בלאט 1 פון 2
דער פידל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:17 am
דורך זר זהב
אפגעטיילט פון דא
כ'ווייס עס נישט וואו צולייגן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C--78OvblaA[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:21 am
דורך חאצקל
זיצט זיך א אידעלע, מיט זיין פידעלע...
דער פידעלע איז אזוי אריין אין אידישן פאלקלאר אין מזרח אייראפע נישט נאר וועגן דעם גראם וואס עס גראם'ט מיט אידעלע, נאר וויבאלד עס איז זייער א סך גענוצט געווארן אין דער אלטער היים דונענדיג אלס הויפט פאלקס און קלאסישער כלי צוגלייך, האבן זיך נאטורליך אויך אידן צוגעכאפט דערצו, און מיט זיין איידעלער קול וואס צעגיסט זיך אין די ביינער האט זיך גיט אפגעשפילט די הארציגע און פרייליכע מעלאדיעס פונעם גלות'דיגן אידל.
עס איז א פאלקס רעטאריק אז דוד המלך האט געשפילט מיט א פידעלע, אבער פאר ווער ס'איז באקאנט וויאזוי אונזער היינטיגער פידל האט זיך אנטוויקלט ווייסט אז דער תמימות'דיגער פארצייטישער פידעלע איז א גאר מאדערנער כלי מיט גאר פארגעשריטענע טעכניקן, און איז אין איר היינטיגער פארום אלט נישט מער ווי דריי הונדערט און פופציג יאר, (דער שטעקן [בויגן\סמיטשיק] איז אריין געקומען מיט אפאר הונדערט יאר פריער). אזוי פיל יא, דער פידל אזוי ווי ס'איז היינט איז אן אנטוויקלונג פון די אמאליגע סטרינעס (סטרינגס) כלים וו.צ.ב. א הארף וכדו' וואס איינע פון די אמליגע סטרינעס כלים איז געווען א כינור.
דער פידעלע האט זוכה געווען צו וואס קיין איינע פון די אנדערע כלים האבן נישט זוכה געווען, דער באציאונג דערצו איז נישט ווי צו סתם א אביעקט אדער מכשיר, נאר ווי צו א לעבעדיגער הארציגער באשעפעניש, חיבה יתרה נודעת לו ווי מ'רופט עס בלשון חיבה "דער פידעלע". אויך איז קענטיג די רעספעקט וואס מ'האט צום "קעניגן פון די אינסטרומענטן" ווי עס ווערט גלייכצייטוג פאררעכנט אלץ די "מאמע פון די אינסטרומענטן". א שטוב וואו ס'געפונט זיך א פידל באקומט אן ערך פון א מקום פון מחשבה טיפזיניגקייט פילאזאפיע קונסט און קלאס וואס דאס אלעס טוט טאקע דער פידל סימבאליזירן. און ווירקליך, די וועלט פון פידל איז א וועלט פון קלאס און ערהאבנקייט, מלא חשיבות, און מלא נגינה און טיפזיניגקייט.
אט דאס אלעס האט זי פארדינט נישט סתם אזוי, נאר מיט רעכט, ווען מ'רעדט נאר פון א פידל ווערט דאס הארץ איבערגעפלייצט מיט נגינה, מ'גייט אריין אין אן אנדער וועלט. דער טעכניק פון פידל האט דערגרייכט גאר גאר ווייט, אזש די מתרי הכנור רירן צו צו די מתרי הנשמה, מיטן פידל קען מען ארויס ברענגען הויכע און טיפע חלקי נגינה וואס דערהייבט א מענטשן צו העכערע ספערן פון קלאס און אינטעליגענציע און צומאל אויך צו ערהאבענע מעדיטאציע.
איך האף אי"ה אין אן אנדערער געלעגנהייט ממשיך צו זיין בהרחבה, דערווייל קענט איר ארויס ברענגען וואס איר האט צו זאגן איבערן פידל און איבער פידלערס אמאל (צוגיינער) און הייינט, אריין גערעכנט פארשטייט זיך די פידלערס אויף אונזערע אלבום'ס.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:17 pm
דורך חאצקל
נו, ביטע לאזט נישט שלאפן דעם אשכול זאגט כאטש אריין עפעס א ווארט.
