בלאט 1 פון 1

להסיר מכשול! Windows 8 איז אסור צו נוצן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 7:28 am
דורך ידען
די וואך אין די צייטונג איז דא א איסור פון בעל שבט הלוי ואתו עמו כל גדולי ישראל וואס זענען געווען ביי די כינוס, אז Windows 8 קען מען נישט פילטערען און וועגן דעם טאר מען עס נישט נוצען.

איינער האט געזען די חתימה פון די רבנים אדער "טעג" האט באקומען די סטעמפ פון די רבנים אפצומאכען וואס ס'איז אסור? אדער ווייל מען קען עס נישט פילטערן איז עס א חלק פון די גרויסע איסור פון די רבנים?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 7:35 am
דורך ידען
פארוואס איז די בילד ליגעדיג?

וויזוי קעמען עס אויסדרייען?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:59 am
דורך שמעקעדיג
ידען האט געשריבן:פארוואס איז די בילד ליגעדיג?

וויזוי קעמען עס אויסדרייען?


כ'האב עס פארראכטן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:04 am
דורך שמעקעדיג
די מעשה מיט ווינדאוס 8 איז אזוי.
עס האט 2 מאודס, די נייע "טאטש" מאוד, וואס האט געהייסן "מעטרא" און מייקראסאפט האט משנה שם געווען, וואס דאס קוקט אויס אנדערש ווי ביז יעצט (זעה בילד).
אויף יענעם מאוד ארבעטן נישט קיין פילטערס אויף די בראוזערס. נישט נאר דער וועד ארבעט דערויף, נאר אלע קאמפאניס ווי K9.
אויב ארבעט מען אין רעגולער דעסקטאפ מאוד, ד.ה. אז ווינדאוס קוקט אויס פונקט ווי ביז יעצט (ווי ווינדאוס 7) אויף יענע בראוזער ארבעט אלעס געהעריג.

די עצה דערווייל איז, צו אנ-אינסטולירן די בראוזער עפפ פון די מעטרא/טאטש חלק, און נוצן נאר די דעסקטאפ מאוד ווערסיע.
ס'איז נישט קיין שלימות'דיגע עצה, ווייל מען קען דאך צוריק אינסטולירן סיי ווען די עפפ, אבער עס איז א הצלה פורתא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:15 am
דורך ידען
שמעקעדיג האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:פארוואס איז די בילד ליגעדיג?

וויזוי קעמען עס אויסדרייען?


כ'האב עס פארראכטן.

ישר כח.

שמעקעדיג לעבן. כאב געפרעגט צוויי קשיות, זיי מוחל ענפער מיך א תירץ.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:13 am
דורך שמעקעדיג
פשוט. דו כאפסט דעם בילד ליגעדיג/זייטיג.
קענסט עס איבערדרייען מיט יעדע פשוט'ן פיקטשערס פראגראם. אפילו מיט די פשוט'ע ווינדאוס Picture Viewer.
טרעף א דרייעדיגע עראו אונטן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:18 pm
דורך positive.yid
מ'מעג ניצען Windows 8.

אפילו אויב ס'איז אסור צו ניצען א קאמפיוטער אן קיין פילטער, איז דאך שייך צו לייגן א פילטער אויף די גאנצע נעט-ווארק, למשל סאניק-וואל, וואס דאס בלאקט - לויט ווי איינגעשטעלט - אפילו א windows 8.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:23 pm
דורך געפילטע פיש
ס'וואלט געווען איטערעסאנטער ווען די איסור קומט ווען ארויס אויף איינער פון די אנדרויד ווערסיעס, "מ'טאר זיך נישט באנוצן מיט דזשעלי בין!". "אייס קרים סענדוויטש איז אסור בתכלית האיסור!".

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:46 pm
דורך טעפל
positive.yid האט געשריבן:מ'מעג ניצען Windows 8.

אפילו אויב ס'איז אסור צו ניצען א קאמפיוטער אן קיין פילטער, איז דאך שייך צו לייגן א פילטער אויף די גאנצע נעט-ווארק, למשל סאניק-וואל, וואס דאס בלאקט - לויט ווי איינגעשטעלט - אפילו א windows 8.

