בלאט 1 פון 1

זענען מיר אייניקלעך פון די אידען פון אמאל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 6:22 pm
דורך אוהב דעת
עס איז לעצטענס ארויס געקומען א בוך the invantion of the jewish people ער וויל אויפווייזען אז אונז זעמער נישט דירעקטע אייניקלעך פון די אידען פון די צייטען פון זמן הבית נאר אונז זעמער צוזאם געשטעלט פון אסאך געראפעס פון במשך די יארען בעיקור פון די כוזרים  

קודם טענהט ער אז די אידען זענען קיינמאל נישט פארטריבען פון א״י נאך די אויפשטאנד אנטקעגען בר כוכבא און די רומים האבען יא געלאזט די אידען אין א״י

זאגט ער אז די גאנצע זאך אז אידען זענען פארטריבען געווארען און גלות איז נאר א אויפגעטראכטע מעשה פון די קריסטען כדי די אידען זאלען אננעמען זייער גלויבען,כדי די אידען פון די שפעטערדיגע דורות זאלען גלייבען אז זייערע זיידעס זענען פארטריבען פון לאנד וועגן זייערע עבירות

און נאכדעם קומט ער צו אז א גרויסע חלק פון די פאלעסטינע זענען דירעקטע אייניקלעך פון יענע אידען

די פראבלעם מיט דעם איז אז די כוזרים האבען גערעדט טערקיש און קיינע פון די אשכנזישע אידען רעדן נישט די שפראך און אונם אידישן שפראךצאיז נישטא קיין זכר פונם טערקישען שפראך( חוץ די אידען פונם האלב אונזעל קרום אין אוקראינע רעדן יא טערקיש ,קען זיין אז זיי שטאמען טאקע יא פון די כוזרום, און אויך די ספרדישע אידען רעדט מען נישט טערקיש)  

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 6:33 pm
דורך יידל
קארל האט געשריבן דערוועגן http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 143#p58143
און יאיר (און אנדערע )האבן שוין דארט קאמענטירט דערויף http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 166#p58166

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 6:45 pm
דורך אריק
אוהב דעת האט געשריבן:זאגט ער אז די גאנצע זאך אז אידען זענען פארטריבען געווארען און גלות איז נאר א אויפגעטראכטע מעשה פון די קריסטען כדי די אידען זאלען אננעמען זייער גלויבען,כדי די אידען פון די שפעטערדיגע דורות זאלען גלייבען אז זייערע זיידעס זענען פארטריבען פון לאנד וועגן זייערע עבירות
 

הייסט די דאזיגע פארקריפלטע השערה דארף איך ענדערש גלייבן ווי דאס וואס מיינע עלטערן האבן מיר געזאגט.