ווער זענען אייערע באליבטע פידל שפילערס (אויסער פידל קאסטראו?...)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 8:31 pm
דורך שמייכל
אין פידל האב איך נישט אזוי פיל גענישטערט ווי אין אנדערע אינסטרומענטן וויבאלד דאס ווערט בלויז באנוצט ביי קלאסיקל מוזיק וועלכע קומט מיר נישט אויס אזוי אפט צו הערן, אבער דאך איז נישט מעגליך אויסצולאזן דעם וועלט באריהמטן ווייעליניסט 'איציק פערלמאן' (Itzhak Perlman) - באקאנט פארן היימישן ציבור מערסטנס צוליב זיין אלבום מיט
חזן הלפגוט, אבער איז אסאך מער באקאנט אין די קלאסיקל מוזיק וועלט וואו ער ציילט זיך פון די גרעסטע פידל שפילער אין די וועלט, עס איז באקאנט די ניגון וואס ער שפילט אויף די 'שינדלערס ליסט' פילם וואו ער צונעמט ממש די געפיהלן (די צווייטע אינטראוי אויף מיכאל'ס נשמה פלאם 1 איז נאכגעמאכט פון דעם ניגון), פאר מער קוקט
דא.
איציק האט פערפארעמט אלל אווער די ווארלד, ער איז שוין היינט 67 יאהר אלט און שפילט נאך אלץ אויף קלאסיקעל קאנצערטן.
איציק האט אויך געהאט א שטיקל אינטערעסע אין Jazz - ער האט ארויסגעגעבן אן אלבום
Side By SIde מיט איינע פון די גרעסטע דז'עז פיאניסטן.
עס זענען למעשה דא נאך גאר גרויסע פידל שפילער פון וועמען איך האב שוין געהערט במשך פון די יאהרן אבער איך דענק נישט קיין נעמען ליידער.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:29 am
דורך חאצקל
אלס קעניג פון די פידלער פון אלע זמנים ווערט פאררעכנט יאשע (יעקב) חפץ פון ווילנא. פון זיינע גרעסטע קאנקורענצן אין זיין צייט איז געווען דעיוויד אסטרויך. היינט ווערט איציק פערלמאן (יליד ארץ ישראל) פאררעכנט אלס גרעסטער פידלער. אויך מאקסים ווענעגראוו (פון נאוואסיבירסק - סיביר) הייסט פון די גאר גרויסע.
וואס ס'איז מערקוועדיג איז אז אזוי ווי ביי פילע אנדערע פאכן זענען אויך כמעט אלע וועלטס גרעסטע פידלער'ס אידן.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:55 am
דורך חאצקל
שמייכל האט געשריבן:אין פידל האב איך נישט אזוי פיל גענישטערט ווי אין אנדערע אינסטרומענטן וויבאלד דאס ווערט בלויז באנוצט ביי קלאסיקל מוזיק וועלכע קומט מיר נישט אויס אזוי אפט צו הערן.
פידל ווערט גראדע גענוצט נישט נאר אין קלאסיקל מוזיק, נאר אויך אין כלזמר וכדו' און אזוי ווי דו האסט דערמאנט אויך ביי דזשעז וכו'. אויך אין אונזערע אלבום'ס ווערט פידל זייער פיל גענוצט, סיי אלס סאלאו און סיי אלס א סטרינגס גרופע (משה לאופר און רובי באנעט ניצן כמעט שטענדיג סטרינגס אין די לעצטע 15 יאר. ישראל לאם האט כמעט אייביג געמאכט זיינע ארעינדזמענטס מיט פידל אדער פידלעך).
צווישן די באקאנטע טעיפ'ס וואו ס'דא פידל אלס סאלאו אדער סטרינגס, זענען: רוב קעמפ שלוה; א גרויסער חלק פון מבד'ס טעיפ'ס; א גרויסער חלק פון א. פריד'ס טעיפ'ס; רוב ירמי' דמן טעיפ'ס; אלע מתוקות טעיפ'ס; אלע רגש טעיפ'ס, און אזוי ווייטער. מ'קען זאגן אז רוב טעיפ'ס אנטהאלטן פידלעך,
די זאך איז נאר אז נישט יעדער כאפט אז דער קול פון סטרינגס אויף א טעיפ אזי א גרופע פידלעך, ווייל אנדערש ווי טראמפייטערס וואס מ'זעט ביי חתונות וועט מען אבער סטרינגס נישט זען ביי א חתונה, דערפאר שטעלט מען נישט צוזאם אז אונזערע טעיפ'ס ווערט פאקטיש באצירט מיט די פידלעך ואוס מ'זעט אויף די סיינס ביי א רבי'שע שמחה.
