בלאט 1 פון 5
נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:33 pm
דורך שמעקעדיג
גוטע עפפס פארן סמארטפאון ווערט דיסקוסירט איבעראל, וואס איז וועגן פראגראמען אויפן קאמפיוטער?
נישט קיין נפק"מ צי נייע צי א עלטערע קאמפיוטער, אינסטוליר איך די פאלגענדע פראגרעמ'ס.
אויב האט איר אייגענע גוטע זאכן, אדרבה, לייגט צו.
חלק א':
Cute PDF writerאלע אייערע דאקומענטן קענען ווערן א PDF פייל. דער פראגראם אינסטולירט זיך אלס א פרינטער, איז אומזיסט, און האט נישט קיין עדס אדער וואטערמארקס אינעם PDF פייל.
Foxit Readerאנשטאט Adobe PDF reader, וואס איז שטאט און פארנעמט א געוואלד ריסאורסעס, איז דער PDF ריעדער בליץ שנעל און געשמאק אויסגעשטעלט.
Ccleanerפון Piriform, זיי האבן עטליכע נוצבארע פראגראמען פאר אומזיסט. דער פראגראם טוט אויסקליענען דזשאנק פיילס און אסאך אנדערע זאכן (בעסער ווי ווינדאוס), און אויסרייניגן דעם רעזשיסטרי, קער נעמען פון סטארט-אפ פראגראמען, און נאך.
Recuvaפון דעם זעלבן קאמפאני, א "אנ-אירעיס" טאל, אויב האסטו בטעות עפעס אויסגעמעקט, קענסטו עס צוריקברענגען.
MoffSoft Free Calculatorא קאלקיולעיטאר וואס האט אין זיך פיל מער תוכן ווי דער ווינדאוס קאלקיולעיטאר, גרעסערע אותיות און קנעפלעך, א טעיפ ביי די זייט צו זעהן און סעיוון און פרינטן אלע קאלקולאציעס.
חלק ב' בקרוב אי"ה.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 4:23 pm
דורך אוי טאטי
ישר כח שמעקעדיג, עס איז א געוואלדיגע הילף! מיר ווארטן אויף נאך.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:09 pm
דורך נולד מאוחר
סדא שוין דא א באזינדערע פארום פאר טעכנלאגיע
דא
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:30 am
דורך געפילטע פיש
די ערשטע פלעג איך אויך נוצן, אבער גוגל קראום האט עס איבערגענומען, מ'קען פרינטען צו פי די עף אן קיין שום פלאג אין.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:32 am
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:די ערשטע פלעג איך אויך נוצן, אבער גוגל קראום האט עס איבערגענומען, מ'קען פרינטען צו פי די עף אן קיין שום פלאג אין.
וואס הייסט? ווי אזוי??
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:55 am
דורך שמעקעדיג
אבער וואס טוסטו ווען דו ווילסט פרינטן עפעס אנדערש? נישט פון קראום?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:25 am
דורך געפילטע פיש
פון ווי? פון ווארד קען מען סעיווען עז פי די עף, חוץ מזה פעלט עס מיר נישט אויס.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:28 am
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:די ערשטע פלעג איך אויך נוצן, אבער גוגל קראום האט עס איבערגענומען, מ'קען פרינטען צו פי די עף אן קיין שום פלאג אין.
וואס הייסט? ווי אזוי??
אין די קראום פרינט מעניו איז איינער פון די אפציעס save as PDF.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:05 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:פון ווי? פון ווארד קען מען סעיווען עז פי די עף, חוץ מזה פעלט עס מיר נישט אויס.
אפי' די עלטערע ווערזשין פון ווארדס?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:17 am
דורך שמעקעדיג
נאר פון 2007 און ווייטער (אויב געדענקט איך ריכטיג).
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:18 am
דורך שמעקעדיג
אלענפאלס, איך נוץ אנדערע פראגראמען אויך, ווי קוויקבוקס, און עס קומט מיר שטארק צוניץ.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 2:05 pm
דורך געפילטע פיש
דו בעטסט זיך אזוי שטארק, ארלעדיגט, מסכים.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 1:47 am
דורך שמעקעדיג
חלק ב'
Format Factoryעס זענען פאראן מערערע אומזיסטע ווידיאו קאנווערטארס, אבער דאס איז ממש א כרכא דכולא ביה, רוב פארמעטס ווערן סופפארטעד.
איר קענט טוישן פון א קאמפיוטער צו א טעבלעט אדער סעלפאון (אדער צוריק) סיי ווידיאו, סיי בילדער, און סיי אודיא.
