און שאר ירקות האבן זיי געדרוקט
דרך אגב, די סיבה פארוואס זיי האבן געדרוקט די ׳הגהות הרש״ש׳ אין די ש״ס זייערע איז מכח א משפחה קירבה׳שאפט, עטליכע פון די ראם׳ס זענען געוועהן ר׳ שמואל שטראשון׳ס אייניקלעך
נישט סתם משכילים....
אסאך גדולים, און בפרט ביי חסידים האבן זיך מונע געווען פון לערנען דערין (ש אומרים אז דאס איז געווען א תוצאה פון די מחלוקה מיט די סלאוויטא ברודער, אבער דאס איז נאר נוגע צום ערשטען דרוק, נישט צום באקאנטען דרוק).
ושמעתי פון צעהלימער רב שליט"א אז זיין שטוף טאטע, רבי מענדעלע סטראפקובער, האט אפילו דאהי, ווי עס איז כמעט נישט געווען קיין אנדערע, האט ער נישט געוואלט אריינקוקן און קיין ווילנא ש"ס, זאגענדיג, אז עס האט א דין פון א ספר תורה שכתבו מין ( לשון מושאל כמובן).
דרך אגב, ער איז בכלל געווען א גרויסער מבקר אויף ספרים, אפילו אזאלכע וואס זענען אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל, אבער דאס איז נישט אויף איבערצוזאגען.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 6:25 pm
דורך יידל
פארוואס נישט אויף איבערצוזאגן?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:40 pm
דורך דעתי הענייה
יידל האט געשריבן:פארוואס נישט אויף איבערצוזאגן?
וועל איך זאגען איין דוגמא, אויף דיין אחריות, גרייט?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:44 pm
דורך משולם שטיינפעלד
משנה ברורה???
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:45 pm
דורך יאיר
איך בין גרייט צו נעמען אחריות, אויב מיין אחריות איז אזוי גוט ווי יידל'ס.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:56 pm
דורך יידל
איך נעם אויך אחריות, כאטשיג יאיר'ס אחריות איז מסתמא צענדליגע מאל מער ווערט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:07 pm
דורך דעתי הענייה
יידל האט געשריבן:איך נעם אויך אחריות, כאטשיג יאיר'ס אחריות איז מסתמא צענדליגע מאל מער ווערט.
ווען מען פלעגט נאכזאגען פון משנה ברורה, פלעגט ער זאגן: עס איז פונעם תניא א גאנצער פרק אויף לשון הרע, און דער חפץ חיים וואס זוכט מיט לעכט מקורות דערמאנט אים נישט, פארוואס? ווייל ער האט נישט געוואלט, וויל איך נישט הערן פון אים.
נע, נישט געפערליך.....
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:27 pm
דורך משולם שטיינפעלד
האב איך יא צוגעטראפן.
עני אלטע גאליציאנע איד האט אזוי גערעדט פונעם משנה ברורה
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:32 pm
דורך לעמאן דזשוס
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:האב איך יא צוגעטראפן.
עני אלטע גאליציאנע איד האט אזוי גערעדט פונעם משנה ברורה
זאגט עס עפעס אויף גאליציאנע יידן? אדער אויפן משנה ברורה?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:39 pm
דורך דעתי הענייה
לעמאן דזשוס האט געשריבן:משולם שטיינפעלד האט געשריבן:האב איך יא צוגעטראפן.
עני אלטע גאליציאנע איד האט אזוי גערעדט פונעם משנה ברורה
זאגט עס עפעס אויף גאליציאנע יידן? אדער אויפן משנה ברורה?
לעניית דעתי, איז די ווארט א סעמפל פונעם אמאליגען חסידישן בליק אויף ספרים פון מתנגדים און נישט חסידים, און ילקוט מאורי אור שטייט פונעם טשערנאבלער מגיד, אז ער האט געזאגט, אז מען זאל נישט לערנען קיין ספרים פון מתנגדים, ווייל אפילו אויב זיי זענען
באמת געווען גדולים, וויבאלד זיי האבן נישט מסכים געווען צום דרך הבעל שם, זענען זיי פארקראכען פונעם אמת'ן דרך אין עבודת השם.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:44 pm
דורך יאיר
דעתי הענייה האט געשריבן:יידל האט געשריבן:איך נעם אויך אחריות, כאטשיג יאיר'ס אחריות איז מסתמא צענדליגע מאל מער ווערט.
ווען מען פלעגט נאכזאגען פון משנה ברורה, פלעגט ער זאגן: עס איז פונעם תניא א גאנצער פרק אויף לשון הרע, און דער חפץ חיים וואס זוכט מיט לעכט מקורות דערמאנט אים נישט, פארוואס? ווייל ער האט נישט געוואלט, וויל איך נישט הערן פון אים.