אויף לחיים אידן און ברודער שפילט א געוויסער גרישה (אדער גרשון) לב. דאכט זיך אז ער האט אויך ארויס געגעבן א טעיפ הכינור היהודי. דער סטרינגס ארקעסטרא וואס ווערט גענוצט אין ארץ ישראל פאר אונזערע אלבום'ס איז געווענליך פון א געוויסער אייל שלוח (איך ווייס נישט צו עס איז א נאמען פון א מענטש אדער קאמפאני. מ'קען זען דעם אנפירער פון די ארקעסטרא אויף דער באקאנטע DVD פון אברהם פריד לייוו אין איזראעל, ער זיצט ביי די לינקע זייט פון די פידלערס), און צומאל אויך הפילהרמונה הישראלית (גארנישט מיט מונה רוזנבלום). אין ניו יארק ווייסט איך פון א גרופ פון א געוויסער מישא גוטנבערג (איך האף אז איך געדענק ריכטיג זיין נאמען), מ'קען אים טייל מאל זען אויף די ווידעאוס פון אהרן טייטלבוים'ס ארקעסטרא מיט ישראל לאם.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 7:08 am
דורך שמייכל
חאצקל האט געשריבן:פידל ווערט גראדע גענוצט נישט נאר אין קלאסיקל מוזיק, נאר אויך אין כלזמר
קלעזמער מוזיק טאקע אויכעט, איך פלעג אמאל האבן אסאך קלעזמער טעיפס אין באזיץ, איך האב געקענט א גרויסע צאל קלעזמער ניגונים, איך פלעג זיי קענען נאכזינגען די אלע געדרייטע קלעזמער שטיקלעך, נאר אז מ'חזר'ט נישט געדענקט מען נישט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:48 pm
דורך שמעקעדיג
חאצקל איז לעצטנס פארשוואונדן, און די מוזיק אשכולות שלאפן. כ'האב כמעט געמיינט אז ס'איז די ספירה טעג.
אריין אין די "פארשוואונדענע ניקס" אשכול.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:59 pm
דורך sunbar
עס איז געווען עפעס א פידל שפילער, א היימישע עלטערע יוד. מען האט עם גערופן יודעלע מיט די פידעלע. איינער ווייסט וועם איך מיין?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:13 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:אפגעטיילט פון דא
כ'ווייס עס נישט וואו צולייגן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C--78OvblaA[/youtube]
אוי רבונו דעלמא כולו, דו ווייסט וועכלע ניגון ער שפילט דארט מיט אזא חסידישער מתיקות?
Lord of the Dance, לא פחות ולא ... (פון 0:09 ביז 0:59)
דא האסטו איינער וואס זינגט עס מיט די ווערטער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=1fzRZuGEr04[/youtube]
ס'איז קאמיש ווי דער אינגערמאן מיטן פלאכן ביבער היט ביי 0:28 מאכט אזוי פרייליכערהייט מיט די הענט אויף דעם קריסטליכן tune... און ביי 0:40 מאכט דער אידל מיטן ווייסן בארד אזא תנועה ווי צו זאגן "ס'איז א שיינער ניגון, כ'ווייס נישט פון וואו ס'קומט".
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:13 am
דורך געפילטע פיש
sunbar האט געשריבן:עס איז געווען עפעס א פידל שפילער, א היימישע עלטערע יוד. מען האט עם גערופן יודעלע מיט די פידעלע. איינער ווייסט וועם איך מיין?