LastPassאויב זענט איר נאך פון לעצטן דור, און ביי יעדן וועבסייט שרייבט איר אריין אייער יוזער נעים און פעסווארד,
איסטולירט דעם עקסטענשן בראוזער. ארבעט אויף רוב בראוזערס. מיט איין פעסווארד און ער וועט געדענקען דאס איבריגע.
נישט נאר פון אייער אייגענעם קאמפיוטער, נאר אפילו פון א צווייטנס! איר דארפט נאר אריינלאגן אין אייער אקאונט.
פאר א דאלער פער חודש, באקומט איר אויך די אפציע אויף אייערע מאביל דעווייסעס.
TeamViewerדאס קען זיין זייער הילפבאר אויב איר שטויסט זיך אן אין א פראבלעם און איר ווילט איינער זאל אייך ארויסהעלפן מיט "רעמאוט סופפארט".
איר באקומט א פעסווארד, און ווען איר גיט דאס פאר אייער חבר/טעכנישאן, קען ער אריינקריכן פון זיין קאמפיוטער צו אייערס, און מסדר זיין דעם פראבלעם.
Windows live photo galleryדאס איז אייגענטליך בלויז א שטיקל פונעם גאנצן "לייוו" פעקעדזש פון מייקראסאפט (פאר אומזיסט)
אבער מען קען דאונלאודן נאר וואס איז נוצליך פאר אייך, און נישט איבערשטרענגען דעם קאמפיוטער מיט די אנדערע חלקים.
אויב איר האט נישט קיין פאטאשאפ, אדער סיי וועלכע פאטא עדיטאר פראגראם, נוצט דעם פראגראם פון מייקראסאפט!
אלע בעיסיקס פון PHOTO EDITING זענען אינקלודעד, פלאס נאך נוצליכע פונקטן, ווי מסדר זיין די בילדער, נעים טעגס, טעמו וראו כי טוב.
פארשטייט זיך אז אויך דא זענען פאראן אסאך אויסוואלן, ווי גוגל'ס פיקאסא וכדומה, אבער דאס איז סימפל און גרינג, און שטארק רעקאמענדירט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 8:55 am
דורך Ben-Shishim
שמעקעדיג האט געשריבן:חלק ב'
LastPassאויב זענט איר נאך פון לעצטן דור, און ביי יעדן וועבסייט שרייבט איר אריין אייער יוזער נעים און פעסווארד,
איסטולירט דעם עקסטענשן בראוזער. ארבעט אויף רוב בראוזערס. מיט איין פעסווארד און ער וועט געדענקען דאס איבריגע.
נישט נאר פון אייער אייגענעם קאמפיוטער, נאר אפילו פון א צווייטנס! איר דארפט נאר אריינלאגן אין אייער אקאונט.
פאר א דאלער פער חודש, באקומט איר אויך די אפציע אויף אייערע מאביל דעווייסעס.
I use Robo Form, its a very friendly App., paid for it once (if i recall it was $12.95).
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 3:31 pm
דורך שמעקעדיג
חלק ג'.
YouTube Downloaderצו דאונלאודן יוטוב קליפס איז נישט גרינג, בפרט אז רוב וועלכע טוען שוין יא לאזן עס אלס א FLV פארמעט וואס רוב פלעיערס ליינען נישט.
דער דאונלאודער פארלאנגסטו וועלכע קוואליטי און פארמעט דו ווילסט, לייגסט אריין דעם URL לינק, און געגאנגען.
Real Playerא גוטע אלטערנאטיוו פארן פריערדיגן, ריעל פלעיער קען דאונלאודן יוטוב בנוסף צו פארשידענע אנדערע ווידעאוס.
אויך טוט עס קאנווערטן צו פארשידענע פארמעטס, כנ"ל.
ריעל איז באמת פיל מער פון דעם, ווי א מוזיק/ווידעאו פלעיער (א קאמפעטישאן פאר ווינדאוס מידיא פלעיער)
פאר אפאר דאלער מער (א פופציגער), באקומט מען דעם PRO ווערזשאן, וואס לייגט צו עטליכע קלייניגקייטן, און טוט היבש פארשנעלערן דעם דאונלאוד און קאנווערט ספיד.
(עס זענען אויך פאראן פארשידענע עקסטענשאנ'ס אינעם בראוזער פאר דעם צוועק, וואס מיר וועלן קאווערן א אנדערס מאל בעז"ה.)
Google Talkווער נוצט דען נישט גוגל טאלק?
אבער ס'רוב נוצן עס פונעם אימעיל וועבסייט. אויב איז מען נישט אנליין, אדער אריינגעסיינט אינעם אקאונט, באקומט איר נישט קיין מעסעדזשעס, און יעדער זעהט אייך אלס "נישט אוועילעבל".