יא, איך האב דאס געוואלט פרעגען, אויב ס'איז אויפן אינטערנעט די פילטער איז א חילוק וועלעכע ווינדאוס??

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:11 pm
דורך positive.yid
קיין חילוק, אז די פילטער איז ביים מקור, איז נישט קיין חילוק וועלכע טעפ"ל דו ניצט צו שעפן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:41 am
דורך יאיר
דאס אז מען קען עס נישט פילטערן איז פשוט א טעות אדער נאכלעסיגקייט פון מייקראסאפט, אדער איז דאס וויבאלד עס איז מער פארגעשריטן, וואס מיינט אז לעתיד לבא וועט מען מער נישט קענען פילטערן ווינדאוס?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:18 am
דורך געפילטע פיש
ס'איז עצת היצר, די ציונים טוען עס דוקא כדי מכשיל צו זיין אחב"י מיט ראיות אסורות.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:08 am
דורך דעתי הענייה
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'איז עצת היצר, די ציונים טוען עס דוקא כדי מכשיל צו זיין אחב"י מיט ראיות אסורות.

וואס עפעס ציונים? איך מיין דאס איז פון די פרומע פארטייען....

אז מען רעדט שוין, איינער וואס האט נישט קיין פילטער אויפן נעטווארק קען סייווי זיך א עצה געבן מיט 99% פילטערס, ממילא איז windows 8 נישט קיין גרויסער פריץ.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:28 am
דורך K-קאפ
איך מיין אז דער עיקר פראבלעם מיט windows 8 איז אז עס ארבעט מיט ״touch" און מ׳קען ח״ו צוקומען צו ״נגיעה״!

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 2:12 pm
דורך שמעקעדיג
באקומען אין אישית:


here is an filter that works with winsows 8
http://venishmartem.com/vcf

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 2:53 pm
דורך ידען
שמעקעדיג האט געשריבן:באקומען אין אישית:


here is an filter that works with winsows 8
http://venishmartem.com/vcf

די נייע ועד האט געגעבען זייערע הסכמה צו דעם?

אז מע רעט שוין. די נייע tag קאמפאני וואס איז געווארען באשאפען נאך די כינוס כלל ישראל מאכט געלט ערגעץ אדער פון נדבות פון מענטשען?

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 3:13 pm
דורך sunbar
ידען האט געשריבן:אז מע רעדט שוין. די נייע tag קאמפאני וואס איז געווארען באשאפען נאך די כינוס כלל ישראל מאכט געלט ערגעץ אדער פון נדבות פון מענטשן?


לשם מצוה

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:48 pm
דורך שמעקעדיג
אין די צייטונגען לעצטע וואך איז באריכטעט, אז עס איז שוין מותר צו נוצן, "טעג" האט שוין ב"ה געטראפן א סאלושען.
דער "איד" שרייבט אז ווען דער עולם האט געהערט די נייעס זענען זיי נתרגש געווארן עד כדי דמעות.
(פורים איז אראונד די קארנער)

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 3:52 am
דורך טעפל
דער איד שרייבט עס אינעם פורים סעקשאן אדער אין די נארמאלע? (אויב מ'קען עס אזוי אנרופן?!)

נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:35 pm
דורך positive.yid
ידען האט געשריבן:די וואך אין די צייטונג איז דא א איסור פון בעל שבט הלוי ואתו עמו כל גדולי ישראל וואס זענען געווען ביי די כינוס, אז Windows 8 קען מען נישט פילטערען און וועגן דעם טאר מען עס נישט נוצען.

איינער האט געזען די חתימה פון די רבנים אדער "טעג" האט באקומען די סטעמפ פון די רבנים אפצומאכען וואס ס'איז אסור? אדער ווייל מען קען עס נישט פילטערן איז עס א חלק פון די גרויסע איסור פון די רבנים?

שוין צוויי און א האלב יאר, און טעג האט נאך אלץ נישט געמאלדן - ווי צו געזאגט - אויב ווינדאוס 8 איז שוין מותר. עד מתי?

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 11:02 am
דורך קליגער אינגערמאן
[tag]positive.yid[/tag] איך האף אז די האסט נישט געווארט שטייעדיג...