בלאט 1 פון 1
קויפן ספרים און ביכער פון ארץ ישראל אין חו"ל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 9:51 pm
דורך הציץ ונפגע
דער קעפל זאגט שוין אלץ, אבער פטור בלא כלום אי אפשר וועל איך עס איבערשמועסן. וואו אין חוץ לארץ קען מען קויפן ספרים און ביכער פון ארץ ישראל? די פראגע רעכנט אריין סיי ווירטואַלע פלעצער (סייטס) וואו מ'קען זיך איינהאנדלן פון די פירות ארץ ישראל און זיי שיקן דאס אויף חוץ לארץ און סיי פיזישע געשעפטן אין היימישע געגענטער אין ניו יארק (בארא פארק, מאָנסי, וויליאמסבורג, קרית יואל...)
ביטע נישט ענטפערן ביגלאייזן'ס.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:06 pm
דורך יאיר
איך זוך שוין לאנג א העברעאישע ספרים געשעפט אין ניו יארק. אויפ'ן אינטערנעט קען מען באזוכן די וועבסייטס פון די מוציאי לאור ווי הוצאת מאגנס און יד בן צבי.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:22 pm
דורך איך אויך
צו להכעיס וועל איך דיר יא ענטפערן ביגלאייזן'ס ,זיי האבן 'יעדע' נייע ספר נאר נישט אלעס ליגט אויסגעלייגט ,אויב ווערסטו היימיש מיט איינע פון די חברה דארט (בעסער איינע פון די יונגערע דור, די עלטערע זענען נערוועז אז עס איז א פחד ,אלו כמו אלו האבן א ערנסטע עדיטוד פראבלעם) וועלן זיי דיר שוין אוועקלייגן איינס.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:24 pm
דורך יידל
ביגלאייזן, אויב זיי האבן נישט א ספר, קענען זיי עס ארדערן פאר דיר פון ארץ ישראל.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:04 am
דורך אוהב דעת
איך אויך האט געשריבן:צו להכעיס וועל איך דיר יא ענטפערן ביגלאייזן'ס ,זיי האבן 'יעדע' נייע ספר נאר נישט אלעס ליגט אויסגעלייגט ,אויב ווערסטו היימיש מיט איינע פון די חברה דארט (בעסער איינע פון די יונגערע דור, די עלטערע זענען נערוועז אז עס איז א פחד ,אלו כמו אלו האבן א ערנסטע עדיטוד פראבלעם) וועלן זיי דיר שוין אוועקלייגן איינס.
דווקא נישט קיין עדיטוט פראבלעם, א מוראדיגע געשמאקער , ער פארשטייט אויף א מענטש וואס ער דארף, נאך בעסער וואס דער מענטש פארשטייט אויף זיך אליינס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:00 am
דורך טעפל
אוהב דעת האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:צו להכעיס וועל איך דיר יא ענטפערן ביגלאייזן'ס ,זיי האבן 'יעדע' נייע ספר נאר נישט אלעס ליגט אויסגעלייגט ,אויב ווערסטו היימיש מיט איינע פון די חברה דארט (בעסער איינע פון די יונגערע דור, די עלטערע זענען נערוועז אז עס איז א פחד ,אלו כמו אלו האבן א ערנסטע עדיטוד פראבלעם) וועלן זיי דיר שוין אוועקלייגן איינס.
דווקא נישט קיין עדיטוט פראבלעם, א מוראדיגע געשמאקער , ער פארשטייט אויף א מענטש וואס ער דארף, נאך בעסער וואס דער מענטש פארשטייט אויף זיך אליינס
איך פארשטיי וואס ער מיינט זיי רעדען אזוי ס'מיינט גארנישט, אבער ער איז אביסל גערעכט ס'איז גרינגער צו האנדלן מיט די אינגערע.
איך מיין אז אייכלער'ס האט אויך היפש.