בלאט 1 פון 1
פארקויפט די חמץ פאר ווארען באפעט
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 9:51 am
דורך יידל
הרב יונתן גראס, רב פון בית כנסת בית ישראל און אמאהא, נעברעסקע, האט פארקויפט די חמץ פאר א "כשר'ן" גוי, נישט קיין אנדערער ווי ווארען באפעט... דאס איז לכאורה באפעטס מערסט אינטערעסאנטע "ביזנעס דיעל" וואס ער האט געמאכט אין זיין לעבן... עס איז אויך אינטערעסאנט ווי דער רב רב גראס האט אויסגעארבייט די דעטאלן מ'זאל קענען פארקויפן חמץ אזוי פרי ווי 6 וואכן פאר פסח!
ליינט דעם אינטערעסאנטן ארטיקל
דא:



Re: פארקויפט די חמץ פאר ווארען באפעט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:49 pm
דורך קרעמער1
דער רב זאגט אז ער האט עס געטוהן צו ברענגען מער יודן צו וויסן איבער בדיקת חמץ און אויך צו ברענגען פובליסיטי צו זיין ארגאניזעישן וואס זאמלט עסנווארג פאר נויטבאדערפטיגע.
Re: פארקויפט די חמץ פאר ווארען באפעט
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 7:39 pm
דורך חד גדיא
איך האב געללינט וועגן דעם אין נייעס באריכט. ער טענה׳ט אז ער האט עס נישט געטין אלץ א כשר׳ע פארקויפן. ווייל באפעט איז נישט געוועהן עוועילעבל גלייך פאר פסח. נאר וויבאלד באפעט האט מסכים געוועהן האט ער נישט געוואלט דורעכלאזן די געלעגענהייט. האט ער געמאכט א כמו- פארקויפן.
Re: פארקויפט די חמץ פאר ווארען באפעט
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:11 pm
דורך קול גדול
אין זכות פון די מצוות מכירת חמץ וועט דער רבש"ע אים זיכער צושיקן א רפואה שלמה פון די פראסטעט קענסער:
http://www.vosizneias.com/104769/2012/0 ... z+Neias%29