נע, נישט געפערליך.....
זייער מאדנע, ווייל דער משנה ברורה ברענגט דאך אן א שיעור מאל דעם בעל התניא, און ער ברענגט אפילו איין מאל אראפ דעם דרך פיקודיך (ביאור הלכה סי' רי"ד). אגב, איך האב געהערט אז דער שאפראנער רב פלעגט מקפיד זיין צו רעדן נאך ברכו ביי מעריב, ווייל דער משנה ברורה האלט אז מען טאר נישט אויסרעדן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:44 pm
דורך לעמאן דזשוס
שיינע מעשה, פון א רוסיש׳ן חסידישע חסידות איז גארנישט קיין איבערווייז
זיי זיינען אין אלעם, בפרט אין חסידות זייער ראדיקאל. פונקט ווי די אונגארישע רבנים קעגן די שטאטוסקווא. סא אזא מין שארפקייט וואס קומט לכאורה פון א תכונה וואס די פוילישע האבן נישט פארמאגט
פוק חזי טשערנאביל, חב״ד, קארלין ועוד אלע אנדערע רוסיש, ליטווישע חסידות׳ן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:46 pm
דורך דעתי הענייה
און איך מוז צולייגן, איך מיין נישט חלילה צו זאגן אז איך האלט אזוי, מה אני ומה חיי, איך זאג נאר מהלך מחשבתם פון אמאליגע חסידים.
אויף דעם ענין איז פאסיג די ווארט וואס האדמו''ר רבי שלמה מבאבוב האט געזאגט אמאל בנוגע די צאנז רוזינע מחלוקה, אז היינט איז דאס נישט קיין מדובר בכלל, ווייל איך בין נישט צאנז און זיי זענען נישט רוזין.
איז מיין איך אז פי כמה קען מען דא זאגן, אונז זעמיר נישט קיין חסידים, און זיי זענען נישט קיין מתנגדים.... וד''ל.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:48 pm
דורך דעתי הענייה
יאיר האט געשריבן:דעתי הענייה האט געשריבן:יידל האט געשריבן:איך נעם אויך אחריות, כאטשיג יאיר'ס אחריות איז מסתמא צענדליגע מאל מער ווערט.
ווען מען פלעגט נאכזאגען פון משנה ברורה, פלעגט ער זאגן: עס איז פונעם תניא א גאנצער פרק אויף לשון הרע, און דער חפץ חיים וואס זוכט מיט לעכט מקורות דערמאנט אים נישט, פארוואס? ווייל ער האט נישט געוואלט, וויל איך נישט הערן פון אים.
נע, נישט געפערליך.....
זייער מאדנע, ווייל דער משנה ברורה ברענגט דאך אן א שיעור מאל דעם בעל התניא, און ער ברענגט אפילו איין מאל אראפ דעם דרך פיקודיך (ביאור הלכה סי' רי"ד). אגב, איך האב געהערט אז דער שאפראנער רב פלעגט מקפיד זיין צו רעדן נאך ברכו ביי מעריב, ווייל דער משנה ברורה האלט אז מען טאר נישט אויסרעדן.
ליין איבער וואס איך האב געשריבען, און משנה ברורה דערמאנט ער אים כמה פעמים, אונטערן נאמען הגר''ז, סטראפקובער רב האט געמיינט אינעם ספר חפץ חיים.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:54 pm
דורך יאיר
איך פארשטיי, אבער למעשה איז עס אומפארשטענדליך פארוואס ער האט געהאלטן אז דער חפץ חיים האט אים דוקא נישט געוואלט דערמאנען, בשעת אין משנה ברורה דערמאנט ער אים אזויפיל מאל, און בכלל איז דער חפץ חיים געווען סימפאטיש צו חסידים. אויב עס איז אמת אז ער דערמאנט אים טאקע נישט אין חפץ חיים, קלער איך אז די סיבה איז וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז מתנגדים זאלן זיך אפהאלטן פון עס לערנען צוליב דעם.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:56 pm
דורך לעמאן דזשוס
דרך אגב, אינטערעסאנטע באמערקונג, ממש א זייטיגע זאך
די משנ״ב רופט אים הגר״ז נישט הגרש״ז
היינט בלעטערנדיג דעם הערליכן ספר רב פעלים פון ר׳ יוסף חיים פון באגדאד זעה איך אויך ווי ער רופט אים ׳שו״ע ר׳ זלמן׳
איז זיי נישט באקאנט געוועהן אז זיין נאמען איז געוועהן שניאור זלמן?