דא האט איר א נייעם פירוש אויף די "בארשט פאסיג" אין די קעטסקילס. די שטאטישע באאמטע גייען באגיסן די הויפט שאסייען מיט.... בארשט!! אלס פארברייטונג צו א גרויסע שניי. דאס ווערט געטוהן כדי די וועגן זאלן נישט ווערן אייזיק און פאראורזאכן עקסידענטן רח"ל.
(פון נאך חודש אדר וועט אפשר זיין צו באקומען די פאראיבערגעבליבנע בארשט מיטן הכשר פון או יו כשר לפסח... דזשאסט דזשאוקינג.)
דא האט איר דעם ארטיקל אין ענגליש:
ALBANY, N.Y. (AP) - The New York State Thruway is getting special treatment this winter to help prevent icing.
Crews will be spreading a mixture of sugar beet juice and brine ahead of storms to help head off icing along the 570-mile highway system.
The Thruway Authority says that won't replace rock salt, but the mixture has worked out as pre-treatment.
It expects to use 180,000 tons of rock salt, 175,000 gallons of salt brine and 50,000 gallons of the juice and brine mix this winter.
(Copyright 2012 The Associated Press. All rights reserved. This material may not be published, broadcast, rewritten or redistributed.)
איר האט אפשר אן עקסטערן פלעשל בארשט? עס קומט א שניי...!
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
איר האט אפשר אן עקסטערן פלעשל בארשט? עס קומט א שניי...!
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו היימישער ליטוואק
די אמעריקאנער האבן דא גארנישט מחדש געווען. כ'געדענק נאך ווען כ'בין געווען אינדערהיים אין ווילחאוויץ אין ישיבה פלעגט יעדעס יאר פאר חנוכה צייט ארומפארן דער אלטער גוי יאנאש מיט די ברייטע וואנצעס, און ר'פלעגט אויסגיסן בארשט איבער'ן גאנצן שטעיטל קעדעי דער טוירנפייק פון מארמאראש זאל נישט געפרוירן ווערן און די פערד זאלן ח"ו כאפן א גליטש.