מיינסט אפשר
מאלי פיקאן?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:42 am
דורך רויטע וואנצעס
איינער ווייסט ווי איך קען טרעפן [tag]חאצקל[/tag]? איך וואלט עם געצאלט ער זאל ווייטער שרייבן איבער אינסטרומענטס.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:06 am
דורך רויטע וואנצעס
דער איז א seamless genius.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mUnYikWCYMg[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:28 am
דורך רויטע וואנצעס
יצחק פערלמאן שפילט די מאווי ניגון פון שניידערס ליסט. (ס'דא א קליפ אנליין ווי ער שפילט עס לייוו)
לפי עניית אזני, איז נישטא נאך אזא הערליכע שטיקל פון א וויילין אויף יוטוב.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=kibJUJGpPMA[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:23 pm
דורך moshav zekeinim
David ostroich z`l. one of the best violinists in the history
[youtube]http://
https://www.youtube.com/watch?v=SKd0VII ... ata_player[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:50 pm
דורך moshav zekeinim
Maxim Vengerov the king off Violin sound And techniques.
[youtube]http://
https://www.youtube.com/watch?v=SKd0VII ... ata_player[/youtube]
WOW
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:29 am
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Xxx49zQsQDc[/youtube]
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:47 pm
דורך געפילטע פיש
ער שפילט פיין, בעסער פון מיר זיכער, כ'מאך נישט אוועק, אבער ווייט פון WOW. ער שלונגט נאטן ווען ער הויבט אן צו שפילן שנעל. פארגלייך עם מיט הילערי האנן למשל, קוקט ווי זי פארפעלט נישט צו סטרעסן יעדע נאט ווי שנעל זי זאל נישט שפילן. וויאזוי זי קען שפילן ליד און אקאמפנימענט צוזאמען אויף א מאל, דאס הייסט א קונץ!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=gpnIrE7_1YA[/youtube]
הערט למשל וואס זי טוט ביי
1:59 מיט די הארמעני, צו ביי
3:00, און נאכדעם וויאזוי מלאכים קומען ארויס פון פידל. די פערסיזשען און ספיד
דא. די וועריעשען נאך 5:00 שטייגט נאך איבער דעם ערשטן.
די אקאמפנימענט וואס זי שפילט
דא צו צו זיך אליינס איז שטוינענד.
הי"ד
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:12 pm
דורך אהבת ישראל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער איז א seamless genius.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mUnYikWCYMg[/youtube]
הי"ד דער סאלדאט איז לויט די נייעס אין דע איזרעלי מידיע אומגעקומען עטליכע טעג שפעטער אינמיטען דע צוק איתן מלחמה....
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]געפילטע פיש[/tag], שכח פאר די לינק, שלא מעלמא הדין. זי איז א ריכטיגע אקעדעמישע שפילער, אויך א גוטע improviser. די אינגערמאן אויבן איז אבער זייער גוט פאר א היימישע חתונה קלעזמער שפילער. פאר דער עולם וואס ער שפילט פאר, איז ער די פול פעקעזש, ער איז לעבעדיג, כאריזמאטיש און א שיין ביסל טאלאנט.
גראדע זעה איך יעצט, אז בעיקר לאזט ער אויס נאטן, ווען ער מאכט זיך משוגע מיט הארמעניס אדער דריידלעך, וואס מען טוט נארמאל ביי שמחות, ס'מיינט נישט אז ער קען עס נישט שפילן ווי א מענטש.
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]אהבת ישראל[/tag], הי"ד, גארנישט געוואוסט אז ער איז די זעלבע בחור. די קליפ האט מיר אזוי באנומען דעמאלטס, זיין גאנצע פערסאנע און וועג פון שפילן איז הדק היטב.
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:43 pm
דורך פליקער
א קינד פידל שפילער, א פראדעזשי,
ער שפילט פאר טויזענטער מענטשען,
ער איז אינגאנצען געוועין דריי יאר אלט,
זיין נאמען איז אקים קאמארע,
דא איז דריי שנת תשס"ה
דא איז ער זיבן יאר
דא איז ער עלעף יאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:54 pm
דורך פליקער
דא שפילט אקים קאמארע, בערך צוועלעף יאר אלט, נאך א גאר קאמפליצירטע ניגון
עס זעיט מיר אויס אז עס איז צי ערווארטן פינעם גאר גרויסע זאכן ווען ס'וועט זיין זה הקטון גדול יהיה