פארוואס נישט דאונלאודן א קליינע עפפ וואס זיצט אייך אין די זייט שטילערהייט, און גיט אייך פארשידענע אפציעס, ווי טוישן די אויסשטעל, אותיות, צו אייער סטייל?
ווען איר האט דעם פראגראם אינסטולירט, דארפט איר נישט זיין קאנעקטעד צו קיין שום וועב פעידזש. (עס פאדערט אבער א אינטערנעט קאנעקשאן, כמובן).
און בנוסף צו דעם, קען מען דורכשיקן פיילס פון איין אקאונט צום צווייטן.
הגה: שוין אפדעיטעד צו "הענגאוטס"!Stickiesפשוטו כמשמעו. סטיקיס איז אנשטאט האבן סטיקי-נאוטס צעווארפן איבער דיין גאנצן טישל מיט מעמוארן, איז דער פראגראם די זעלבע זאך אויפן דעסקטאפ, שיין מסודר.
ווינדאוס 7 האט באמת א אייגענע אריינגעבויעטע פראגראם דערפאר, אבער דאס האט פיל מער אפציעס, און ארבעט אויך אויף פריערדיגע ווערזשאנס פון ווינדאוס.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 2:10 pm
דורך ברסלבער
Free Studioעס האט אין זיך גאר אסאך פראגראמ'ס, און עס קען זייער גוט צוניץ קומען, און עס איז 100% free
א חלק פון די פראגראמ'ס:
youtube דאונלאדער
audio קאנווערטער צו אלע פארמאט'ס
CD/DVD קריעטער
קאנווערטער צו אלע מיני פאונ'ס
קאנווערטער צו אלע עפל דיווייסעס
ארויסנעמען נאר די audio פון א ווידיא
אסאך אימעזש פראגראמ'ס
און נאך אסאך.
עס ארבעט גרינג און שנעל און עס נעמט נישט אויף קיין סאך פלאץ.
ניץ עס געזונטערהייט!
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 4:04 pm
דורך ברסלבער
audacityא ניצליכע FREE פראגראם צו עדיטען AUDIO מאכן טרעקס, צוזאמשטעלן טרעקס, העכער מאכן, שטילער מאכן, ארויסקאטן שטיקלעך, און נאך אסאך.
ניצט עס געזינטערהייט!
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 7:09 pm
דורך פארוואס נישט
דאנקע שמעקעדיג פאר די נוצליכע פראגראמען לינקס.
הגם רוב דערפון האב איך שוין גענוצט, איז אבער אין ביהמ"ד בלא חידוש.
אזוי אויך האב איך נישט צופיל מער פראגרעמס אינסטאללד, סאו גלייב איך אז די ווייטערדיגע וואס/אויב דו וועסט ברענגן וועט שוין זעכער זיין ערנסטע חידושים...
קיפ איט אפ, יישר כח.
יישר כח ברעסלאוו'ער.
נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:57 pm
דורך נו גוט נו
Tera copy איז א פראגרעם צו קאפיען שנעל א זאך, עס גייט אוטומאטיש אנשטאט די ווינדאויס קאפי פראגרעם וואס קומט מיט א יעדע קאמפיוטער טוט דאס די דזאב, דאס איז די בחינם׳דיגע, מארגן וועל איך זיין ביים קאמפיוטער וועל איך ארויף לייגן די סעריעל קעי בלע״ז
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 4:08 pm
דורך ברסלבער
עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות אז מען הייבט אן צו טייפן, און נאך א מינוט געבט מען זיך א כאפ אז דער קאמפיוטער איז אויף ענגליש, און מען דארף אלעס איבערשרייבן
איך האב געהערט אז עס איז דא פראגראם וואס קען עס צוריק טוישן אויף אידיש
ווער עס ווייסט פון אזא זאך, ווערט געבעטן מזכה צו זיין דעם ציבור
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 5:25 pm
דורך מומחה
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 5:32 pm
דורך ברסלבער
ש'כח הרב מומחה
ס'ארבעט געוואלדיג
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 5:41 pm
דורך happy
ברסלבער האט געשריבן:עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות אז מען הייבט אן צו טייפן, און נאך א מינוט געבט מען זיך א כאפ אז דער קאמפיוטער איז אויף ענגליש, און מען דארף אלעס איבערשרייבן
איך האב געהערט אז עס איז דא פראגראם וואס קען עס צוריק טוישן אויף אידיש
ווער עס ווייסט פון אזא זאך, ווערט געבעטן מזכה צו זיין דעם ציבור
כםר אישא ןצ ודןמע ש פרםערשצ בשךךקג עםםעךק